ריבעליען קעגן די ריבעליערס

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 800 מאל

ריבעליען קעגן די ריבעליערס

שליחה דורך shem-tov »

ריבעליען קעגן די ריבעליערס

(עמיצער שיקט מיר דאס אריין)
אנטשולדיגט אבער איך בין היינט זייער אויפגערעגט. וויפיל איז די שעור צו עפענען א צייטונג אדער א בלאג אדער א טשעט און זעהן ווי מען באשמוצט אונז און מען קריטיקירט אונז. סדערמאנט מיך דעם ניגון. הבט משמים וראה... גיב א קוק פון דיין הימל און זעה... ווי דיינע קינדער יאגט מען... ווי דיינע קינדער פלאגט מען... מען מאכט א תל פון זיי... וואס ווילסטו פון מיין לעבן האבן. האב איך מיך דען געוועלט געבוירן צו ווערן ביי יודישע עלטערן. לאז מיך שוין אפ פאר א שווארץ יאר. קוק אן די ארכי רשעים ראזענבערג און די אנדערע וואס פירן אן מיט די העיט וועב סייטס. זיי באדן זיך אין אונזער בלוט. זיי זענען אזוי דיטערמענט אונז צו זעהן אין דער ערד אז סאיז ממש שרעקעדיג. גענוג איז גענוג. גיי זיך דיר א צווייטען. סאיז צייט צוריקצוגעבן. איך דערקלער מיך פאר א חסידישער רעבעל. איך גיי אנהייבן צו ווערן גאר פרום און עקסטרים, אלעס פאר בלויז איין ציל זיי אויפצורעגן. איך וועל סופארטן יעדען חסידישן ארעסטאנט. איך וועל סופארטן יעדען רבי'לע ובנש"ק אפי' איך האלט פון אים זערא. איך וועל אנהייבן ליב צו האבן זאכן וואס איך פלעג פיינט האבן. אלעס כדי זיי אויפצורעגן. ווען איינער וועט מיך פרעגן פארוואס איך טו געוויסע זאכן וועל איך ענטפערן ווייל איך האב זיי פיינט. און איך לעב בלויז כדי זיי אויפצורעגען. ווייסט פארוואס איך היט די תורה ווייל די היטס עס נישט. ווייסט פארוואס איך גיי צום כינוס האינטערנעט ווייל די האלטס נישט דערפון. איך גיי טאן אלעס אין די וועלט דיך אויפצורעגן. די ביסט דער אביוזער און איך בין דיין וויקטים. אין בין דער צדיק און די ביסט דער רשע. די ביסט דער רעסיסט און איך בין דער וועם די האסט געצאפט דאס בלוט. איך וועל ווערן דיין מוסר זאגער און די וועסט יעדען טאג מורא האבן פון ווערן אוועקגעלייגט לעולם ועד צוליב דיינע אומפארגעבליכע פארברעכענס א קעגן מיר. איך גיי אנהייבן לערנן ראשית חכמה ווייל איך וויל מיך באקענען מיט דיין צוקונפטיגע קריב און אויך ווייל זיי געלייבן נישט גלייב איך יא. פארוואס גלייב איך אינעם אייבערשטען בכלל, ווייל די גלייבסט נישט.

איך וויל בעטן די חשובע שרייבער דא, ווען איינער באגעגענט א מאמענט פון חוזק מאכן פון די העיטערס זאל ער עס דא פאסטען. פ... די העיטער. די ערשטע זאך וואס איך גיי טאן קעגן די העיטערישע רעסיסטס איז אויפברענגען די פאקט אז ביי זיי איז דא די מערסטע רעיפס און מאלעסטעישאן און בעיקר געיס. און זיי פראטעקטען יעדען מאלעעסטער און יעדען רעפיסט. האסט געוואלט איבערלאזן די תורה פיין און גוט, דאס איז נישט אונזער פראבלעם. אבער מיר וועלן אויפדעקן יעדע קעיס און רעיפ און געי אקט וואס סטוט זיך אפ אין ענקער קומיוניטי, מיר גייען ענק מסדר זיין ביז ווי לאנג סוועט מער נישט פארקומען קיין איין איינציגע רעיפ און מאלעסטעישאן אין ענקער פארשאלטענער קאמיוניטי. מיר גייען דערציילן פאר די וועלט אז עטס לעבטס אן חופה וקידושין און אז עטס זינקטס אין נ שערי טומאה. און טאקע וועגן דעם ווייל עטס לעבטס אין טומאה האבן מיר זיכער געמאכט אז קיין איינציג קינד אין אונזער קומיוניטי ווערט נישט גערעיפט. אונז היט מיר אפ אלע הלכות פון צניעות אז סזאל אפי' נישט קענען פאסירן אזא זאך ווייל מיר זענען באפוילן געווארן אין די תורה זיך אפצושיידן מאנשים הרשעים וחטאים האלה ווי ענק. מיר וועלן ענק אי"ה שטיל מאכן . ביטע זאג מיר וואס דער העיטער האט פיינט כדי איך זאל עס קענען טאן פונקטלעך אים אויפצורעיגן.

אונזער מאוומענט טו איך א נאמן געבן "רעבל 316" ד"מ אז מיר שומרי תורה ומצות זעמער דיטערמענט אפצוהיטן אלע תרי"ג מצות אין די תורה און טון דעם באשעפערס רצון בשלימות בלויז ווייל די ווילסט נישט. און בעיקר האבן מיר פיינט געיס און רעפיסטס און מאלעסטערס ווייל זיי האט דער באשעפער פיינט און פון דעם באשטייט זייער קומיוניטי. אויב ח"ו סהאט ליידער פאסירט א שרעקליכע זאך און די רשעים בלאזן עס אויף, קענען מיר בלויז ענטפערן אז אין יעדער שלעכטע זאך דאך דא עפעס א גוטע נוציץ. וועט ער דאך פרעגן וואס איז דא גיט. וועט איר אים גלייך ענטפערן דאס אז די שעלטס דאס איז שוין געוואלדיגע נייעס.

אזוי שרייבענדיג הייב איך אן צו טראכטן אז קען זיין וועגן דעם האט דער רבי ז"ל אזוי פיינט געהאט די ציונים אזא בחינה פון ריבעליען קעגן די רעבעליערס....

אזוי שרייבענדיג נאך מער... האב איך מיך שוין עטוואס בארואיגט טראכט איך אפשר צוריקצוגיין צום אריגינעלן פלאן פון חז"ל השכם והערב עליהן והן כלין מאליהן...

וואס נאך וואלט איר געטאן זיי אויפצורעיגן...
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
רעאגיר