( ) [ ] { }

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
חנניה זרח שטיגליץ
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 06, 2012 5:12 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

( ) [ ] { }

שליחה דורך חנניה זרח שטיגליץ »

(דער ארטיקל איז געשריבן געווארן דורך א קאמפיוטער וואס איז נישט ארויסגעשיקט געווארן פון עמעזאן אום שבת קודש)

טעכנאלאגיע האט געטוישט אלעס ארום די וועלט (יא ליידער מיר אידן {און מיט אידן מיין איך היימשע ערליכע} זענען אויך נישט ווי בעפאר).

כ'וויל רעדן אביסעל ערנסט אויך דא. ווען ס'זענען זיך צוזאמגעקומען (למשל) אידן 15 יאר צוריק [מ'דארף נישט גיין אזוי ווייט אפילו, 10 יאר צוריק אויך, עניוועי] צו א משפחה שמחה האט זיך יעדער באגריסט מיט א אמת'ע ליבשאפט, דאס געזיכט האט געשיינט זיך צו טרעפן מיט א משפחה קרוב דאס שמועסן אוון שמייכלן איז נישט געווען אחד בפה'דיג. היינט (נישט ממש היינט, שוין אפאר יאר) שפיל אראפ דאס זעלבע סצענע יעדער מיט זיינע כלי אין טאש קוקן איינער אויפן צווייטן פארדעכטיגט ווייל יעדער איז פארטון אין זיין וואטסעפפ גרופ {אדער טעקסט, [צו אימעיל] יו געט די פוינט} און דיין פעטער וואס פאר 8 יאר צוריק איז ער געווען "דיינער" איז היינט ווילד פרעמד פאר דיר, וואס פארשטייט ער צו די אלע לעצטערע וויצן וואס דו האסט מיטגעהאלטן? ער איז בכלל נישט אין דיין לעבן. (יא, אויך מיר א לעבן [ניטאמאל א חיי שעה וואלט איך דאס גערופן])

זאלן מיר עס אלע מודה זיין (און יעדער קען עס מודה זיין אז נישט אפען כאטש אין הארצן) די אלע סאשעל טעכנאלאגיע האט אונז גוט [ מיט גוט מיין איך דא שלעכט {וד"ל}] געדעמעדזשט! מיר זענען געווארן קאלטע שטיינער, אנשטאט "סאשעל" זענען מיר געווארן "פרייוועט" "באהאלטן" "אפגעהאקט" יא דו לאכסט 5 מאל א טאג א גוטס פון א קליפ (קליפה!) אבער סוף טאג? איין שטיק דעפרעסיע איזולוציע איינזאמקייט. אותי עזבו, האסט איבערגעלאזט די לעבעדיגע מדברים און פארדיקטעט געווארן צום דומם (אייפון {אדער טאבלעט וכדומה})

וויפיל נאך זאכן האבן זיך געטוישט זינט מיר זענען געווארן אזוי סאפיסטיקירט? ווייל פארשטיין דארף מען (און יעדער ק"ש ליינער פארשטייט [אחוץ אויב פונקט דא {וואו ער האט א נגיעה} וויל ער זיך דאוקה נארן] פיין) אז ווען דאס לעבן פון א מענטש ווערט גרינגער ער הייבט אן שפירן ווי ער קאנטראלירט זאכן און מיט זיין פינגערטיפ קויפט ער און קענסעלט ער, דעליווערט ער, שרייט ער, סטראשעט ער, מאכט ער לאכן א האלבע וועלט {און לייג צו וואס נאך אלס מ'טוט מיט איין דרוק אויפן סקרין} פארלירט דער מענטש דאס לעצט ביסל האמבעלנס (ענוה). ער קען מער נישט טון זאכן וואס ער האט געטון אפאר יאר צוריק, ספאסט מער נישט.

מיר איז עס אזוי בייגעפאלן [און ס'קען זיי איך בין אינגאנצן ראנג (דאס איז אויך פון די מעלות וואס איך האב נאך נישט אנגעוואוירן אז איך קען זאגן אפען אולי טעיתי) און יעדער קען עס טשאלענדזשען] בלויז פאר א משל איינס מיני אלף זיכער. ארויסקומענדיג ער"ש פון סאטמאר קליימער שול מקוה אין וומ"ס (וואו איך בין געווען צו גאסט צוליב א משפחה שמחה {און איינגעשטאנען נישט ווייט פון יענע ביהמ"ד} און ארויפגעברענגט אלטע זכרונות פון אלץ קינד וואוינענדיג נישט ווייט) איז מיר דורכגעפלויגן דאס בילד פון לאנגע שטריק צוגעטשעפעט צו האר קעמלעך (ניין נישט א קעמעל והנה גמלים באים, כ'מיין דאס מיט וואס מ'מאכט די פיאות [בעפאר מ'ווערט אויפגעקלערט און מ'לייגט עס ארויף אויף די אויער] ס'זאל זיך האלטן שיין) דאס פלעגט אזוי הענגן פון א האלצערנע שאפקע וואס האט זיך געפינען נעבן דעם סינק. און אידן פון אלע שיכטן (נישט קרייזן, ווייל רוב דארט זענען סאטמארע אידן {כ'מיין נישט ממש סאטמאר, נאר לאפוקי א מתמידים [ קהל עדת ירושלים?] חסיד, למשל}) און שאטירונגען זענען געשטאנען דארט ביים האלץ מיט די פובליק קעמלעך אין די האנט און זיך געמאכט די נאסע פיאות. אזוי האט געקענט צומאל זיין א ליין פון מענטשן און ווארטן אז דער באנוצער זאל ענדיגן אז ער זאל אויך קענען זיך מאכן דאס פיאות.

אויב איז איינער געווען מער פענצי (היינט האט יענער זיכער די נייעסטע סארט גאלעקסי) האט ער ארויסגענומען די האר (און אפשר אפגעווישט די שניי) וואס דער פאריגער באנוצער האט איבערגעלאזט אינעם קעמעל. אויב איז יענער געווען אזוי ווי יעדער פשוט'ער מענטש (היינט קען ער אנפירן א וואטסעפפ גרופ אויף א ביליגן ענדרויד, [דרייווט אן עקארד] און מאכט זיך ווי ער זעט נישט זיין פעטער ווען ער שפאצירט אים דורך אויפ'ן גאס) האט ער ניטאמאל געקוקט, נאר מיט א תמימות (און מיט א אהבת ישראל וואס היינט איז עס נישט בנמצא!! וד"ל) א וועלגער געטון דאס פיאות מיט'ן קעמעל און אהיים געלאפן {און אויפן וועג אהיים איז נישט געווען אויפן וועג ארויס אזא קעסטעלע מיט פאפירן וואו מ'קען יעדע וואך ליינען ווער ס'האט געטון א מצוה 9 חדשים צוריק ודו"ק (אוי פון וואו נעמט מען יענע רואיגע צייטן)} צו ענדיגן מיט די שבת הכנות.

מיר זאגט עס אזוי. ווען נישט סמארט פאונ'ס ווען נישט מיי ספעיס (איינער געדענקט דאס נאך? ניין און דאס ווייזט אויף אז גשמיות חושך טונקעלקייט איז נאט העיר טו סטעי!) פייסבוק, טוויטער (מלא וא"ו! "טויטער" קרי!) טעקסטן, סעל פאונס, אינטערנעט, האט ליינס, וכולהי וואלט נאך יענע קעמלעך דארט אין קליימער מקוה אראפגעהאנגען און אידן וואלטן זיך ליב געהאט דארט כמימי קדם! דאס איז עס ביי מיר קלאר, און קיינער קען עס נישט אויפווייזן אנדערש. שוין.

איי דייגרעס. דער ציל פון מיין שרייבן דא איז בעיקר געווען ארונטערצוהאקן יענע אלע שרייבערס וואס מיינען אז מ'קען אן ארטיקל מאכן מער פראפעשאנעל אויס זעהן ווען מ'רינגעלט (כזה () ) אריין יעדע צווייטע זאץ, וד"ל. אז מ'שרייבט גוט פעלט דאס נישט אויס. און ווער ס'מיינט אז איך עס יעצט לאקשן קוגל איז כמעט גערעכט. און דערפאר האב איך לכתחלה געשריבן אין 'שמייכל' אבער זענדיג אז מיין פלאו אוו קאנטשסנעס האט מיר געפירט צו מער ערנסטע דיבורים האב איך עס אריינגעלייט אין געזעלשאפט.

איין זאך וויל איך בעטן (ניין, ניין. כ'בעט אייך. נישט דאס גיי איך בעטן {איך געב נישט קיין --- פאר ל---} הער צו) איך האב באמערקט אז שוואכע שרייבערס (און מיט "שוואך" מיין איך נישט אין תוכן, נאר אין וויפיל מ'שרייבט דא בכלל) ווערן מער איגנארט. מיר קומט עס נישט, איך האב נישט צופיל צייט. בעט איך אייך ביטע קאמענטירן. ישר כחכם.

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר