נקדישך טאנץ אין די וועלט, קווה אין שטיבל, ניבול אין פאליש

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

נקדישך טאנץ אין די וועלט, קווה אין שטיבל, ניבול אין פאליש

הודעהדורך קופערניקוס » דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 6:56 pm

מיין אשכול "בית יוסף קושיא, און די שם של ארבע אותיות" האט געזאגט א ריכטיגע פוינט, וואס מען האט שוין אייגענטליך מערערע מאל אויסגעשמועסט דא אין שטיבל, אבער זוכנדיג א קרבן, א קארענט איווענט אויף וועמען אנצושמירן מיין טעאריע, האב איך גענומען פוט-סטעפס און ספעציפיש די דרשות דארטן. והנה, אנדערע האבן גע'טענה'ט - און מיט רעכט - אז אנלייגן אלע פראבלעמען פון כל העולם כולו וגיסי, אויף צוויי שלומים, איז אן עוולה און איז נישט לאגיש. דער אמת איז אז זיי זענען גערעכט, שלום אויסלענדער גייט נישט בויען קיין דעוואלאפמענטס צו לייזן די דירות קריזיס, שלום דין גייט נישט ווערן א שדכן איבערנאכט און מתקן די שידוכים קריזיס, פוט-סטעפס לא יושיענו ולא נאמר עוד טענות על מעשי ידינו, צו די דרויסנדיגע וועלט.

אבער איך בין יא גערעכט געווען מיט די גרעסערע נקודה, אויב איז מען יורד לגופו של ענין, און יעצט לאמיר עס אנדערש אנקוקן, לאמיר קוקן אויף אונזער אינטערנעט וועלטעלע, און דא ארויסברענגען די זעלבע נקודה. די פראבלעמען, די אפשר לעזונגען, און נאכאמאל מיין טענה וואס ברענט אין מיר:

גייט אריין אין ראדני, אדער אין שומר שבת, אדער אין סאטמאר מאנסי, אדער אין עזרת תורה שטיבלעך, צו אין איצקאוויטש, איז די פאליש א פלאץ ווי מען טאנצט נקדישך, אין קאווע שטיבל כאפט מען א אמן און א שטיקל לשון הרע'לע, און אין די אידישע וועלט, די גאס, רעדט מען אזוי האלב'וועגס מאחורי הפרגוד'דיג...

אבער אין די היימישע אינטערנעט וועלט איז קאפויער. אין "די אידישע וועלט" חזנ'יצט מען מיט צוגעמאכטע אויגן "וצדקתך" מיט די בילקעלע-הערינג ניגון, אין "קאווע שטיבל" שמועסט מען די מקוה-קאווע נייעס, מען רעדט זיך אפ אויף תחלואי הזמן, מען שמועסט דורך די ענינים העומדים על הפרק, אבער אין "פאליש" אך און וויי, פארנאגראפיע במלואו.. עס קען זיך דוכטן אז מען איז אין זופניק מקוה און אונז אלע האבן נחום ראזנבערג אויגן.

וואס מיין איך צוזאגן?

די דור אשר ידע את יוסף, שמועסט איבער פרענומאראנטן פון האלמינער רב'ס דפוס ראשון, אלטע אויפשריפטן פון בתי חיים און בראנזוויק, דער פערטער דאבשינער רבי'נס שוויגער'ס מעידן נעים, בנוסף צו די זונטאג, מאנטאג, דינסטאג, מיטוואך אשכול, און סתם אזוי אן אשכול. זיי האבן נישט די שיעור חזון איש אויף די איימערצוויבל צו קוקן די מציאות אין פנים אריין, דיסקוסירן נושאים וואס קוועטשן זיי באמת, רעדן איבער תורה און אידישקייט ווי נארמאלע מענטשן, מען מעקט און מען פאטשקעט אויב איינער קומט אריין מיט א איידיע וואס איז נאנטער צום חזון איש ווי צו צימערמאן, און אזוי שטופט מען די צייט מיט מעיק בעליוו אז די אמת'ע נושאים וואס איז וויכטיג, אינטערסאנט, און וואס קוועטשט אויפן הארץ זענען פרענומעראנטן.

אבער וואס טוט די דור אשר לא ידע, ועשה עצמו כאילו לא ידע, די וואס האבן איבערגעלאזט די סוכה ווייל עס איז צו הייס? זענען זיי געגאנגען רעדן איבער די פראבלעמען? זענען זיי זיך מתייחס צו וואס גייט פאר מיט לאגיק, אחריות און ערנסטקייט? באנעמען זיי ביידע זייטן, די מעלות פון תמימות קעגן די חסרונות פון זיין א שאף געמיינדע? די מעלות פון זיך באשיצן די קאמעראדן קעגן די מגיפה פון פארדעקן מעלעסטערס? די מעלות פון "נישט וואשן די שמוץ וועש אינדרויסן" קעגן די חסרונות פון האלטן אלעס אונטערן קארפעט? די מעלות פון גלייבן אין צדיקים, קעגן די חסרונות פון בלייבן אומבאהאלפן אונטעדרוקט אונטער פוסעי על ראשי עם קודש? די מעלות פון זיך האלטן הייליג, קעגן די חסרונות פון סעקסולאישע אפרעסיע און א לעבן אן א לעפעלע האניג?

ניין, דארטן האבן זיי נישט קיין שאלות, דארטן איז נאר דא תשובות, און די תשובות זענען איין זאך: "פארנאגראפיע"! און טאקע יא מיט שיעורי חזון איש, און פון אלע סארטן, מינים, שלא במינה און במינה. אה, און שיעור פארגעסן, אויך עפעס אן ארטיקל פון א געוואלדיגע חכמה'לאג וואס ווייסט פונקטליך, ללא ספק, וויאזוי די וועלט איז באשאפן געווארן.

הקיצור, די שטופן אריין די קאפ אין די פרענומאראנטן, און די אנדערע שטעקן אריין די קאפ אין פארנאגראפיע.

און דאס איז בקיצור מיין ענין!

איך האב נישט קיין טענות אויף די וואס לעבן אויף די פרענומאראנטן, זיי ווילן גלייבן אז דארטן שטעקן די תשובות, זיי ווילן לעבן אין דינייעל, זיי גלייבן אז די ווארט "מסורה" און "דעת תורה" איז געווען איינגעקריצט אין די לוחות, און אז די קוצו של יוד איז טאקע נאכנישט געפאלן, אקעי.

איך האב נישט טענות אויף די אין קאווע שטיבל וואס האבן קושיות, ספיקות, מסקנות, קלערענישן, וואנדערנישן, ווילן זעהן טוישן, זענען זיך מייאש פון טוישן, האבן מורא פון קריטיקירן, שטעלן זיך יא אמאל ארויס קריטיקירן, די אלע מענטשן גייען דורך אסאך מחשבות, די מענטשן האבן אסאך טענות אויף די פאמיליע צו ווי זיי באלאנגען, אבער, זיי באלאנגען דארטן, עס זענען זייערע אייגענע ברודער און זיי ווילן זיי נישט איבערלאזן, זיי קענען סייווי נישט חלומ'ען פוןן איבערלאזן, ווייל מען לאזט נישט איבער משפחה, מאכן שינויים אין א א חדש-אסור-מן-התורה-געמיינדע איז שווער, זיצט מען און מען קרעכצט, מען פרובירט אביסל צו רוקן די ליניעס, און אריינגעבן אביסל שכל הישר אין א שווער לעבן, מען שמועסט, זה בונה וזה סותר, דער טוישט אליין אביסל, דער טוישט נישט אבער חלומ'ט דערפון, און דער קומט אויף מיט לעזוונגען.

אבער וואס איז מיט די וואס האבן אלעס אפגעלאזט, די ווייב און קינדער האבן זיי געווארפן איבערן דראנג, די מאמע האבן זיי איבערגעלאזט מיט א נאסן פארוויינטן טאשנטיכל, זיי האבן זיך אנגעטון טייטע דזשינס הויזן, און ווען עס איז דא א געלעגנהייט שרייבן זיי, איך מיין נישט קיינעם, און איך טוה די עוולה פון דזשענערעלייזן, אבער איך רעד פון די ערשיינונג, איך שרייב א לשון רבים, זיי, די וואס האבן פראטעסטירט אין פארנט פון כינוס כלל ישראל, די וואס שרייבן אויף בלאגס מיט האס קעגן חרדיזם, די וואס ערשיינען אין טעלעוויזיע און ווי אימער צו באשמוצן פרומע אידן, וואס טוען זיי? זיי בויען א גערעכטע געמיינדע? זיי פרובירן צו זיין אן אלטערנאטיוו צו די געמיינדע? זיי אדרעסירן די פראבלעמען פון די געמיינדע? זיי האבן דאך נישט קיין פחד, זיי זענען דאך קלוגער און האבן מחליט געווען צו אנטלויפן, זענען זיי אזוי סעלפיש צו אנטלויפן בלויז צו קענען רייכערן חלבנה?

אז מען רעדט פון פארנאגראפיע, לאמיר טאקע נעמען פארנאגראפיע אלס א דוגמא. ביי די פרענומעראנטן קוקער איז נישטא אזא זאך, יעדער איינער איז מסודר מיט אשת נעוריו, קיינער ווייסט נישט פון קיין שלעכטס, און חטא הידוע מיינט ארויספיקן פונעם טלית ביים דוכנ'ען.

אבער וואס איז מיט פארנאגראפיע ביים אנדערן עק? זי איז די לעבן זעלבסט! קוק אן די חכמים וואס קאווע שטיבל איז צו פרום פאר זיי און זעה, זיי האבן איבערגעלאזט די ווייב און חתונה געהאט מיט פארנאגראפיע, אפגעלאזט זייער געמיינדע און געשריבן א בונד מיט הפקרות!

אבער וואס איז דער אמת? דער אמת איז אז לעבן איז א סטראגל צווישן גוטס און שלעכטס, צווישן געטריישאפט צו איין און איינציגע ליבע, און צווישן מענטשליכע דראנגען און אומבאהערשטע יצרים, דער אמת איז אז מענטשן מוטשען זיך, אז דאס לעבן איז נישט שווארץ אדער ווייס נאר גאר אסאך גרוי, אז מען דארף רעדן וועגן מאחורי הפרגוד, מענטשן טוען זאכן צופרינדצושטעלן דעם גוף, מיט אדער אן שולד געפילן, און עס איז דא א וועלט אויסער די אפיציעלע וועלט איבער וואס דער חתן רבי האט גערעדט, אבער מען דארף נישט א גאנצן טאג אראפנעמען די פייגן בלעטל וואס טיילט אונז אפ פונעם נחש און שווימען אין פארנאגראפיע.

אידן מיט אפענע אויגן און אויערן וואס האבן אינוועסטירט דא אזויפיל אין אונזער געמיינדע האבן שטארקע קשרים, מען האט ליב די געמיינדע, אהבתי את אשתי ואת בני ואת חברי לא אצא חפשי, און נאך אזא אהבתי קומט א געשריי "אבער געדענק, עבדי הם ולא עבדים לעבדים", מיר ווילן בעסער מאכן, מיר ווילן מאכן נארמאלע ערכים, וועליוס אויף וואס ארויפצוקוקן, מיר ווילן נישט א געמיינדע ווי קארופציע איז חוגג, א געמיינדע ווי מען מאכט פראטעסטן אין וואס קיינער גלייבט נישט, מען רעדט נישט דעם אמת, מען שפילט א דאבל לייף, מען שמייכלט זאגנדיג אז אונז האבן די בעסטע משפחה לעבן, אבער מען מוטשעט זיך מיט נערוון פראבלעמען און איבערגעשטרענגטע מאמעס, און די אלע זאכן וואס איך האב אויסגערעכנט אין די פאריגע פאוסט. בקיצור, מיר ווילן נישט א געמיינדע ווי צביעות פייערט און "מען שפייט בלוט און מען רעדט פון נחת".

אבער עס איז דא כאטש ווייטאג! עס איז דא א געפיל פון ברודערשאפט!

אט די אלע אידן וועלן נאך איין טאג זעהן א נחמה, א נארמאלע ערשיינונג פון א אידישקייט ווי קריטיק איז וועלקאם, ווי וויסנשאפט איז מכובד, ווי משא ומתן באמונה איז אזוי חשוב ווי שמירת עיניים און ווי בין אדם לחברו איז נישט ווייניגער ווי בין אדם למקום, ווי נארמאלע הרגשים איז נארמאל, און ווי מען רעדט עכט איבער אונזער לעבן און נישט איבער יארצייטן פון גדוילעם, ווי מען פראטעסטירט פאר קוואליטי אף לייף און נישט איבער ספק כבוד המת, יבוא יום, און דאס פארוואס מען קרענקט וועט קומען!

אבער די וואס אנטלויפן פון אחריות, שטויסן די סוכה ווייל עס איז הייס, שפייען אויף די קאשע וואס זיי האבן געגעסן, זענען פילפאכיג ערגער ווי די פרענומעראנטן קוקער, און יא, זיי זענען אפילו מער איגנאראנט!

די פרענומעראנטן קוקער גלייבן ווייל אזוי האבן זיי געלערנט, זיי האבן נישט קיין ספיקות, ווייל זיי גלייבן אז זיי טוען די ריכטיגע זאך, עס איז דא א שטארקע מקום עס ארויפצוקוקן און שטארקע יסודות אין יהדות וואס שטיצן דאס.

אבער ענק, אנטלאפענע, פארוואס גלייבט עטץ נישט? כ'מיין צוזאגן, פארוואס פייערט איר אייער אומגלויבן, פארוואס זענט איר אזוי זיכער מיט אייער אומגלויבן? פארוואס איז אייער אומגלויבן א רעליגיע, און יא, פארוואס שטויסט איר אין די סוכה?

די וואס האבן גענומען זייערע ספיקות, און זיי סטראגלען ארום ווייל זיי האבן געלערנט אסאך מדרשים און תנ"ך און האבן מחליט געווען אז די חרדישע רעליגיע פון תשע"ד איז נישט די ארגינעלע, און זיי זענען אפען צו וויסנשאפט, צו קולטור און פארשטייען וויאזוי צו מאנעוורירן מיט די אינפארמאציע און אריינגעבן היינטצייטיגע משמעות'ן אין אור אלטע טעקסט און אזוי ארום מאכן אונזער לעבן נארמאל און רייך, אשרי להם.

אבער די וואס האבן געשטויסן די סוכה, דיין השכלה קומט פון א יו-טוב קליפ, פון חכמה אדער פון תנ"ך? פון אהבת האמת, אדער פון אהבת פארנאגראפיע?

איר האט געשטויסן די סוכה ווייל עס איז דא עוולות, רבנים קריגן זיך, עסקנים טוען עוולות, מאלעסטעישאן, סעקסואלע אפרעסן, דחקות, פרעשור, גוט, פרובירט צו טוישן! פרובירט צו זיין א קול פאר גערעכטיגקייט, לאזט אפילו איבער די סוכה ווייל עס איז צו הייס, אבער שטויסן? איר שטויסט אייערע ברודער, אייער עבר? אן געפיל, אן ברודערשאפט?

פרענומעראנטן קוקער ליינען סיי וועלכע מעשה פון סיי וועלכע גדול, און זאגן עס נאך ווי פאפוגיי'ס, על ראשי שכינת א-ל'ניקער פרובירן צו פארשטיין, און פארשטייען אז א גדול וואס האט נישט געקענט זיינע קינדער ווייל ער איז געווען ביזי לערנען, איז נישט קיין ממשיך פון די תורה וואס דרכיה דרכי נועם און די תורה וואס איז תורת חיים. זיי פארשטייען אז א גדול וואס האט א גאנצע טאג זיך געקריגט קען נישט זיין קיין ראול מאדעל אין א אידישקייט ווי אהרן איז א ראול מאדעל ווייל ער איז אוהב שלום ורודף שלום. אבער איר, סוכה שטויסער, ווען דו ליינסט וועגן א גדול און זיין אהבת התורה קוקסט אים אן ווי סתם א משוגענער? בראד פיט און אנגעלינגע גאלי איז אייך אינטערסאנטער ווי רבי חיים קנייבסקי און זיין רביצין?

מימיני מיכאל'ניקערס וועלן נאכזאגן סיי וועלכע מדרש, און זיך קאכן דערמיט, אן על ראשי שכינת א-ל'ניק וועט נישט האבן קיין פראבלעם צו מאכן א שטיקל לאגישע אנאליז און קוקן אין אקעדעמישע ביקורת התלמוד און זעהן וועלכע מדרש איז ווארשיינליך פאלקלאר, ווי דער רמב"ן שרייבט איבער מדרשים, מזלזל זיין אין א מדרש וועט מען קיינמאל נישט, ווייל א קלוגער גוי איז נישטאמאל מזלזל אין אלטע טעקסט וואס פארמאגט אזויפיל קולטור און היסטארישע ווערד אין זיך, כל שכן אז מיר גייען נישט מזלזל זיין אין זאכן וואס הונדערטער דורות אידן האבן מקדש געווען, מיר רעספעקטירן עס, אבער מען מעג אמאל נוצן די קאפ. אבער די סוכה שטויסער, א מדרש? ווייסן זיי בכלל וואס דאס איז? ווייסן זיי אז שעיקספיר איז א חשוב'ע זאך, אדער זענען זיי גלאט שווא עבוד אלקים'ניקערס און אכול ושתה כי מחר נמות'ער?

אלזא, סוכה שטויסער, איר זענט שוואכע נשמות, איר זענט נישט גרייט צו נעמען די פרעשור, איר זענט נישט אונזער אלטערנאטיוו, הערט אויף צו האקן אויף אונז, און שטעלן די פנים ווי איר זענט בעסער, איר זענט נישט!

או אויב איז דא איינער וואס איז יא, און ער האט ליב זיין באבע, זיין באבעס קולטור און זיין באבעס תורה, אבער ער וויל פארבעסערן, כל הכבוד, מיר ווילן אויך! נישט קיין חילוק צו איר גייט א ווייסע בעקישע אדער זשינס הויזן, אויב נוצט איר רחמנות, ליבשאפט און לאגיק, אחינו אתה!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך קופערניקוס אום דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 8:53 pm, רעדאגירט געווארן 6 מאל בסך הכל.
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 2953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4121 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 6:58 pm

כ'האב געלייקט נאך פארן ליינען, פשוט צו קענען זיין די ערשטע פון די 70 לייקס..
יעצט גייט מען ליינען...
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8393 מאל

הודעהדורך קופערניקוס » דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 6:59 pm

איין הערה, דאס האב איך שוין נישט געשריבן פאר די לייקס, איך האב עס געשריבן ערנסט, אין איין שאס, בנשימה אחת, כי אש קדחה באפי.
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 2953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4121 מאל

הודעהדורך ברסלבער » דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 7:13 pm

קופערניקוס, הערליך שיין!
מיין שאלה איז נאר צו וועם דו רעדסט. די סוכה-שטויסערס וועלן ווארשיינליך נישט פארשטיין קיין איין ווארט וואס דו האסט געשריבן.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2024
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 4334 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3963 מאל

הודעהדורך קופערניקוס » דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 7:15 pm

ברסלבער האט געשריבן:קופערניקוס, הערליך שיין!
מיין שאלה איז נאר צו וועם דו רעדסט. די סוכה-שטויסערס וועלן ווארשיינליך נישט פארשטיין קיין איין ווארט וואס דו האסט געשריבן.

צו געוויסן. מיין געוויסן, דיין געוויסן, און אפשר צום אידישן געוויסן
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 2953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4121 מאל

הודעהדורך אפטעמיסט » דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 7:23 pm

קופערניקוס, אפשר מאכסטו א סיכום און סך הכל פון דיין לאנג-ווי-די-גלות ארטיקל. דע מאל איז שוין צי לאנג.
מקנא אני את המתים
אשר נעשו חפשי מן המצפון
מאשר החיים חיים הפכפכיים
ונפשם לא שלימה בקרבם

~ אורים ותומים www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=50&t=12010
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2335
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 3261 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 7:38 pm

היש קופערניקוס כקופינינו?

ואלה הדברים אשר דיבר קיפרניקוס אל כל ישראל בעבר הקאווע, בדיבור קשה ובפה רך ובדמעות שליש, וכל העם ישמעו וייראו וייגעו בבכיה רבה עד מאוד, והתיבות מלא רגש מאש קדשו יוצאים ועולים לפני כסא כבודו, והפמליא של מעלה מתמיהים ושואלים זה את זה מה היום מיומים? ומה קול הצאן הזה באזנינו? ובזו השעה רחל מבכה על בניה. והשכינה מה אומרת, חזו בני קופערניקוס חביבי, אשר לבו כואב על צער בני דורו כאב רחמן, ומדת חסדו ובגבורתו באין כאחד, ואין לי נחת מכל העולם כולו כמו שיחה זו שבא מתוך קירות לבבו בנקודת האמת. ומלך המשיח יושב ומצפה כולי האי ואולי ויום הגאולה מתקרב ובא, והקב"ה עונה לו, תדע רק בזכות שיחות של ת"ח אלו שנובע ממקור האמת יחיש ויצמיח גאולתך, כי חותמי ג"כ מדת האמת, והאמת והשלום אהבו בקרוב ממש.

אקעי קופערניקוס, איך קען נישט אזוי ווי דו, קאווע טרינקער, אדער מאראנצן זאפט, אדער געפילטע, אדער אנדערע גוטע מדרש שרייבער. אבער מיין הארץ ווארפט זיך און וויינט מיט מיט יעדן ווארט, און די קליינע אש קדחה באפך פלאקערט אויף, און אנדערע הערצער כאפן זיך אן און עס ברענט א העלישן פייער!

ביי די פריערדיגע הודעה האב איך נישט מגיב געווען ווייל איך בין געווען ווערטערלאז, ואם התם כן, הכא על אחת כמה וכמה, אבער פטור בלא כלום אי אפשר, דיינע ווערטער ברענען, נוקבין ויורדין ביז די טיפסטע טיפענישן פון הארץ! איך האב נישט די ריכטיגע ווערטער ארויסצוברענגען מיינע הרגשים!!

המצפה לישועה,
שמעקעדיג
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14748
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17044 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17481 מאל

הודעהדורך קופערניקוס » דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 8:01 pm

שמעקעדיג, וואו, אני מזיל דמעה. אבער די, דיין אהבת הבריות, דיין שכל הישר, דיין אמונה ביחד עם חכמה, איז די גרעסטע סתירה און יישוב צו די טרויעריג- שווארצע מסקנה פון יאיר אז עס איז נישט פארהאן קיין האפנונג פאר די מענטשליכע ראסע, בא שמעקעדיג ומוכיח יש תקוה!!
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 2953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4121 מאל

הודעהדורך פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 8:05 pm

בכה ר׳ שלמהלע ואמר: געוואלד שבגעוואלד. ממש.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 1:19 pm
האט שוין געלייקט: 1097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1305 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 9:39 pm

ברסלבער האט געשריבן:קופערניקוס, הערליך שיין!
מיין שאלה איז נאר צו וועם דו רעדסט. די סוכה-שטויסערס וועלן ווארשיינליך נישט פארשטיין קיין איין ווארט וואס דו האסט געשריבן.

פארדעם איז אויכעט פאראן א סיבה. די אייגענע סיבה פארוואס זיי זענען געווארן סוכה שטויסערס. ס'פעלט עמקות המחשבה. ווילאנג קענמען אנגיין/פונקציאנירן מצוות-אנשים-מלומדה'דיק?! 8-) :roll: :oops: :o
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11392
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 12617 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7330 מאל

הודעהדורך פוןדעסטוועגןדאך » דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 9:55 pm

וַיִּגַּשׁ אֵלִיָּהוּ אֶל כָּל הָעָם וַיֹּאמֶר עַד מָתַי אַתֶּם פֹּסְחִים עַל שְׁתֵּי הַסְּעִפִּים אִם יְהוָה הָאֱלֹהִים לְכוּ אַחֲרָיו וְאִם הַבַּעַל לכו אחריו.
קופי, דו שרייבסט שיין פון מענטשען וואס מוטשען זיך מיט ספיקות. נעם אין קענטעניס אז פונקט ווי עס קען נתעורר ווערן ספיקות, קען מען אויך אנקומען צו מסקנות. אויב קען מען קיינמאל נישט געקומען א קלארקייט, איז מה לך הצרה הזאת פון ספיקות אין די פורסט פלעיס?

אויך וואלט איך געראטען אז אנשטאט שרייען מיטן קול נהי מציון, ווי אלע קולות הקוראים במדבר, נעם דיין מייסטערהאפטע פענע אין זיי מסביר וואס די חורבן פון פארן איז. אויב איז דא, ברענג סטאטיסטיקס וואס צייגן די כלומרשטע חורבנות וואס פארן האט אנגעזייט אויף דער וועלט.
אינטערסאנט אז די רבנים פארשטייען היינט שוין גאר גוט אז די ספקנים ובלאגיהם זענען אסאך שעדליכער ווי פארן. עס איז מיר א חידוש אז דו אלס מגיד מישרים דק"ק קאוועשטיבל, ביסטו נישט מעודכן.
פוןדעסטוועגןדאך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 11, 2013 3:32 pm
האט שוין געלייקט: 301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 337 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 10:24 pm

איז דאך קל וחומר נאך אסאך ערגער, ווען מ'ברענגט צוזאם ביידע. עכ"פ מ'רעדט זיך איין אז מ'ברענגט צאם.
די חורבן פון פארנאגראפיע איז גארנישט אזוי אוועקצומאכן. ס'איז די הפקרות וואס דאס ברענגט. דער איינרעדעניש אז דער אומוויסנדע בשר ודם איז בעה"ב אויף זיך אליינס, און ברויך שוין צוגארנישט שטרעבן צוהעכערס. ווייל ער שעפט ליידער זין תשוקה פון א גשמיות פארבלענדעטע מקור. ער שפעט זיין חיות פון דעם איתערותא דלתתא, איינרעדנדיג זיך אז דאס איז אלעס וואס פעלט אים. מ'ווערט איגאנצן א קנעכט צום אייגענעם קערפער, דער חומר שבחומר, געוואלדיג שבגעוואלדיג, און מ'פארגוואלדיגט זיך ליידער די יארן.
"והנה מה שעוזר להשגת המדה הזאת הוא ההתבודדות והפרישה הרבה כדי שבהעדר המטרידים תוכל נפשו להתגבר יותר ולהדבק בבורא.." רמח"ל
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2955
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5289 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2612 מאל

הודעהדורך יאיר » דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 10:25 pm

רבינו שליט"א: איך האב פונקט די וואך געזאגט ביי שלשידעס, קופערניקוס איז נוטריקון, פארן-ניקס.
האדמו"ר דקהל לא תתורו דפורנוגרופיה: ליינען קופערניקוס איז טאקע גאר געשמאק, אבער ס'איז נאר כ'פארן, ניקס פארן ממש.
אחד מבני בית: וואו קומען זיך צונויף פארנאגראפיע, ביקורת המקרא, מדרשים, קאווע שטיבל, און טאנצן קדוש?
רבינו הבקי שליט"א: וואס הייסט, כ'בין נישט באקאנט, אבער כ'הער זאגן אז אין קופערניקוס'נס דברות קודש קען מען געפינען אזאלכע זאכן בהעלם אחת.
ורבינו שליט"א כיבדו להאדמו"ר דפורנוגרפיה בדי ווי די, וצוה לו לצפות ראשונה ולברך עליו ברכות הנהנין.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7668 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 10:38 pm

אחד העומדים: דער אהבת ישראל פלעגט ארויפלייגן זיינע הענט אויף דאס קינד און מאכן דעם ברכה מה גדלו מעשיך... מה נאה אילן זה.. ברוך הנותן מטר על פני ארץ.
"והנה מה שעוזר להשגת המדה הזאת הוא ההתבודדות והפרישה הרבה כדי שבהעדר המטרידים תוכל נפשו להתגבר יותר ולהדבק בבורא.." רמח"ל
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2955
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5289 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2612 מאל

הודעהדורך ממרום שלח אש » דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 10:48 pm

איך פארשטי נישט ווי מען קען מאכן פון א בדיעבד א לכתחילה, מען הייבט אן מיט נישט וועלן איבערלאזן ווייל די מאמע האט נישט גענוג טישוס, אקעי, א שיינע אידיאל, ווער וויל דען האבן אויפן געוויסן א מאמע מיט א סטאפפד נאז. אבער לכו"ע איז עס נישט א געוואונטשענע פאזיציע צו זיין אין. כמיין, אפלעבן די יארן אנדערש ווי די געוויסן אלעס בלויז צוליב א ראציגע נאז איז נישט קיין פירסט טשויס.

אבער דאן פארט מען העכער און העכער, און מען הייבט אן ווערן איבערגענומען פון די אייגענע געשריי, שרייט מען נאך העכער און דאס הארץ פלאקערט נאך מער אויף און עס ווערט אזא גלגל החוזר, ווי א טורנעדא וואס פיטערט אויף זיך אליין, ביז מען שאפט גאר א מסקנה - נישט מער נישט ווייניגער, אז נישט האבן קיין מסקנה, דאס איז גאר די ריכטיגע שביל הזהב, שטעקן אינדערלופט בין שמים וארץ איז גאר על ראשי שכינת קל. ווייטאגן, חוזק'ן, ספק'נן און קריטיקרען פון די שאטענס אן די מינימום אחריות פון אויפקומען מיט אן אלטערנאטיווע איז גאר די תכלית הידיעה שלא נדע.

צווייטענס
אילמלא מען קען שעיקספיער איז אלעס צוריק גוט? דאן זענען זיי די קרעים די לא קרעים? הייסט עס אלוקיהם של אלו אוהב פאעזיע וראמאנס?

אלזא עט מען הייסן די תרי ר' שלום'ס מאכן א שיעור אין "פיניקס און די טורטעל" און גאט וועט אריבערמופן צו זייער קאפ.

אט דאס הייסט כי קרוב אליך הדבר מאד...
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
ממרום שלח אש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 3:56 pm
האט שוין געלייקט: 544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 699 מאל

הודעהדורך קופערניקוס » דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 10:51 pm

לאכט קינדערלעך לאכט... אבער ווען דער שיבער וועט מיר געבן אביסל מנוחה וועל איך אייך פיין ענטפערן מנה אחת אפיים.
פונדעסטוועגן וועל איך זאגן בקיצור נמרץ:מסקנה איז נישט די היפך פון ספק, טראכטן ווייזט נישט אויף אי ידיעה, א מסקנה שליסט נאכנישט א נושא און באזירן א לעבנס החלטה אויף א יוטוב קליפ איז נישט קיין קלוגע החלטה.
פארנאגראפיע - אזוי ווי אלקאהאל אדער אנארעקסיע- איז א פראבלעם ווען זי איז איבער די גרעניץ, און א זייטל וואס האלב דערפון איז פארנאגראפיע צייגט נישט אויף ערנסטע אנשים מכובדים.
ואכמ"ללה"ה ועוד הרגל נטוע
ממרום שיקט פייער... נזכה נחיה נראה ונגיב
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך קופערניקוס אום דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 10:53 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 2953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4121 מאל

הודעהדורך מאראנצןזאפט » דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 10:53 pm

דער ארטיקל וועט אריינגיין אין דער היסטאריע פונעם געשריבענעם ווארט.
יארן לאנג וועט מען שטודירן דעם ארטיקל. איר אינהאלט, איר קאמפאזיציע, איר מוטערליכע ווארימקייט וואס לויפט ביינאזאם מיט עז כנמר'דיגע דברי חכמים כדרבונות, און איבער אלעם, איר אויפריכטיגקייט! זי בארירט סטרונעס וואס זענען האקל און לייכטער צו איגנארירן, מיט א שפיזיגן גלייכגילטיגקייט גראד אין די אויגן אריין.
מיר האבן געמיינט אז מכירים היינו דעם בעל העט לשעבר. עס איז אונז נאך אלע געווען דא לדא נקשן פון דער אטאם באמבע דעם פארלאפענעם במוצאי מנוחה. אבל שבנו וראינו שטעינו, מיר האבן קלאר נישט געוואוסט וואס מיר פארמאגן!

אין אנדערע נייעס איז קאווע שטיבל היינט אויף אווערדרייוו, און ס'איז שוין לאנג נישט געווען דא אזא גוטן טאג. אדער מער פראפעסיאנאל, מיט גאלדענע אותיות וועט איינגעקריצט ווערן דעם קאלטן פארכמורטן דאנערשטאג פ' ויחי בקורת ימי יהדות ק"ש. שטיגליץ האט זיך פארשטיגליצט, לולקע האט זיך פארלולקעט, וויליאמסבורגער האט זיך פארווילאמסבורגט, און קופער גראמט מיט סופער.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מאראנצןזאפט אום פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 12:51 am, רעדאגירט געווארן 3 מאל בסך הכל.
מן הקושי הוא אצלי לבוא במשא ומתן עם החכמים שיחיו, ואני מתרחק מזה כמה דאפשר, מצד אחד בטבעי, ומצד השני אין תועלתו מצוי' כי אין דעות בני אדם משתוות, ושינוי הדעות הם על הרוב בסיבות מוקדמות יסודיות (חזו"א יו"ד קנ, ח).
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 3:15 pm
האט שוין געלייקט: 1813 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2354 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 11:04 pm

אויסגעמעקט, צוליב שלא מן הענין.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך טאמבל סאס אום דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 11:33 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
"והנה מה שעוזר להשגת המדה הזאת הוא ההתבודדות והפרישה הרבה כדי שבהעדר המטרידים תוכל נפשו להתגבר יותר ולהדבק בבורא.." רמח"ל
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2955
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5289 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2612 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 11:22 pm

כמראנצן זאפט ועוד לקאווע.
איך האלט אז דער ארטיקל איז art.
דיין ארטיקל פון ד' אותיות איז גוט, ס'האלט דעם ליינער ביי די זייטן, אבער דעיס.... Wow
אבער וואס טוט די דור אשר לא ידע, ועשה עצמו כאילו לא ידע, די וואס האבן איבערגעלאזט די סוכה ווייל עס איז צו הייס? זענען זיי געגאנגען רעדן איבער די פראבלעמען? זענען זיי זיך מתייחס צו וואס גייט פאר מיט לאגיק, אחריות און ערנסטקייט? באנעמען זיי ביידע זייטן, די מעלות פון תמימות קעגן די חסרונות פון זיין א שאף געמיינדע? די מעלות פון זיך באשיצן די קאמעראדן קעגן די מגיפה פון פארדעקן מעלעסטערס? די מעלות פון "נישט וואשן די שמוץ וועש אינדרויסן" קעגן די חסרונות פון האלטן אלעס אונטערן קארפעט? די מעלות פון גלייבן אין צדיקים, קעגן די חסרונות פון בלייבן אומבאהאלפן אונטעדרוקט אונטער פוסעי על ראשי עם קודש? די מעלות פון זיך האלטן הייליג, קעגן די חסרונות פון סעקסולאישע אפרעסיע און א לעבן אן א לעפעלע האניג?
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8393 מאל

הודעהדורך פוןדעסטוועגןדאך » דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 11:33 pm

קופערניקוס האט געשריבן:לאכט קינדערלעך לאכט... אבער ווען דער שיבער וועט מיר געבן אביסל מנוחה וועל איך אייך פיין ענטפערן מנה אחת אפיים.
פונדעסטוועגן וועל איך זאגן בקיצור נמרץ:מסקנה איז נישט די היפך פון ספק, טראכטן ווייזט נישט אויף אי ידיעה, א מסקנה שליסט נאכנישט א נושא און באזירן א לעבנס החלטה אויף א יוטוב קליפ איז נישט קיין קלוגע החלטה.
פארנאגראפיע - אזוי ווי אלקאהאל אדער אנארעקסיע- איז א פראבלעם ווען זי איז איבער די גרעניץ, און א זייטל וואס האלב דערפון איז פארנאגראפיע צייגט נישט אויף ערנסטע אנשים מכובדים.
ואכמ"ללה"ה ועוד הרגל נטוע
ממרום שיקט פייער... נזכה נחיה נראה ונגיב


קופי,
אחוץ אין פאעזיע, מיינט מסקנה דייקא יא היפך פון ספק. דאס איז עכ"פ מיין מסקנה....
ממרום שרייבט עמוק עמוק. מען געוואוינט זיך צו און מען פאנגט אהן צו ווערן א חלק דערפון. אזויווי ר' שלום שוודרן שרייבט א מעשה מיט א איד וואס די קינדער אין גאס האבן אים געשטערט פון זיין נאכמיטאג שלאף. ער האט ארויסגעשריגן פון פענסטער אז אין ככר השבת טיילט אן אמעריקאנער גביר דולרים פאר יעדען עובר אורח. די קינדער זענען אלע אהין געלאפן. נאך אפאר מינוט כאפט זיך דער איד אז געוואלד, מען טיילט דולרים און איך בין נישט דארט?
ווער האט דיר געזאגט וויפיל ביכער זיי ליינען, אדער צו זיי באזירן זייער לעבן אויף יוטוב קליפס?
די פארנאגראפיה דארט קען אפשר זיין אז דאס זענען צוויי מענטשען. דאס דארף נישט רעפלעקטירן אויף יעדעם איינעם. דו ביסט נישט ממש מחויב אהנעמען אז די עולם דארט איז ביזי האלב פון זייער לעבן מיט פארן.
געב אכט נישט צו ווערן דער י.מ. סופר פון קאווע שטיבל. דער בעל עגלה וועט דיך ארויספירן פון שטאט.
פוןדעסטוועגןדאך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 11, 2013 3:32 pm
האט שוין געלייקט: 301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 337 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 11:57 pm

כאב דיר געלייקט בלויז פארן לעצטע שורה...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14748
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17044 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17481 מאל

הודעהדורך פוןדעסטוועגןדאך » פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 12:16 am

שמעקעדיג,
אִם יֵשׁ עָלָיו מַלְאָךְ מֵלִיץ אֶחָד מִנִּי אָלֶף, לְהַגִּיד לְאָדָם יָשְׁרוֹ. וַיְחֻנֶּנּוּ וַיֹּאמֶר פְּדָעֵהוּ מֵרֶדֶת שָׁחַת מָצָאתִי כֹפֶר [איוב לג'] :mrgreen:

נישט נאר דא, שמעקעדיג. נאר כך דרכך מאז ומתמיד. אשריך :like
פוןדעסטוועגןדאך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 11, 2013 3:32 pm
האט שוין געלייקט: 301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 337 מאל

הודעהדורך שפתים ישק » פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 12:44 am

שפתים קישאקTM!
שפתים ישק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 117
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 214 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 177 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 1:45 am

מ'שלאגט דא מיט מיר כפרות.
ווי די מנהג המקום האב איך אויך געלייקט כפרה'ניקעס, אבער איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט וואס ער רעד. וואס איז פאליש?? ווער שטויסט די סוכה?? א נייע פארום פאר פארניגראפיע??
קען איינער מסביר'ן פון וואס מ'רעדט?
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6078
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5298 מאל

הודעהדורך גנדי » פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 1:52 am

איך האב מורא עס איז געווען ליידער ליידיג דא. ווייל די עולם איז געגאנגן באזוכען די פאליש. מען איז געווען ביזי אפגעבן שטימעס. ווי אן אלטע בחור אין ישיבה גייט אויס פאר קנאה און גלאצט אריין די אויגן אין די חבר׳ס חתונה בילד.
You must be the change you want to see in the world
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1180
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2013 12:21 am
האט שוין געלייקט: 2581 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

נעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 5 געסט