אידישקייט הפך לחושך והסיסטעם לדם

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2921 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3226 מאל

אידישקייט הפך לחושך והסיסטעם לדם

שליחה דורך אפטעמיסט »

איך ווייס שוין אליינס נישט. אשכולות מער ווי די כינים אין מצרים, דעות כחול הים, איינער שעלט דעם סיסטעם, א צווייטער שרייט פארקערט, זה בכה זה בכה און איך שטיי א פארלוינער. סאיז עפעס אזוי פארפלאנטערט, אזוי צומישט אז מקען אראפ גיין פון קלארען זינען. איך זיץ דא ביי מיר אינדערהיים און איך קלאג. איך קלאג, סרייסט. אין די בעקגראונד שפילט לייכטע מוזיק און געבט נאר צו מער צו די מרא שחורה און ווייטאג. ווי מער איך טראכט אריין אין מיין מצב, בלוטיגט מיין הארץ מער. מעי חמרמרו נהפך לבי בקרבי. וואו מגייט און וואו משטייט הערט מען יעדעם שרייען די זעלבע. אין בית אשר אין שם מת, שטיקער כלל ישראל פאלן אוועק, משפחות זענען צושאסען, אוי לנו כי פנה היום.

אויבן אויף זעהט אלס אויס א מחיה. בחורים גייען אין ישיבה, אינגעלייט אין כולל, מענער גייען אין ארבעט און די פרויען האדעווען די קינדער. א דרויסענדיגער זעהט נאר די זין און שיין, אבער טיף טיף איז נאכט און פארנעפלט. די הארץ יאמערט און טריפט בלוט. מען שטופט נאך א וואך, נאך א חודש, נאך א יאר און נאך א יאר, אבער שטופן האט אויך א גבול. מקוקט זיך אן איינער דעם אנדערן און ספרעגט זיך פון זיך אליין: איז דאס די תורה אשר קבלנו במדבר סיני? אויף דעם זענען מער געוועהן אזוי פריילעך און מקדים געוועהן נעשה לנשמע? עולם הפוך ראיתי. פון אהבת ישראל געווארן שנאת ישראל. פון יראת השם געווארן יראת השכן. אוי אוי לך, נאום ה' אלקים.

כ'ווייס כוועל גארנישט אויפטוען. גארנישט מיט א גרויסע גימל. אבער טאקע דערפאר שרייב איך. ווען כהאב ווען א צל של ספק אז מיטן ארויסגיין אויפן גאס און זיך רייסן די הויט וועל איך עפעס אויפטוען, וואלט איך עס שוין לאנג געטאן. ווען איך טראכט ווען אולי אולי וועל איך קענען עפעס טוישן, וואלט איך געלאפן ווי א פאר'סמ'טער אין די גאסן און געמאכט א בהלה. אבער איך ווייס דאך יא אז סוועט גארנישט אויפטוען. סך הכל וועט מען מיך פארשטיינערן און שטיל מאכן מיט שלעק און סטראשונקעס. סאיז נישט דא צו וועם צו רעדן, כפאקיסטאן ואפגאניסטאן היינו. מלעכצט אויף אביסעל יושר און אמת, העניים מבקשים לחם ואין. פון דעם ישראל אשר בך יתפאר איז געווארן וימאס ה' בכל זרע ישראל. על זה דוה לבי ועל אלה חשכו עיני. איך וויין אויף מיין גורל, אויף די גורל פון מיין זיסע קינדערלעך. אוי יתומים היינו ואין אב.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אפטעמיסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר