וואס טוט מען מיט א שווערע שווער?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
אויפגעקלערטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 28
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 17, 2013 7:39 pm
האט שוין געלייקט: 19 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

וואס טוט מען מיט א שווערע שווער?

שליחה דורך אויפגעקלערטער »

אזוי ווי איך שוין זייער שטארק שמוליק וואס איז געפאלן א קרבן צו.... וועל איך עפענען און מער מרחיב בדיבור זיין. וואס טוט מען מיט א שווערע שווער? ער פרעגט וואס טוט מען מיט א שווער א בהמה וואס דארף אלעס האבן זיין וועג אין טוט זיך נישט בייגען פאר גארנישט?

מיין שווער איז אויך היבש שווער. איך זוך ווי ווייניגער צו דארפן זיין ביי אים אין שטוב. ער מאכט אבער זיכער אריינצופאלן ביי מיר אין שטוב און ער לאזט איבער זיין קריטיק מיט א שמייכל. למשל חנוכה איז עס געווען פארוואס איך נוץ נישט שמן זית זך כתית למאור, איך האב גענוצט עפעס א ביליגערע עקסטע לייט אויל. נע ער האט נישט 'קריטיקירט'.. נאר עס אזוי "אריינגעווארפן" און זיך געגאנגען. ווען כ'מוז יא זיין ביי אים אויף א יו"ט סעודה מוז איך אויסהערן זיינע תורות וואס קען זיך ציען 20 מינוט און מ'קען זיך נישט מאכן ווי מ'הערט אויס ווייל ער קען אזוי ענדיגן מיט א "קומט דאך אויס לויטן דעם פשט האט משה רבינו ?" און כ'מוז צו ענדיגן 'יא' אדער 'נישט'
ווען מ'גייט אהיים זינגט זיך ארויס "ויו"ט היה עושה בצאתו בשלום"

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר