חסידישע מענטשן רעכט גרופעס

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2921 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3226 מאל

חסידישע מענטשן רעכט גרופעס

שליחה דורך אפטעמיסט »

לאור די פטירה פון נעלסאן מאנדעלא און דעם אשכול וואס איז געווידמעט געווארן לכבודו, וויל איך באהאנדלען א נושא וואס כ'בין זייער נישט קלאר אין.
ביי נאטורליכע קאטעסטראפעס וואו עס ווערן גע'הרג'עט צומאל שווערע טויזענטע מענער פרויען און קינדער און גאנצע שטעט ווערן חרוב ונחרב. צי ווען טעראריסטען מארדן אומשולדיגע מענטשן סיי וואו איבער די וועלט, איז די מענטשהייט צוטיילט אין דריי חלקים:

1) די רעטונג לייט. דאס באשטייט פון אינטערנאציאנאלע מענטשן רעכט גרופעס און אקטיוויסטן וואס שליסן זיך אן בגוף ובממון צו העלפן די באטראפענע.

2) סתם מענטשן. אין דעם ווערן אריינגערעכענט רוב מענטשן אין די וועלט, וואס האלטן מיט די נייעס און קוקן צו מיט ווייטוג און רחמנות ווי אומשולדיגע מענטשן פארלירן זייער לעבן און יונגע קינדער בלייבן אן א טאטע און מאמע.

3) חסידישע אידן. אין דער קאטאגאריע גייען אריין רוב היימישע אידן, וואס זיצן אין מקוה און זאגן מיט א געלעכטער "שוין, נאך צען טויזענט יאפאנעיזע טויטע".

און איך פרעג: פארוואס טאקע איז עס אזוי? פארוואס גייט אונז נישט אן קיין כי הוא זה ווען א נישט איד לייד א מיתה משונה? איצט, יא, סאיז דא גענוג גוים וואס גייט נישט אן ווען א איד איז אין א צרה (און פארשטייט זיך היפש אפאר שונאי ישראל וואס פרייען זיך גאר, אבער איך רעד נישט פון דעם) אבער סאיז דא גענוג און נאך וואס באדערט זיי יא. איך געדענק ביי די לייבי קלעצקי טראגעדיע ווי א שווארצער ערל האט געוויינט מיט טרערן אין די אויגן, און נישט געקענט צו זיך קומען.
אבער ביי אונז אידן איז נישט בנמצא אז איינער זאל זיך קימערן איבער א גוי'ס טויט. פארוואס טאקע? פארוואס זענען נישטא קיין חסידישע מענטשן רעכט אקטיוויסטן?

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר