בלאט 1 פון 1

מאלעסטעישאן - מיר קענען און מיר מוזן עפעס טון

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 11:57 pm
דורך הוגה
[justify]איך וויל מיר קודם אנטשולדיגן היות איך וועל מיך נישט קענען געהעריג באטייליגן ביים שמועס מיט תגובות ואתכם - ידידיי היקרים - הסליחה.

מיר זענען נישט קיין מאטאמאטישע ראבאטן וואס נומערן דיקטיטירן אונז אויב אלעס איז אקעי אדער נישט. איין מאלעסטעשאן איז שוין ווייט צופיל און מיר טארן עס נישט פארשווייגן. אבער ווען מען רעדט פון א פראבלעם אין אזעלכע פרעפארציאנען איז די מעשה גאר אנדערש. עס איז בעצם נישט נוגע אויב דער פראבלעם מאכט זיך ווייניגער ביי די גוים אדער ביי די מאדערנע קאמיוניטיס צו נישט, דער פראבלעם מוז אנערקענט ווערן און עפעס מוז געטון ווערן עס אפצושטעלן.

אבער למען השלמת הענין איז וויכטיג צו וויסן אז די שטודיעס און די לאגיק זאגט אז אזעלכע פראבלעמען געפונט זיך מער אין אזעלכע ענוויראמענטן ווי אונזערס. ערשטענס האט איר דא אן ארטיקל אין די האפינגטאן פאוסט איבער דער נושא. די סיבות פארוואס א רעליגיעזע ענוויראמענט טוט foster׳ן אזעלכע מעשים איז עטליכע. 1) מצד די וויקטים ווייל זיי האבן מורא צו קומען פארציילן וואס איז געשעהן אויס מורא פאר בושות, שידוכים, מוסדות פאר די קינדער וכדומה. 2) מצד די רודפים ווייל זיי ווייסן פון דער מורא, און זיי ווייסן אז די קאמיוניטי וויל בשום אופן נישט אז די מעשיות זאלן ארויסגיין צו די דערויסנדע אטאריטעטן. 3) מצד די געמיינדע ווייל די פירער האבן אזא געוואלדיגע power אז די וויקטימ׳ס פארלירן זייער אייגענע זעלבסט-זיכערקייט.

א שטיק צייט צוריק האב איך געליינט עטליכע שטודיעס (אינם תח"י כעת) וואס צייגן אז אין שטארק סעגריגעיטעד קאמיוניטיס וואו די אינדיווידואלע sexuality איז שטארק suppressed איז דא א העכערע ציפער פון זעלבע-מין געשליכטונגען. די סיבה איז ווייל עס איז אומנאטירליך צו סופרעסען דאס וואס די גוף פארלאנגט נאטירליך. דאס וועט אטאמאטיש העכערן כאטש אביסל א יעדע אנדערע סארט אומנאטירליכע באציאונג צו דער נושא, אריינגערעכנט פעדאפיליע. איך זאג נישט אז צוליב דעם דארף מען אויפהערן אפצוטיילן די מינים, אדער אז מען דארף ערלויבן דאס וואס די תורה אסר׳ט. מען דארף אבער יא וויסן אז דאס איז די פועל יוצא און ממילא מוז מען מטכס עצה זיין אקעגן די ייצר הרע. מען דארף אויפקומען מיט עצות ע״פ תורה צו באפרידיגן דאס מענטשהייט און אודאי נישט סופרעסן מער ווי עס פעלט אויס. דאס וועט זיין א הצלה פורתא, אבער פארט א הצלה.

עס הערשט א געוואלדיגע היפאקרעסי אין דער נושא און די היפאקרעסי איז נאך מעגליך ערגער ווי די מעשה נבלה אליינס. פון איין זייט פרעדיגט מען ווי קדושה איז אונזער ציל, מען זארגט זיך צו מאכן כל מיני הגבלות כדי צו האלטן די קומץ יודעלעך ווי הייליג עס איז נאר מעגליך. פון די אנדערע זייט שטייט פאר אונזער אויגן די גרעסטע breach אין קדושה (וואס איז בעצם כולל אין זיך אויך שפיכת דמים, כידוע) און קיינער מאכט זיך נישט צוטון דערפון, עכ״פ אויף אן ערענסטע אופן. ווי אזוי קען זיין אז די זעלבע מנהל וואס האלט פאר וויכטיג אנצורופן א טאטע מיט טענות אויף די סארט גלעזער וואס זיין זון טראגט, אדער די סכום סלייסעס וואס זיין זונ׳ס קאפל פארמאגט, טרעפט נישט די צייט אפירצוהאלטן טאטעס פארוואס זיי נעמען זייער יונגלעך אין מקוה? ווי אזוי קען א משגיח אדער ראש ישיבה געבן א שמועס פאר בחורים איבער די וויכטיגקייט פון גיין אין מקוה יעדע טאג זיך מטהר זיין, ווען ער ווייסט אז מען האט נאך נישט געהעריג מסדר געווען די פראבלעם פון לאקערערס אין די מקוואות? אויף וועמענ׳ס אחריות שוקט איר דעם בחור׳ל אין מקוה?

מיר האלטן שוין העכער פופצן יאר זייט עס האט זיך אנגעהויבן די אויפוואכונג בנוגע וואס קומט פאר אין די מקוואות, ועדיין השטן מרקד בינינו! יא, דא און דארט האט מען געשטעלט משגיחים אין די גרויסע מקוואות וכדומה, אבער וואס טוט זיך מיט די שטילע קלענערע מקוואות וואס געפונען אויף א יעדע גאס אין די היימישע געגנטער? ווי אזוי קענען די א.ג. פארזארגער פון אונזער קדושה זיין אזוי רואיג? ווי אזוי נעמט מען די אחריות פון שוקן א יונג בחור׳ל אין מקוה איידער מען איז מתקן די פראבלעם? עס איז ביי מיר נישט קיין ספק אז ווען מען זעצט היינט א בית דין הגדול פון עזרא הסופר, די אר״י הקדוש און די בעש״ט, און מן פארציילט זיי וואס עס קומט פאר, וואלטן זיי זיכער מבטל געווען די גאנצע מקוה געגייעכץ. די סיבה פארוואס איך האלט אזוי איז ווייל איך האלט אז זיי האבן געהאט שכל אנושי, און די שכל אנושי זאגט אז מען לאזט נישט אפן א בור ברשות הרבים. מען פרעדיגט נישט קדושה ווען עס איז גורם טומאה.

אסאך otd׳ס טענה׳ן אז די סיבה פארוואס זיי זענען אפגעפארן איז ווייל זיי זענען מאלעסטעד געווארן. לבי אומר לי אז נישט די מאלעסטעישאן האט זיי אוועק געשטופט פון דרך אבותיהם ורבותיהם, נאר די שרעקליכע היפאקרעסי פון זייערע רביס און עלטערן האבן זיי אוועק געשטופט. די זעלבע מענטשן וואס האבן געזאלט באשוצן זייער קדושה וטהרה, די וואס האבן געזאלט פרעזערוון זייער innocence, האבן זיך נישט געקימערט בכלל ווען עס האט זיך געהאנדלט מיט די אלף בית. אדרבא, מען האט פארמאסקירט די שרעקליכע breaches אין קדושה מיט נארישקייטן ווי לבוש, דיבור ראיה וכדומה. און אין די ערגסטע פעלער האט מען זיך מער געזארגט צו באשוצן די מטמאי טהורים ווי דאס טהרה אליינס.

ומדאתינא להכי. עס איז נאך עד היום הזה נישט איינגעשטעלט געווארן קיין שום סיסטעם אדער ערענסטע פלאן ווי אזוי צו בעקעמפען דער מחלה ממארת. דא און דארט זענען איינגעשטעלט געווארן patches צו פארשטאפן די קליינע לעכער, אבער די דרך המלך איז נאך ברייט אפן פאר די קראנקע. עס איז נישט דא די נויטיגע security פאר א וויקטים צו קענען פארציילן און טייטלן אויף זייער לאקערער אן דארפן מורא האבן פאר אומגעוואונטשענע קאנציקווענצען. עס איז נישט דא א געהעריגע פראגראם אדער body מטעם הקהלות וואו מען קען גיין פארציילן די אומרעכטן און באקומען די נויטיגע הילף. אך און וויי פאר דער וואס גייט זוכן הילף אויסער די קאמיוניטי. די איינציגסטע עצה וואס איז געבליבן איז פאר די וויקטים צו שווייגן און שלונגען זייער פיין טאג און נאכט בשעת מען זעהט ווי די רודף דרייט זיך ארום פראנק און פריי, און אין מערערע פעלער ווערן זיי נאך ארויף געקוקט און זיי בלייבן אין זייער פאזיציע ווייטער צו קענען נעמען אדוואנטידזש פון די וואלנירעבל.

דער היפאקרעסי איז מפיל מער חללים ווי די אקט אליינס. די קשיות ותמיהות וואס דאס ברענגט אויף, איז מער ציפעדיג און ברענעדיג ווי סיי וועלכע קשיא וואס עס איז נאר ערפינדן געווארן מימי היווסד העולם ביז היינט. וואו איז יושר? וואו איז justice? הזאת אידישקייט מיט די קדושה וטהרה? זענען די דאזיגע פירער וואס לאזן דאס צו, טאקע די געשטעלטע שומרי כרם השם? וועלכע גאט טוען זיי רעפרעזענטירן? דעם קל רחום וחנון? דעם שומר גוי ״קדוש״? אויב פארשטייט איר נישט וואס איך רעד דא דאן מוזט איר ליינען דעם אויג-עפנדע בוך HUSH. דער בוך האט געעפנט מיינע אויגן, און לדעתי איז א יעדע טאטע פון קינדער און א יעדע מנהיג ומחנך מחויב צו ליינען דער בוך.

דער אמת איז אבער אז אפילו נאך דעם וואס מען וועט נעמען אלע נויטיגע שריט צו אפשטעלן דער מגיפה מלחוץ, אפילו נאך דעם וואס מען וועט אויספיגערן א וועג אויסצורייניגען די מקוואות, שטעלן א וועד וועם מען קען גיין פארציילן אלעס - אן מורא פון backlash, איינשטעלן א פינגער-פרינטינג סיסטעם פאר מענטשן אין די חינוך ליין וכו׳, איז נאך אבער דא איין עיקר שריט וואס איז מער אפעקטיוו ווי אלע אנדערע, און דאס איז educating און געבן awareness פאר די קינדער זעלבסט.

מען דארף כסדר רעדן מיט די קינדער אז עס זענען דא משוגעים וואס דרייען זיך ארום איבעראל וואס ווילן פוגע זיין אין קינדער. די משוגעים זעהן אסאך מאל אויס אינגאנצן נארמאל, און אמאל קען עס זיין א נאנטע קרוב ווי א פעטער אדער מומע, א רבי, א זיידע אדער א נאנטע משפחה באקאנטע. זיי קענען זיין אין שול, אויפן גאס, אויפן באס, אדער ביי א חבר אין דערהיים וכדומה. זיי האבן א קרענק צו טשעפענען און צורירן אויף פריוואטע ערטער (אויב ס׳פעלט אויס הסברה זאל מען זאגן וואס מיינט ״פריוואט״).

דאס קינד דארף וויסן דערפון just in case עס וועט זיך אמאל מאכן אזא מעשה. דאס קינד דארף וויסן אז די פאקט אז זיי ווייסן דערפון שטעלט זיי שוין אין א בעסערע פאזיציע, ווייל די משוגעים וועלן געווענטליך נאר אויסקלויבן unsuspecting אינדיווידואלן. דאס קינד דארף וויסן אז אין פאל אז זיי געפונען זיך אין אן unfortunate מצב איז עס ״נישט״ זייער שולד און זיי האבן גאר נישט שלעכט געטון.

זיי דארפן וויסן אז זיי האבן דריי מיני וואפן אין די הענט. די ערשטע איז זיך נעמען שרייען קולות וברקים אויף יענעם אז ער איז א מנוול א חזיר וכו׳. די צווייטע איז צו שטויסן יענעם, און מען דארף לערנען דעם קינד פונקטליך וואו איז די בעסטע פלאץ צו שטויסן אזא קראנקע מענטש אז ער זאל פארלירן זיין באלאנס כדי די קינד זאל קענען אנטלויפן. די דריטע איז צו פארציילן פאר די עלטערן, די דאקטאר אדער אן אנדערע טראסטבארע ערוואקסענע. יענער וועט שוין גוט קעיר נעמען דערפון. מען דארף קלאר זאגן אז אפילו אין א פאל וואס יענער סטראשעט מיט די ערגסטע סטראשונגען אויב וועט דאס קינד פארציילן, זאל ער נישט מורא האבן צו פארציילן. מען דארף זיי פארזוכערן אז דאס קינד וועט גענצליך באשוצט ווערן פון א יעדע סארט שלעכטס.

ספעציאליסטן זאגן אז מער ווי דאס עצם פגיעה האט א שלעכטע ווירקונג, איז די פאקט אז מען דרייט זיך ארום מיט אזא סוד וואס גראבט א לאך אינעם הארץ, גורם די ערגסטע עמאציאנאלע עפעקטן. די שרעקליכע גילט געפילן עסט אויף פון אינעווייניג. די פאקט אז דאס קינד (אדער אפילו ערוואקסענע) פילט אז זיי קענען עס נישט מיטטיילן מיט קיינעם משום איזה סיבה שיהיה, איז גורם אז זיי זאלן זיך אליינס באשולדיגן פאר דער heinous crime. ממילא דארפן עלטערן און מחנכים זיין שטארק געווארנט קיינמאל נישט אוועק מאכן סיי וואס פאר א קאמפלעינט וואס די קינד קומט מיט און זאגן אז ס׳גארנישט, מאך נישט אן עסק וכדומה.

פארשטייט זיך אז דאס איז גאר בקיצור אראפגעלייגט, און מען דארף זיין אליינס קלאר און דורך געקאכט דערין איידער מען רעדט צו די קינדער. מען דארף האבן א נאנטע באציאונג מיט די קינדער כדי זיי זאלן דאס אננעמען פאזיטיוולי. אבער פארוואס דארפן מיר צוקומען צו רבי יענקל האראוויץ דאס צו וויסן? פארוואס באקומען מיר די נויטיגע tools פון אזעלכע מאדערנע ארגעניזאציעס ווי Ohel? פארוואס הערן מיר דאס נישט ביי חינוך דרשות פון רבי שלמה רובין אדער אין חינוך ארטיקלן אין די מעלות? פארוואס האבן די מנהלים ומחנכים פון אונזערע קינדער נישט אזעלכע קאנווערסעישאנס מיט די תלמידים? איז דען די שרעקליכע השפעה פון די טעיפס פון ליפא אדער מיכאל וויכטיגער ווי דער נושא? וואס האבן מיר פון דעם אז מען היט אפ די קאמיוניטי פון קאלירטע קליידער אדער אפילו פון טעקסט מעסעדזשעס אויב לאזט מען דער פירצה ברייט אפן? איך זאג נישט אז די אנדערע זאכן זענען נישט וויכטיג. אבער די פאקט אז דער שרעקליכע פירצה באקומט zero air time, צייגט אויף א היפאקרעסי שאין כדוגמתו.

דער היפאקרעסי שרייט ארויס פון אונזערע הערצער און עס איז צייט צו טון עפעס דערוועגן!

וואס קענען מיר טון? ערשטענס מוז מען וויסן מיט וואס מען האנדלט דא. צוליב דעם האבן מיר געמאכט דער סורוועי. ולהוי ידוע אז דער סורוועי איז טאקע נישט בשלימות אבער עס גיבט אונז גאנץ אן אקוראטער בילד וואס די פראבלעם דא איז. צווייטענס, מוזן מיר איינזעהן אז מען קען זיך נישט פארלאזן אז די פירער אדער מחנכים וועלן עפעס טון דערוועגן. מיר מוזן אליין זיך זארגן פאר זיך, פאר אונזערע קינדער און פאר די עתיד פון אונזער געמיינדע. א יעדע איינער זאל זיך נעמען אין די האנט אריין און זיך פארהאלטן צו ער טוט אלעס וואס ער קען טון צו באשוצן זיינע קינדער. אויב חלילה עס וועט געשעהן א מעשה וועט ער קענען זאגן "איך האב געטון כל מה שבידי" אדער נישט? דריטענס, מען דארף אויפשאקלן די געמיינדע, סיי דורך רעדן דערפון, סיי דורך פארלאנגן תיקונים און סיי דורך אקטיוויזם. איר קענט אפילו ארויסדרוקן דער ארטיקל און עס שוקן פאר אייער רב/דיין/רבי/מנהל/ת.

אויב האלט די פירער פון דיין קהלה אדער דיין קינד׳ס מוסד נישט ביים טון עפעס דערוועגן, זאלן זיי וויסן אז דו ביזט נישט צופרידן. אויב וועלן זיי וויסן אז גענוג מענטשן זענען נישט צופרידן וועלן זיי שוין איינמאל טון דערוועגן. מיר מוזן געדענקן אז די אב הנביאים, אונזער ערשטע רבי, משה רבינו האט געוואוסט אז רבנות איז עבדות און נישט שררה. מיר מוזן געדענקן אז מיר האבן די power איבער זיי, און אלטעמיטלי מוזן זיי טון וואס מיר ערווארטן פון זיי און כש"כ וואס די באשעפער ערווארט פון זיי. זיי מוזן וויסן אז אויב וועלן זיי נישט קעיר נעמען פון די בעיסיקס וועלן זיי מוזן אפגעבן א דין וחשבון דערויף. מיר פארלאנגען נישט קיין שינויים אין די תורה. מיר פארלאנגן די בעיסיקס, קדושה וטהרה, שוץ פאר די קינדער, און פאראכטונג פאר די פוגעים. קיין ערקלערונג איז דערווייל נאך נישט ערשינען פאר די אי-פעולה אין דער נושא. ווילאנג עס איז נישט דא קיין פארשטענדליכע ערקלערונג וועלן מיר נישט אקצעפטירן דאס שרעקליכע שטיל שווייגעניש.


נ. ב. מיר האבן אויבן געשריבן אסאך בלשון זכר, די פראבלעמען מאכט זיך ליידער אסאך ביי מיידלעך אויך.[/justify]


.