התבדלות מרשעים - א ברכה אדער א קללה?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7511 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6612 מאל

התבדלות מרשעים - א ברכה אדער א קללה?

שליחה דורך הוגה »

[justify]בשעת ווען אידן האבן געהערט גאט זאגן "ואבדיל אתכם" האבן זיי געפילט גאר special אז גאט וועט זיי אפטיילן פון אנדערע פעלקער, זיי האבן עס בכלל נישט אנגענומען אלץ א ציווי זיך מתבדל צו זיין פון די גוים און אוודאי נישט פון אנדערע אידן. עס איז אבער יא מעגליך אז ס'דא אנדערע סיבות והסברים פארוואס אידן זאלן האלטן אז זיי מוזן זיך אפשיידן פון נישט ערליכע אידן.

די סברא זאגט אז מיר מוזן זיך אפטיילן פון נישט ערליכע אידן כדי מיר זאלן נישט מושפע ווערן פון זיי. אבער די זעלבע סברא זאגט אויך אז מיר זאלן זיך דייקא יא מתחבר זיין צו רשעים כדי אז זיי זאלן נשפע ווערן פון אונז. עס איז אמת אז אויב די פרומערע געמיינדע וועלן זיין אויסגעמישט מיט די ווייניגער-פרום געמיינדע וועלן א געוויסע פראצענט פאלן צו די אנדערע צד. אבער אין די זעלבע צד וועלן א געוויסע פראצענט פון די שוואכערע אבער אויך נתחזק ווערן.

א באקאנטע ווערטל גייט אזוי. די סאטמארער רב און די ליובאביטשער רבי האבן ביידע געהאט א אומבאגרעניצטע ליבשאפט צו אידישקייט. די סאטמארער רב האט מרוב אהבתו עס פראבירט צו פראטעקטן מיט כל מיני הגבלות און self insulation. די ליובאביטשער רבי האט מרוב אהבתו עס געוואלט עפענען און מאכן accessible פאר א יעדע איינציגע איד.

מיר טרעפן די פארגאנגענע וואך אין די פרשה אז גאט האט געשטראפט יעקב מיט די פרשה פון שכם ווייל ער האט באהאלטן דינה פון עשיו, און זי וואלט אים געקענט מחזיר בתשובה זיין. וואס וויל די תורה אונז לערנען מיט דעם פרט? ווייסט דען נישט די תורה אז יעקב איז געווען בארעכטיגט צו וועלן באשוצן זיין טאכטער פון אזא בלוט-דארשטיגער מענטש ווי עשיו? נאר די תורה וויל אונז לערנען אז אפילו אזא רשע ווי עשיו דארף מען אויך מקרב זיין און נישט מרחק זיין.

איך וויל אבער גיין צו א צווייטע נקודה. נניח אז מיר מוזן אפטיילן א פרומערע געמיינדע פון א שוואכערע געמיינדע כדי אז עס זאלן נישט פארפאלן ווערן פון די "גיבורי השם" צו די "חלשים". הייסט אז קנאים זאלן זיך נישט דרייען מיט אגודיסט'ישע חסידים, וועלכע טיילן זיך פון ליטווישע, וועלכע טיילן זיך פון מאדערנע, וועלכע טיילן זיך פון מאדערן - ארטאדאקסן וכו'. וואס איז אבער בנוגע צוזאמענ-ארבייטן פון הונטער די קוליסן, אדער אין געוויסע פונקציעס וואס קען בעניפיטירן אלע. דא טרעפן מיר א גאר שטארקע היפאקרעסי.

בשעת די האלעקאוסט זענען פיר הונדערט רבנים פון אלע דינאמענאציעס אין אידישקייט צוזאמען ארויף געגאנגן קיין וואשינגטאן די סי צו שתדלן פאר הצלת יהדות אירופה. די זעלבע פיר הונדערט אידן וואלט מען קיינמאל נישט געקענט צוזאמען ברענגן צו מטכס עצה זיין וואס מען קען טון צו לינדערן די עקאנאמישע קריזיס ביים פרומע געמיינדע, אדער די tuition קריזיס אין די מוסדות התורה. ותשועה ברוב יועץ מיינט נישט צוזאם ברענגען אסאך יועצים פון די זעלבע באקס מיט די זעלבע דעה. ותשועה ברוב יועץ מיינט צוזאם ברענגען אסאך יועצים מיט אנדערע דעות, איינער קען לערנען פון דעם צווייטענ'ס עקספיריענס וואס יא אדער נישט צו טון.

אנשטאט צו נעמען אדוואנטידזש פון די ריבוי הדעות וואס עס איז פארהאנען אין כלל ישראל, שפילט מען די אלטע מסורה'דיגע בת היענה שפיל, און מען איז זיך מתבדל מיט די זעלבע רבנים און די זעלבע פראבלעמען, און מען רעדט זיך איין מען מיינט עס ערענסט, ווען בעצם זעהט עס אויס ווי גאות און היפאקרעסי.

לאמיר אייך געבן א current דוגמא. פאר אפאר וואכן צוריק האט יח"ת אויפגענומען א נייע ראש ישיבה, און לכבוד די הכתרה האבן זיי געהאט א פאנעל comprised פון ארטעדאקסישע, קאנסערוויטיווע און רעפארמער רבנים, זיי זענען געפרעגט געווארן חוו"ד בנוגע רבנות און מנהיגות. א גרויסע ויצעקו איז געהערט געווארן מצד די פרומערע רבנים היתכן מען זיצט צוזאמען מיט קאנסערוויטיווע און רעפארמער רבנים. די אגודה האט ארויסגעגעבן א שטארקע פארדאמונג אקעגן יח"ת. יענע וואך האט יונתן ראזענבלום געשריבן א לענגס און א ברייטס אקעגן יח"ת בכלל, ובפרט איבער דער פרשה.

הערטס א מעשה. פאר בערך א וואך צוריק האט די גרויסע מקנא קנאת ה' צבאות - ראביי ראזענבלום אליינס אפגעהאלטן א פאנעל מיט פירער פון אנדערע אידישע דינאמענאציעס. וואס איז פלוצלינג געשעהן? וואס איז מיט די איסור פון רבי משה ז"ל צו זיצן מיט רעפארמער? פארוואס האט אגודה נישט ארויסגעגעבן א פארדאמונג? אין זיין וועכנטליכע קאלום האט ראזענבלום די וואך זיך פראבירט צו פארענטפערן בדברי הבל, עיי"ש.

איך בין נישט קיין בלינדע חסיד פון יח"ת וחכמיה, עס זענען דא אספעקטן וואס איך פארשטיי נישט. די נקודה בין איך אבער גאר שטארק מחשיב, אז טראץ דעם וואס זיי זענען אן ארגעניזאציע וואס איז ארטאדאקסיש און משועבד לתורה והלכה כתיקונה, האבן זיי ריספעקט פאר יעדעם, און זיי זענען גרייט צו הערן פון אלע אויב עס איז דא עפעס וואס זיי קענען פארבעסערן אדער זיך אפלערנען, בבחינת "מכל" מלמדי השכלתי.

דער עפיזאד מיט יונתן ראזענבלום גייט אן אויף א יעדע level. צו איז דאס ווען סאטמארער רב האט גענוצט רבי משה שערער און די אגודה ווען עס האט אים אויסגעפעלט. אדער ווען ער האט גענוצט קאסטנער כידוע. די זעלבע איז ווען רביס נוצן מאדערנע רבנים וקהלותיהם פאר פאנדרעיזינג צוועקן, וכדומה.

אבער ווען עס קומט בנוגע די ריכטיגע issues וואס כלל ישראל טוט face'ן, דא פלוצלינג קומט די התבדלות מרשעים גאר שטארק צוניץ. עס גייט מיר נישט אריין אין קאפ!



.[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הוגה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל

דער אשכול פארמאגט 22 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר