בלאט 1 פון 4

פרשת העלבראנץ - מיט וואס זענען מיר אנדערש?

הודעהפורסם: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 1:58 pm
דורך הוגה
די גאנצע וועלט איז אויף מיט די העלבראנץ פרשה. דא אין ק"ש האלט שוין די העלבראנץ אשכול ביי עלעוו בלעטער. אין בית המדרש און אויפן גאס שמועסן מענטשן מיט פארזארגטע פנימ'ער און פארקנייטשטע שטערנס. "האט מען זיי שוין געפונען? זענען די מיטגעמאכטע פרויען שוין באפרייט פון העלבראנצ'ס שווארצע נעגל? האט די סאשעל סערוויסעס מצליח געווען צו באפרייען די פארפייניגטע קינדער? עס כאפט א שוידער אין די ביינער צו טראכטן אז אין 2013 זאל אזא פארברעכן קענען פארקומען אויף אזא פארנעם, און דורך די וואס דארפן צו זיין דאס הייליגסטע און פרומסטע וואס די וועלט פארמאגט."

נעכטן שוקט מיר איינער אין אישי, "נו, וואס האסטו צו זאגן אויף די העלבראנץ פרשה, וואס האלטסט דו?" איך האלט גארנישט בנוגע העלבראנץ וכת דיליה. מען רעדט דא פון א גרופע פון אפשר דרייסיג משוגעים וואס האבן מחליט געווען אז זיי ווילן לעבן אזא צודרייטע לעבן. עס גייט מיר פונקט אזוי פיל אן ווי עס גייט מיר אן עני אנדערע סעקטע אדער גרופע פון משוגעים. איך פיל שלעכט פאר די וואס זענען דארט שלא מרצונם, און איך האף אז זיי קענען געפונען א וועג ארויס. אבער ס'נישט מיין דאגה מער ווי אן עקסטרעמע קריסטליכע, מוסלמענער אדער אמיש סעקטע איז. די לב טהור כת האט אין מיינע אויגן גארנישט מיט יהדות, קוים וואס עס ענדלט דערין אביסל וזהו.

וואס יא, עס קומט מיר פאר זייער איראניש די וועג ווי אזוי אנשי שלומנו זענען אויפגעשאקלט פון די געפערליכע שמועות וואס מען הערט אויף די העלבראנץ חברה, זיי זענען גאר אויפגעשוידערט. עס קומט מיר אסאך מאל צו לאכן ווען איך הער ווי מענטשן דא רעדן דערפון מיט א סארט פאראיבל און פאראכט כאילו זיי וואלטן קיינמאל געטון אזעלכע זאכן. מורי ורבותי, ס'איז צייט זיך צו קוקן אין שפיגל, מישן די אייגענע טאפ אביסל, און מקיים זיין די קשוט עצמך. לאמיר נעמען די טענות איינס אויף אמאל.

העלבראנץ טוט ברעינוואשן זיינע חסידים.
אבער משא"כ ביי אונז אין סאטמאר לאזט מען יא אלע טראכטן פאר זיך. מיר ברעינוואשן נישט קיינעם. מיר געבן נאר איבער די פאקטן און מיר לאזן יעדער איינעם מאכן זייער אייגענע החלטות. מיר רעדן נישט איין אונזערע קינדער אז אונזערע רביס האבן געהאט הימלישע כוחות כדי זיי זאלן מקבל זיין זייער מרות אן קיין שאלות. מיר פארמאגן נישט קיין מנהיגים וואס מאכן שטיק ביים דאווענען אדער ביים ליינען קוויטלעך וכדומה אלץ א קאנווינסינג מעקאניזם. מיר לאזן אריין אלע ספרים און דעות, נאר א יעדער וועהלט למעשה אויס אונזער דרך ווייל עס איז די אמת.

מען שלאגט די קינדער מיט אייזערנע ווייערס.
איין יונגערמאן האט געקאכט אין בית מדרש מיט דעם טענה. "איר הערט א מעשה? זיי זענען ערגער ווי די נאציס! ווי אזוי טוט מען אזאנס צו קינדער? וואו איז זייער הארץ? מען מוז איבער דרייען וועלטן ביז סאשעל סערוויסעס נעמט צו אלע קינדער!" האלא, יונגערמאן, בארואיגט אייך. מיר אלע געדענקען גוט די הילכיגע פראסק וואס דו האסט אראפ געלאזט פאר דיין זון לעצטע חוה"מ סוכות אין בית המדרש. עס איז טאקע נישט מיט קיין ווייערס אבער דו ביזט פארט פונקט אזא רוצח. און וואס איז מיט די מלמדים וואס טיילן מערדערליכע קלעפ פאר קינדער, אדער שרעקליכע עונשים צו פייניגען און דערנידערן קינדער. לאמיר רופן סאשעל סערוויסעס אויף זיי. וואס איז מיט א סיסטעם וואס איז אויסגעשטעלט צו מאכן קינדער ארום גיין מיט שרעקליכע גילט געפילן טאג און נאכט צוליב דעם וואס זיי האבן געטון עפעס גאר נאטירליך וואס א יעדע קינד אין די וועלט האט א רעכט צו טון. מיט וואס פאר א רעכט האט די גרעסטע צדיק אין די וועלט רשות צו מקדיש זעקס גאנצע וואכן א יאר צו אינדאקטראנעיטען די שטותים אין יונגע קינדער? פארוואס איז עמאציאנאלע פיין מער אקצעפטבאר ווי פיזישע פיין?

זיי האבן נישט קיין חדר אדער שולע, זיי גיבן נישט קיין שום עדזשוקעישאן פאר די קינדער.
אבער מיר וואלטן דאס קיינמאל נישט געטון. מיר וואלטן קיינמאל נישט אפגעהאלטן וויכטיגע עדזשוקעישאן וואס עס פעלט אויס פאר אונזערע קינדער. דאס איז א ריכטיגע פארם פון ברעינוואשן און האלטן זיינע חברה אנגעהאנגן און אנגעוויזן אין אים און אין זייער קהלה. משא"כ אונז, מיר טוען גארנישט צו האלטן די קינדער אנגעוויזן און אריינגעשפארט לעולם ועד. פאר דעם קומען אונזערע קינדער ארויס פון אונזער חינוך סיסטעם אזוי עדזשוקעיטעד סיי מיט תורה און סיי מיט חכמה. פארדעם קענען אסאך פון אונזערע קינדער ניטאמאל עפענען א באנק אקאונט. זיי ווייסן נישט זייער אייגענע געבורטס-טאג און זיי קענען נישט חתמ'נען זייער אייגענע נאמען.

העלבראנץ צווינגט שידוכים, און ער איז מחליט ווער זאל זיך גט'ן.
משא"כ ביי אונז "צווינגט" מען נישט. מיר האבן א געוואלדיגע אויסגעהאלטענע שידוכים סיסטעם. מען ווארט ביז מען איז שוין אכצן יאר אלט, מען קען שוין מאכן "אייגענע" החלטות מיט וועמען מען וויל חתונה האבן. מען גייט ארויס א גוטע איין צוויי מאל, מען שמועסט אויס אלע "וויכטיגע" זאכן, ווי לדוגמא וויפיל געשוויסטער מען האט, וויפיל פעטערס און מומעס וכו'. די עלטערן האבן נישט קיין say in the matter בכלל. און ביי אונז איז נישט דא בכלל דער מושג פון נישט-צוגעפאסטע פארפעלקער. אויך בנוגע גיטין, ביי אונז איז נאך "קיינמאל" געווען א גט וואס איז געווען אינפלוענסד דורך רבנים? איך ווייס אז עס געשעהט נישט אפט, אבער עס געשעהט, איך אליין ווייס פון צוויי. די סיסטעם איז אויסגעשטעלט אויף א וועג אז דאס מוז געשעהן מזמן לזמן.

וואס איז מיט די מאדנע קליידער וואס זיי טראגן? ממש ווי אין א קאלט.
מיר האבן שוין אמאל געשמועסט פון דער טעמע. מיר זענען אלע מאדנע. ביי אונז זעהט אויס שמאטעס ארום די גאנצע גוף מאדנע. ביי די גאנצע וועלט זעהט א שטריימל און בעקישע אדער א הוט און רעקל פונקט אזוי מאדנע. און לאנגע ברייטע טונקעלע בגדים מיט אן ארומגעבינדענע קאפ איז בכלל נישט אין סטייל, ספעציעל ווען עס איז 90-100 דעגרי אינדערויסן. צווינגען קינדער נישט צו גיין מיט קורצע ערמל אין די זומער, אדער אז זיי מוזן גיין מיט קעצי גלעזער, אדער מיידלעך מיט דיקע שטרימפ און טונקעלע בגדים איז פונקט אזוי בארבאריש ווי צווינגען צו טראגן א בורקע. ספעציעל ווען דאס צווינגען ווערט געטון אויף אן אופן וואס שפילט אויף די אינערליכע געפילן.



איך ווייס אז איך האב געשריבן אביסל עקסטרעם און שארף, אבער איך מיין אז די נקודה איז קלאר. צדיקים פלעגן זאגן "אל אמונה ואין עול". אז ווען די באשעפער שטראפט איינער ליידט קיינער פאר גארנישט. ווען די משפחה פון א קענסער פאציענט ליידט, איז א יעדע טראפעלע פיין פון א יעדע באטראפענע אויסגערעכנט. וממילא אויב הערט איר א שלעכטע בשורה, למשל אז א יונג ווייבל איז אוועק אין אן עקסידענט, און עס טוט אייך וויי, דארפט איר וויסן אז מען וויל עפעס פון אייך אויך.

ווען מיר הערן איבער די העלבראנץ פרשה, און אונזער הארץ בליטיגט פאר נעבעך די אומשולדיגע פארכאפטע נשמות מוזן מיר געדענקען אז די באשעפער האט אונז נישט געשוקט דער מעשה אונז וויי צו טון פאר גארנישט. די באשעפער וויל אז מיר זאלן מאכן א חשבון הנפש. לאזן מיר אונזערע ווייבער און קינדער געפייניגט און געפירט ווערן ביי די נאז מיט זאכן וואס האט גארנישט מיט אידישקייט, נאר מיט תאוות השררה? האבן מיר א יד און צו לאזן קאלט-סטייל אקטיוויטעטן און אינדאקטרענעישאנס במחנינו? זענען מיר פיל בעסער ווי העלבראנץ?

עס איז שוין הויך צייט צו מאכן אן ערענסטע חשבון הנפש, און מסלק זיין די עושי עוולה.



.

הודעהפורסם: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 2:14 pm
דורך אחד העם
@הוגה האסט מיר אנטוישט, געווענליך ביסטו דער וואס רעדט און א נושא נאר נאך וואס ביסט קלאר און די פאקטען, דיין זיין אומוויסענד און די פרטים פון העלבראנץ, שרייט ארויס פון יעדע אות און יעדע קאמע, און פון דיינע צו שטעלער וייזט זיך אויס אז עס הערשט ביי דיר א גרויסער צומישעניש און די פאקטען, עס קוקט מיר אויס האסט געהערט האלבע ווערטער דא און דארט און דן געווען, אין זה מדרכי החכמה, חזור בך @הוגה חזור בך.
דאס אז די פאקטען פון אונזער פראבלעם וואס די האסט ארויסגעברענגט, איז אמת, ווייזט נאך נישט אז דיין צושטעל צו העלבראנץ, איז געווען א שכל'דיגער, וכן בנוגע הדמיון העלבראנץ להנאצים, ולדמות אלו לאלו, דרך כסילים הוא

הודעהפורסם: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 2:18 pm
דורך ודי למבין
OUCH!! אזוי אמת און שרעקעדיג!

קוק ווי זיינע חברה זענען איינגערעדט אז זייער רבי איז די איינציגסטע צדיק און יעדער אנדערש איז אפגעפרעגט. סאונדס פאמיליער?

קוק ווי קיינער טאר נישט האבן קיין שום עקסעס צו מענטשן פון אינדרויסן - נאר די עומד\ים בראש. כ'מיין כ'האב שוין געהערט אמאל פון אזא זאך, און דווקא נישט פון די ווייטע מאנטריאל...

זייער גוט ארויס געברענגט אן אמת'דיגע, ווייטאגליכע פאקט! ה' ירחם עלינו!

אחד העם האקט, כ'מיין אז די בראד פוינט זייינע איז אז איידער גיין פאררעכטן אפאר משוגעים פון אנטעריאו, קאנעדא, הייב אן צו קעיר נעמען פון די טויזענטע פראבלעמען עמנו בבית

הודעהפורסם: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 2:19 pm
דורך גאנצל
דעס אליין אז דו קענסט טראכטן פון פלענער און זוכן עצות זיך צו העלפן האלטסטו שוין בעסער פון זיי ווייל זיי קענען דאס אויך נישט........
אבער דיין ארבעט איז נישט אומזיסט לייקס וועסטו באקומען לרחצה
דיינע פוינטס זענען דאך עטוואס גערעכט ע"כ וועל איך דיר אויך לייקן

הודעהפורסם: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 2:23 pm
דורך היימישער ליטוואק
ודי למבין האט מיר אויסגכאפט מיטן גיבן די ערשטע לייק.
הוגה - כל מילה פנינה. דו ביסט 100% גרעכט.

הודעהפורסם: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 2:44 pm
דורך חבקוק הנביא
הוגה, כ'בין נישט מסכים צי דיין צישטעל, מיט דעם חשבון קענסטע זאגען אז אפילו די אלגעמיינע גאס טוט די זעלבע, די מידיא ברעינוואשט דעם עולם, די גאנצע ביזנעס אינדערסטרי ניצט כל מיני עמאשענעל טריק צי מאכען מענטשען קויפען זאכען, אין אזוי ווייטער,

ס'איז אזוי ווי די זאגטס, יענער האט איינער דערטראנקען אין וואסער, נו מיילא אונז גיימער אויף אין מקוה, אקעי נישט ממש דערטרענקען אבער דאך ס'אויך וואסער, קשוט לעצמך ....

יעדער עסט יעדער טרונקט יעדער שלאגט אביסעל, יעדער ברעינוואשט אביסעל... די אלגעמיינע גאס אויך, אין אזוי ווייטער, אוודאי איז וואס צי מתקן זיין אין מען דארט שטרעבען צי ווערען בעסער, אבער די העלבראנץ פראבלעם איז אז זיי נעמען אלעס צי א משוגענע עקסטרעים וואס זיי ווערען ערענסט בארירט, די רעדסט פין סאטמאר, 80% וואקסען אויף נארמאל נאכדעם האסטע צען פראצענט משוגעין אין צען פראצענט עקסטרעמיסטען אין נאכדעם דארפסטע נאך וויסען וויפעל דערפין איז די חינוך שולדיג,

כ'זאג נישט ס'טאקע דא געוויסע חסידות'ן וואס גייען צי א עקסטרעים אין ס'טויג טאקע נישט דארט די מצב, אבער די מערהייט היימישע קהילות זענען מער ווייניגער נארמאל,

אין ווען דיין זעקס וואכען פראבלעם.... שוין... מען דארף וויסען וויזוי צי מחנך זיין דערצי, נישט עס מאכען פאר א באגי מען, אבער נישט זאגען יא ס'נארמאל ס'גארנישט, ניין ס'נישט גארנישט, ס'איז גוט צי זיין ריין פין זינד, נאר מען דארף וויסען וויזוי, וה' הטוב יכפר

הודעהפורסם: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 2:59 pm
דורך היימישער ליטוואק
חבקוק - מיין משוגע איז נישט די זעלבע ווי דיין משוגע. איך האלט אז רוב חסיד'ישע/היימישע קינדער וואקסט יא אויף משוגע און אומנארמאל.
איז אונזער לבוש נארמאל?
די צאל פון קינדער?
די גיל הנשואים?
די בליעף סיסטעם? (חסידישע און ליטווישע)
די ארבייטס גרייטסקייט?
די וועג פון אויפנעמן רבנים?
די קרוינונג פון מרן'ס און רשכבה"ג'ס?
די פארהיילינגונג פון די פריערדיגע?
די התייחסות צו דברים שהצנעה יפה להם?
די מושגים פון בין אדם לחברו?

הודעהפורסם: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 3:01 pm
דורך שמעקעדיג
אחד העם האט געשריבן:@הוגה האסט מיר אנטוישט, געווענליך ביסטו דער וואס רעדט און א נושא נאר נאך וואס ביסט קלאר און די פאקטען, דיין זיין אומוויסענד און די פרטים פון העלבראנץ, שרייט ארויס פון יעדע אות און יעדע קאמע, און פון דיינע צו שטעלער וייזט זיך אויס אז עס הערשט ביי דיר א גרויסער צומישעניש און די פאקטען, עס קוקט מיר אויס האסט געהערט האלבע ווערטער דא און דארט און דן געווען, אין זה מדרכי החכמה, חזור בך @הוגה חזור בך.
דאס אז די פאקטען פון אונזער פראבלעם וואס די האסט ארויסגעברענגט, איז אמת, ווייזט נאך נישט אז דיין צושטעל צו העלבראנץ, איז געווען א שכל'דיגער, וכן בנוגע הדמיון העלבראנץ להנאצים, ולדמות אלו לאלו, דרך כסילים הוא

דער בעש"ט הקדוש האט אמאל געטראפן א איד איז מחלל שבת ה"י. האט ער אנגעהויבן בודק זיין און מפשפש זיין במעשיו, ווייל אז ער האט עפעס געזעהן, איז עס פון זיך אליין. כל הפוסל במומו פוסל. האט ער אזוי לאנג מפשפש געווען ביז ער האט געטראפן אז ער האט געהערט א שטיקל בזיון אויף א ת"ח וואס איז בחינת שבת און ער האט תשובה געטאן דערויף.
לויט דיינע ווערטער, איז דאס יא א צושטעל?... אלא מאי, הוגה'ס נקודה איז געווען, קוק אין דעם אספעקט, עס טוט דיר וויי אז יענער איז געשלאגן אין א געוויסע הינזיכט, מאך א חשבון הנפש צי דו האסט נישט א ניצוץ פון די זעלבע עוולה.

נישט אז איך גיי בארעכטיגן יעדע ווארט פון הוגה (איים סארי, איך טו עס רעספעקטפול!), אודאי איז עס נישט ממש קיין פארגלייך צו העלבראנץ, און לגבי 'די 6 וואכן פראבלעם' איז דאך נישט קיין היינטיגע סיסטעם זאך, דאס שטאמט דאך שוין מדורי דורות ולמעלה בקודש פונעם הייליגן אר"י הקדוש און איך קען נישט הערן רעדן מיט א ביטול אקעגן א מנהג פון אזא צדיק וקדוש (כ'קען נאך ח"ו טרעפן נעקסטע וואך א איד מחלל שבת זיין..) וואס האט געשאקעלט וועלטן און אלע צדיקים שרפי מעלה בשעתו און אויך די שפעטערדיגע דורות נאך אים האבן געהאט פאר אים די גרעסטע רעספעקט. הגם איך פארשטיי די פוינט, נישט מאכן א באגימען פון די זאך, און אייגענטליך ער האט סך הכל נאר 'מגלה' געווען אז די 6 וואכן זענען מסוגל לתשובה, אבער דאך וואלט איך ערווארטעט מער רעספעקט צו דעם ענין, וכבר ביארתי במאחורי וכו'.

הודעהפורסם: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 3:14 pm
דורך הוגה
איך האב געלייקט א יעדער איינער דא, סיי די וואס זענען מסכים, סיי די וואס קריטיקירן מיר און סיי די וואס "ריספעקטפול" קריטיקירן מיר, ווייל א יעדער איינער דא האט א פוינט! און ועל כולם זעה איך אז איר האט אלע געכאפט מיין פוינט.

הודעהפורסם: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 3:36 pm
דורך קופערניקוס
אזוי קלוג, אזוי איידל געשניטן. אזוי שיין געלייקט באהבה וענוה, עקסעלענץ, לאגיק, נאבעלקייט הוגה במלואה!

הודעהפורסם: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 4:14 pm
דורך ודי למבין
די אשכול דערמאנט מיך א מעשה וואס איך האב בייגעוואוינט פארגאנגענע חול המועד סוכות.

איך בין געווען אין אן אמיאזמענט פארק מיט מיינע קינדער, ושם אתנו איז אויך געווען א סקווערע מיט באצעס (די יאר חולל המועד סוכות!!!) און מיט די גאנצע סקווערע ניין יארד, די שטאלץ און קליינקעפיגקייט איז אים געשטאנען אויפ'ן פנים. פונקט האט דורל געוואקט א גרופע פון די "פאנאטישע" אמיש חברה. דער סקווערעה האט זיך נישט באגעניגט צו סטעירן אויף זיי כאילו עס וואלט געוען פארן, ער האט געפילט פאר וויכטיג צוצוגיין צו איינער פון זיי און פרעגן פארוואס זיי גייען אנגעטון די וועג זיי גייען.

איך האב געמיינט איך זינק איין!

שוין דא אזא אשכול, וואס רעדט ארום דער נושא

הודעהפורסם: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 5:12 pm
דורך ציוני
viewtopic.php?f=33&t=5270
דער אשכול רעדט ארום בערך פון דער נושא

א שאד צו צומישן דעם עולם,
גבאים שמעלצט צוזאמען די ביידע אשכולות

הודעהפורסם: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 8:49 pm
דורך לעיקוואד
דאס וואס ''היימישע אידען'' ווערן אויפגעשוידערט פון העלבראנס'ס מעשים איז א סימן תקווה פאר די אידען הנאמנים למסורת האמת השומרים על פך השמן הטהור, דאס ווייזט אז אפילו אין דעם הארץ פון דער סאטמערער מטורף ליגט נאך אביסעלע פלעינע מענטשליכקייט און שכל, עפעס א אידישע פונק וואס איז נאכנישט פארלאשען געווארען, אז אפילו ער איז אליינס נעבאך אזוי טיף פארזינקען אין די בלאטע פון זיין ברעינוואשינג דאך ווען עס קומט פאר עם אביסעל מער א קיצוני'שער פאל שרייט ארויס זיינע פשוט'ע מענטשליכע אידישע געפילען אז מען טאר דאס נישט צולאזען, און ער הייבט נישט אן מאכען קיין פלפולים של הבל און חסידות של שטות אז אפשר טאקע איז דא א דיוק אין ויואל משה אז מען דארף זיך פירען כמנהג לב טהור, נאר זיין פשוט'ע אריגענעלע געפיל שרייט עם ארויס. אונזער תפקיד איז זעהן מחזק זיין דער ניצוץ עד שתהא שלהבת עולה מאליה, ונצא כולנו מאפילה לאורה בעגלא ובזמן קריב.

הודעהפורסם: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:00 pm
דורך קאווע טרינקער
הוגה.... אן עצה האסטו אויך? וואו גיימיר?

הודעהפורסם: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:45 pm
דורך הוגה
קאווע טרינקער האט געשריבן:הוגה.... אן עצה האסטו אויך? וואו גיימיר?


רופן סאשעל סערוויסעס...

הודעהפורסם: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:46 pm
דורך קאווע טרינקער
זיי קענען צוריק דרייען די זייגער?

הודעהפורסם: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:47 pm
דורך הוגה
אויף להבא.

הודעהפורסם: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 10:15 pm
דורך ודי למבין
לעיקוואד דיינע ווערטער זענען נוקב והולך. כאטש ס'געשריבן הומאריסטיש איז עס אזא אמת און א פינק פון האפענונג אין די בארג פון משוגה'קייט.

הודעהפורסם: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 10:38 pm
דורך א שוויצער
לעיקוואד האט געשריבן:דאס וואס ''היימישע אידען'' ווערן אויפגעשוידערט פון העלבראנס'ס מעשים איז א סימן תקווה פאר די אידען הנאמנים למסורת האמת השומרים על פך השמן הטהור, דאס ווייזט אז אפילו אין דעם הארץ פון דער סאטמערער מטורף ליגט נאך אביסעלע פלעינע מענטשליכקייט און שכל, עפעס א אידישע פונק וואס איז נאכנישט פארלאשען געווארען, אז אפילו ער איז אליינס נעבאך אזוי טיף פארזינקען אין די בלאטע פון זיין ברעינוואשינג דאך ווען עס קומט פאר עם אביסעל מער א קיצוני'שער פאל שרייט ארויס זיינע פשוט'ע מענטשליכע אידישע געפילען אז מען טאר דאס נישט צולאזען, און ער הייבט נישט אן מאכען קיין פלפולים של הבל און חסידות של שטות אז אפשר טאקע איז דא א דיוק אין ויואל משה אז מען דארף זיך פירען כמנהג לב טהור, נאר זיין פשוט'ע אריגענעלע געפיל שרייט עם ארויס. אונזער תפקיד איז זעהן מחזק זיין דער ניצוץ עד שתהא שלהבת עולה מאליה, ונצא כולנו מאפילה לאורה בעגלא ובזמן קריב.


ס'ווינדערט ווי פון יעדע קוק ווינקעל דא בבית ה'קאווע קומט מען צוריק קיין סאטמאר הונגריא
ס'א בחינה ווי מ'זאגט נאך א דרשה אהנע דערמאנען דעם ענין הקנאות איז קיין רעדע

איך זעה דער ציבור דא האלט זיך שטארק צום הוראה

הודעהפורסם: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 10:39 pm
דורך שמעקעדיג
לעיקוואד האט געשריבן:דאס וואס ''היימישע אידען'' ווערן אויפגעשוידערט פון העלבראנס'ס מעשים איז א סימן תקווה פאר די אידען הנאמנים למסורת האמת השומרים על פך השמן הטהור, דאס ווייזט אז אפילו אין דעם הארץ פון דער סאטמערער מטורף ליגט נאך אביסעלע פלעינע מענטשליכקייט און שכל, עפעס א אידישע פונק וואס איז נאכנישט פארלאשען געווארען, אז אפילו ער איז אליינס נעבאך אזוי טיף פארזינקען אין די בלאטע פון זיין ברעינוואשינג דאך ווען עס קומט פאר עם אביסעל מער א קיצוני'שער פאל שרייט ארויס זיינע פשוט'ע מענטשליכע אידישע געפילען אז מען טאר דאס נישט צולאזען, און ער הייבט נישט אן מאכען קיין פלפולים של הבל און חסידות של שטות אז אפשר טאקע איז דא א דיוק אין ויואל משה אז מען דארף זיך פירען כמנהג לב טהור, נאר זיין פשוט'ע אריגענעלע געפיל שרייט עם ארויס. אונזער תפקיד איז זעהן מחזק זיין דער ניצוץ עד שתהא שלהבת עולה מאליה, ונצא כולנו מאפילה לאורה בעגלא ובזמן קריב.


ווילאנג דער ווערטל לויטעט "בעסער פון מיר איז א פרומאק, ערגער איז א שגץ", זעה איך נישט דעם סימן תקוה.

הודעהפורסם: פרייטאג נאוועמבער 29, 2013 2:22 am
דורך קאווע טרינקער
כהוגה ועוד לעצכ"ח

כת "לב טהור - הלברנס" לא הכל שחור ולבן

אתמול שוחחתי לראשונה בחיי עם יהודי מהקהילה הנ"ל
התקשרתי בשביל לקלל אותו ואת רבו בבחינת בא לקלל יצא מברך.
נדהמתי לגלות שמדובר ב"אנשים" כן דיברתי עם בן אדם ולא עם מפלצת לפחות כך ע"פ השיחה שארכה כשעה פלוס
לפי ההתרשמות שלי רוב האנשים שם נמצאים מרצון ממש וכשאני אומר רוב האנשים אני מתכוון ל-99.9 %
בודאי שיש כאלו שנמצאים בניגוד לרצונם אבל לכאורה לא בכפיה או באלימות שפי שמנסים לתאר אותם.
ודבר זה מוכר היטב לכולנו נוסח ה"אנוסים" החרדים.

מדובר בקבוצת אנשים תמימים שאין להם חוץ מד' אמות של הלכה שום קשר עם העולם הזה,
ולכן ומטבע הדברים אין שם אנשים אשר ישמשו להם כדוברים מכיוון שאינם מתבטאים היטב ובודאי שלא בעברית או באנגלית
(באידיש עוד איכשהו הצלחתי לקבל התרשמות חיובית)
וזאת עלי לציין שוב התקשרתי מתוך כעס הכיצד יהודים המתקרים חרדים עושים מעשים שכאלו וקיבלתי תשובות ברורות לכל השאלות
ופה עיקר הבעיה מסתובבים בארץ ובעולם כמה אנשים אשר קולמוסם המחודד בידם ובלשון חלקלקה מצליחים להכפיש קהילה שלמה שעובדת את השם בצורה קצת יותר פרימיטיבית מהחשוכים הפרימיטיבים מבני ברק
והיות ותמימותם לא מאפשר להם להגיב בצורה משכנעת ואין להם דובר עם לשון חלקלקה הציבור שומע רק צד 1

ואבהיר זה ברור גם לי שהם פרימיטיבים ופולחנים לרבם בצורה לא מציאותית
(מה זה מציאות בעיני? אינטרנט, אייפון ועוד דברים שהם שליליים גם בעיני הרבנים שלנו)
יתכן שבעקבות הפרימיטיביות שלהם מישהו נפגע מהם בצורה כזו או אחרת
[ובהזדמנות זו אבקש את סליחתם של כל מי שנפגע ממני בהודעה זו]
אין ספק שאני לא רוצה לגור שם ומקוה שאף אחד מהילדים שלי לא יגיעו לשם,
אבל זה קורה גם אצלינו שאנשים שחושבים אחרת מאיתנו נפגעים מאיתנו עיין ערך "הסוררת" ועוד
לסיכום ברור לי שיש פה 2 צדדים למטבע 
אבל ברור לי גם שהכוס לא לגמרי ריקה ומי יחפש את החצי המלאה ימצא את זה.

נ.ב. יש להם קו שבו ניתן לשמוע שיעורים של הרב הלברנס וניתן להתרשם מהצד השני שמס' 018-1-718-55-77777
לדעתי מהסיבות שפירטתי לעיל השיעורים לא מועברים בצורה הכי משכנעת אבל זה מספיק טוב למי שבאמת מחפש את האמת.
ושוב סליחה אם פגעתי במישהו לא זאת הייתה כוונתי...


די גענויע חילוק פון דא און דארט איז לאו דווקא אזוי קלאר...

הודעהפורסם: פרייטאג נאוועמבער 29, 2013 2:47 am
דורך דעת תורה
צ"ל כהוגה ועוד לבח"ח

הודעהפורסם: פרייטאג נאוועמבער 29, 2013 9:07 am
דורך הוגה
קאווע טרינקער האט געשריבן:כהוגה ועוד לעצכ"ח...


איך מוז קלאר שטעלן אז איך פרוביר בכלל נישט פארטיידיגן לב טהור. איך ווייס בכלל נישט וואס דארט קומט פאר אויסער פון שמועות. איך האב ס"ה געטון וואס די תורה פארלאנגט און געמאכט א חשבון הנפש עצמי.

הודעהפורסם: פרייטאג נאוועמבער 29, 2013 1:12 pm
דורך גאנצל
איך האב ס"ה געטון וואס די תורה פארלאנגט און געמאכט א חשבון הנפש עצמי.


:lol: :lol: :lol: :lol:

הודעהפורסם: פרייטאג נאוועמבער 29, 2013 1:15 pm
דורך דער (פינטעל) איד
מ'קען עס נישט אנרופן א חשבון נפש עצמי. אויב וואסלט עס אראפגעשריבן ביי דיר אין שטוב אויף א פאפיר ווען דו ווייסט אז ס'גייט נישט אראפפאלן "לייקס" פון דאך , וואלט דע ריזאלטס פונעם חשבון נפש עצמי אויסגעקוקט גאר אנדערש מיין פריינד...

אזוי סוספעקטיר איך.