בלאט 4 פון 5
נשלח: דאנערשטאג יולי 27, 2017 9:50 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
הרב [tag]להתודע[/tag] ווארשיינדליך האט איהר נישט פארשטאנען וואס איך האב געשריבען. איינער וואס איז באגרעניצט מיט עפעס, אפגערעדט וואס, איז ער שוין נישט קיין פרא אדם. ווען ער איז באגרעניצט אי מיט די מסורה אדער די וועלט, די צוויי הפכים, מאכט נישט אויס, איז ער שוין באגרעניצט און נישט קיין ווילדע חיה. דאס דבר והיפוכו איז גאר געווען מיין מכוון.
יעצט טראכט איבער דיין גאנצע ביקורת צו דו מאכסט די זעלבע גרייז. נייע ניקס, אדער אלטע ניקס מיט נייע נעמען, מאכען אויך צומאל גרייזען.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 2:47 pm
דורך diff
נשלח: זונטאג אוגוסט 06, 2017 10:43 am
דורך Chasidishmashpia
זייער גוט געזאגט ליידער ואוסיף מה שמרגלא בפומי לומר לכל הסרים למשמעתי, אז יעדע איינער לפי זיין רעליגיע און גלויבונג מיינט אז ער איז דער אוטענטישע יוד און דער וואס איז פרומע ווי אים איז פאנאטיש און דער וואס איז אפענע און ליבעראלע ווי אים איז א שגץ ר''ל.
דער ניטורי קרתאניק האלט אז העלבראנץ איז פאנאטיש און סאטמער זענען שקצים.
דער סאטמערע האלט אז ניטורי קרתא איז פאנאטיש און וויזניץ זענען שקצים.
דער וויזניצער האלט אז סאטמער איז פאנאטיש אין בעלזא זענען שקצים.
די בעלזע האלט אז וויזניץ איז פאנאטיש און ליובאווישט זענען שקצים.
די ליובאוויטשע האלטן אז בעלז איז פאנאטיש און מאדערן אורטאדאקס זענען שקצים.
מאדערן ארטעדאקס האלטן אז ליובאוויטש זענען פאנאטיש און די רעפארמע זענען שקצים.
די ריפארמער האלטן אז מאדערן ארטעדאקס זענען פאנאטיש אין די עיטיעסטס זענען שקצים.
הצד השוה שבהם וכו'....
נ.ב. די קהילות וואס איך האב אויסגעלאזט איז נישט בדווקא נאר מחוסר מקום על דרך תן לחכם ויחכם עוד.
נשלח: זונטאג אוגוסט 06, 2017 12:06 pm
דורך חיים'ס ישיבה
"אחי ורעי". לענ"ד די חילוק פון שלמה העלבראנץ'ס קולט און אלע אנדערע היינטיגע חסידות'ן איז נישט אזא גרויסע חילוק, נאר דאס איז %100 א קולט און אנדערע חסידות'ן זענען %70 קולט און %30 א פארטיי.
דהיינו, רובא דרובא היינטיגע חסידים האבן אויפגעגעבן %100 זייער אייגענע שכל פאר א יחיד/מאוומענט, צי פאר א "רבי שליט"א" צי פאר א "רבי זי"ע", און לעבן אונטער אן השתלטות פון זייער מאוומענט (חסידות).
נאר די חילוק איז, שלמה העלבראנץ'ס קולט האט נישט געהאט קיין שום עבר פון קיין אמת'ע ערליכע איד, האט ער טאקע געהאט נאר א קליינע עולם און ער האט געטוען מיט זיי וואס ער האט געוואלט, משא"כ רוב אנדערע חסידות'ן האבן זיך אנגעהויבן מיט אמת'ע ערליכע אידן וואס זיי האבן זיך בכלל נישט משתלט געווען אויף קיין אידן, נאר פארקערט, די אידן זענען געקומען פון זיך אליין צום רבי'ן און מען האט זיך שואל עצה געווען און מען האט זיך געווארעמט ביי זיין טיש און זיינע תפילות, און צעביסלעך האט זיך עס אנגעהויבן אויסצופארעמען ווי א קולט, צי וועגן מען האט געפרעדיגט אמונת צדיקים (פארשטייט זיך נאר אין יענע רבי פון יענע חסידות) צי מען האט געפרעדיגט א שיטה הקדושה אז נאר זיי זענען ערליכע אידן און די גאנצע וועלט נישט (כידוע אז מיט די 2 זאכן האט שלמה העלבראנץ געפארעמט זיין קולט, מען קען עס זעהן אויף זייער תקנות הקהלה). און אזוי גייט עס ווייטער און ווייטער.
נישט אומזיסט שרייבט הגה"צ ר' אשר זעליג מרגליות זי"ע בשם די הייליגע ריזשינער זי"ע אז פאר משיח וועט קומען וועט זיין אז א רבי וועט פארן אויף א וואגן מיט אן אשת איש און די חסידים וועלן שרייען קדוש קדוש.
נשלח: זונטאג אוגוסט 06, 2017 12:38 pm
דורך אישתישבי
קיינמאל נישט געהערט די מימרא, אבער רעביס פושעים איז אייביג געוועהן.
נשלח: זונטאג אוגוסט 06, 2017 2:44 pm
דורך איש את רעהו
אישתישבי האט געשריבן:קיינמאל נישט געהערט די מימרא, אבער רעביס פושעים איז אייביג געוועהן.
די מימרא איז נישט היינט געבוירען
אמאל ווען עס האט זיך געמאכט אזעלכע סארט רעביס איז געווען א צאנזער רב לדוגמא וואס האט זיך געשטעלט פון די אנדערע זייט, היינט שטופן די חברה דעם וואגן, קיינער שטייט זיי נישט אין וועג.
נשלח: זונטאג אוגוסט 06, 2017 4:39 pm
דורך diff
היינט טוהן זיי עס ציווישן זיך
נשלח: זונטאג אוגוסט 06, 2017 9:57 pm
דורך berlbalaguleh
איש את רעהו האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:קיינמאל נישט געהערט די מימרא, אבער רעביס פושעים איז אייביג געוועהן.
די מימרא איז נישט היינט געבוירען
אמאל ווען עס האט זיך געמאכט אזעלכע סארט רעביס איז געווען א צאנזער רב לדוגמא וואס האט זיך געשטעלט פון די אנדערע זייט, היינט שטופן די חברה דעם וואגן, קיינער שטייט זיי נישט אין וועג.
איש את רעהו: זיי דיך מודה. דו האלטסט אז דער ארוני רעבע איז א שייגעץ און ווער שמועסט נאך דער בעלזער. ער איז שוין א פאר דורות א משומד, רח"ל...! נאר אונזער רעבע דער זאאולי'קא שליט"א ביי איהם שטייט איין דער אמת.. די אלע אנדערע זענען פון די סיטרא אחרא...!
Re: פרשת העלבראנץ - מיט וואס זענען מיר אנדערש?
נשלח: זונטאג אוגוסט 06, 2017 10:18 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
Chasidishmashpia האט געשריבן:זייער גוט געזאגט ליידער ואוסיף מה שמרגלא בפומי לומר לכל הסרים למשמעתי, אז יעדע איינער לפי זיין רעליגיע און גלויבונג מיינט אז ער איז דער אוטענטישע יוד און דער וואס איז פרומע ווי אים איז פאנאטיש און דער וואס איז אפענע און ליבעראלע ווי אים איז א שגץ ר''ל.
דער ניטורי קרתאניק האלט אז העלבראנץ איז פאנאטיש און סאטמער זענען שקצים.
דער סאטמערע האלט אז ניטורי קרתא איז פאנאטיש און וויזניץ זענען שקצים.
דער וויזניצער האלט אז סאטמער איז פאנאטיש אין בעלזא זענען שקצים.
די בעלזע האלט אז וויזניץ איז פאנאטיש און ליובאווישט זענען שקצים.
די ליובאוויטשע האלטן אז בעלז איז פאנאטיש און מאדערן אורטאדאקס זענען שקצים.
מאדערן ארטעדאקס האלטן אז ליובאוויטש זענען פאנאטיש און די רעפארמע זענען שקצים.
די ריפארמער האלטן אז מאדערן ארטעדאקס זענען פאנאטיש אין די עיטיעסטס זענען שקצים.
הצד השוה שבהם וכו'....
נ.ב. די קהילות וואס איך האב אויסגעלאזט איז נישט בדווקא נאר מחוסר מקום על דרך תן לחכם ויחכם עוד.
דע שלשלת וואס דו מאכסט פון די חסידות'ר ניטורי קרתא, סאטמאר, וויזשניץ, בעלז וכדומה איז דוקא אין דע רייע, אדער ס'קען צוריק צו וועגס אויך??[emoji12]
נשלח: מאנטאג אוגוסט 07, 2017 8:52 am
דורך Chasidishmashpia
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:Chasidishmashpia האט געשריבן:זייער גוט געזאגט ליידער ואוסיף מה שמרגלא בפומי לומר לכל הסרים למשמעתי, אז יעדע איינער לפי זיין רעליגיע און גלויבונג מיינט אז ער איז דער אוטענטישע יוד און דער וואס איז פרומע ווי אים איז פאנאטיש און דער וואס איז אפענע און ליבעראלע ווי אים איז א שגץ ר''ל.
דער ניטורי קרתאניק האלט אז העלבראנץ איז פאנאטיש און סאטמער זענען שקצים.
דער סאטמערע האלט אז ניטורי קרתא איז פאנאטיש און וויזניץ זענען שקצים.
דער וויזניצער האלט אז סאטמער איז פאנאטיש אין בעלזא זענען שקצים.
די בעלזע האלט אז וויזניץ איז פאנאטיש און ליובאווישט זענען שקצים.
די ליובאוויטשע האלטן אז בעלז איז פאנאטיש און מאדערן אורטאדאקס זענען שקצים.
מאדערן ארטעדאקס האלטן אז ליובאוויטש זענען פאנאטיש און די רעפארמע זענען שקצים.
די ריפארמער האלטן אז מאדערן ארטעדאקס זענען פאנאטיש אין די עיטיעסטס זענען שקצים.
הצד השוה שבהם וכו'....
נ.ב. די קהילות וואס איך האב אויסגעלאזט איז נישט בדווקא נאר מחוסר מקום על דרך תן לחכם ויחכם עוד.
דע שלשלת וואס דו מאכסט פון די חסידות'ר ניטורי קרתא, סאטמאר, וויזשניץ, בעלז וכדומה איז דוקא אין דע רייע, אדער ס'קען צוריק צו וועגס אויך??[emoji12]
הפך בה והפך בה -באופן הפוך על הפוך- דכולה בה...
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2018 11:48 am
דורך פרייוויליג
קריאה מעורר את הזמן.
אויף א סקעיל פון איינס ביז צען. איינס איז זייער ליבעראל און צען איז קיצוני:
העלבראנץ איז ביי נומער 10
חסידים זענען ביים נומער 9
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2018 12:35 pm
דורך Chuchem
איך האלט אז עטלעכע חסידישע קהילות זענען א 6, אבער ווי נעמסטו די ברייטקייט צי צוזאמווארפען אלע חסידים אלס א 9
Re: פרשת העלבראנץ - מיט וואס זענען מיר אנדערש?
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2018 4:04 pm
דורך אונטער חכם
א גוט שטיקל פון Russia Today, וואס האט מיר דערמאנט פון די וואס פארגלייכן אונז אלע צו לב טהור.
https://m.youtube.com/watch?v=MpAgXc4Z02E
נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2018 10:12 am
דורך הקטן
פרייוויליג האט געשריבן:אויף א סקעיל פון איינס ביז צען. איינס איז זייער ליבעראל און צען איז קיצוני:
די goalpost וואו איז דער איינס און וואו איז דער צען לייגט אידער לויט זיין קעשמאק.
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2019 12:03 am
דורך ביבער
א רייכער דאקומענטארי איבער די חרדים קולט.
ער נוצט די BITE מאדעל אויף צו דייאגנאזן חרדיזם. די BITE מאדעל איז דעוועלאפט דורך סטיוו חתן א אידישער פיכאלאג פון ספרדישן אפשטאם און עס איז היינט די אנגענומענע סטאנדארד אין די מעדיקל וועלט און גאווערמענט אויף צו דייאגנאזן א קולט ווי שטארק שעדליך עס איז.
חלק א
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=tsMvNZIN72E[/youtube]
נשלח: זונטאג מאי 12, 2019 6:30 pm
דורך ביבער
חלק ב
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=gVdVViqbppY[/youtube]
נשלח: זונטאג מאי 12, 2019 10:43 pm
דורך איך אויך
בקיצור נאך א שוטה וואס פראבירט צו מאכן אפאר דאלער אויף אונזער רוקן.
אבער אויב די נארישקייט הייסט ביי דיר 'רייך' האב איך פשוט רחמנות אויף דיר.
נשלח: מאנטאג מאי 13, 2019 3:16 am
דורך ביבער
די ערשטע חלק איז זייער אינטערסאנט, טאקע ווייטאגליך, דער אמת טוט אסאך מאל וויי אבער אוועקמאכן העלפט נישט.
די צווייטע חלק איז היבש נישט צום דבר. כ'רעד וואס איז נוגע די BITE מאדעל.
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2019 8:04 am
דורך מיינונגזאגער
אחד העם האט געשריבן:[tag]הוגה[/tag] האסט מיר אנטוישט, געווענליך ביסטו דער וואס רעדט און א נושא נאר נאך וואס ביסט קלאר און די פאקטען, דיין זיין אומוויסענד און די פרטים פון העלבראנץ, שרייט ארויס פון יעדע אות און יעדע קאמע, און פון דיינע צו שטעלער וייזט זיך אויס אז עס הערשט ביי דיר א גרויסער צומישעניש און די פאקטען, עס קוקט מיר אויס האסט געהערט האלבע ווערטער דא און דארט און דן געווען, אין זה מדרכי החכמה, חזור בך [tag]הוגה[/tag] חזור בך.
דאס אז די פאקטען פון אונזער פראבלעם וואס די האסט ארויסגעברענגט, איז אמת, ווייזט נאך נישט אז דיין צושטעל צו העלבראנץ, איז געווען א שכל'דיגער, וכן בנוגע הדמיון העלבראנץ להנאצים, ולדמות אלו לאלו, דרך כסילים הוא
אחד העם: עס איז טאקע אביסקעלע שפעט צו ענטפערן דיין קאמענט און אויפרייס אויף הוגה. אבער הוגה האט קלאר געשטעלט ביי די ענדע פון זיין קורץ אבער איבער צייגענדע ווערטער אז אוואדאי איז עס נישט ממש אייניג "אבער מיר מיט דרגה פון אפנקייט" טוהן מיר דאס זעלביגע מיט אונזערע ווייטערדיגע דורות.
זול דוק ותשכח.
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2019 9:59 am
דורך הקטן
ביבער האט געשריבן:די ערשטע חלק איז זייער אינטערסאנט, טאקע ווייטאגליך, דער אמת טוט אסאך מאל וויי אבער אוועקמאכן העלפט נישט.
די צווייטע חלק איז היבש נישט צום דבר. כ'רעד וואס איז נוגע די BITE מאדעל.
די צישטעל צי די BITE מאדעל איז די גרעסטע joke און קינדיש.
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2019 5:39 pm
דורך ביבער
הקטן האט געשריבן:די צישטעל צי די BITE מאדעל איז די גרעסטע joke און קינדיש.
זיי דיר אביסל מסביר ביטע
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2019 9:06 pm
דורך אגרות צפון
מיר איז די בעסטע געפאלען ווי זי איז זייער סורפרייזד אז דוד המלך האט עקזיסטירט.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 12:23 am
דורך מיין אמת
diff האט געשריבן:איך זע נישט וואס דער תורה איז דא שולדיג. ולא אותי קראת יעקב כי יגעת בי ישראל. ע"פ המגיד מדובנא
צוזאמן מיט די תורה האבן מיר געירשנט אסאך שגיונן. כדי צו אפהיטן די שגיונן, מאכען מיר אלס פרישע
אזעלכע זאפטיגע @טרויבען88 שוין לאנג נישט געהאט