בלאט 1 פון 1

אן אפענע בריוו צו ראשי ועסקני ק"ק פאפא

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 8:57 pm
דורך שת.אדמזאהן
[justify]בס"ד
קודם אן הארציגן מזל טוב צום חתונה בחצר פאפא היינט נאכט. עס זעהט אויס ווי נעכטען ווען דער היינטיגער מחותן, דעם רבי'נס איידעם, הרב מיכל דייטש האט חתונה געהאט. איך דענק נאך דאס פרישע ווינט וואס ר' מיכל האט אריינגעברענגט אין פאפא, זייענדיג א באטעמ'טע אינגערמאן, און א ווארימע זאגער, אנ"ש האבן זיך מחיה געווען מיט זיינע דרשות, און דער עולם האט באמת הנאה געהאט, היינט צו טאגס פירט ער זיין אייגן קהילה אין מאנסי בס"ד. יא, די יארן לויפן, ר' מיכל מאכט חתונה.
איך מוז אייך אבער זאגן, אז כ'בין אנטלאפן פון די חתונה תיכף נאך די חופה, אהיימגעקומען בין איך כדי צו שרייבן די פאר שורות איידער איך בארוהיג זיך. - עס איז דא אסאך ענינים צו רעדן, אבער אז איך שרייב ברבים בין איך נאר בארעכטיגט צו שרייבן איבער דעם עולה גדולה וואס איר זעלבס טוט ברבים. שטייענדיג ביים חופה האב איך ממש געשפירט ווי איך בין א שותף לדבר עבירה, איך נעם אטייל אין די עגמת נפש וואס אומשולדיגע וויליאמסבורגע איינוואוינער מאכן מיט צוליב דעם שמחה. איך פראביר צו טרעפן א לימוד זכות, עס גייט אבער נישט. ווען די רבי שליט"א האט חתונה געמאכט זיינע קינדער, נו, איינמאל אין צוויי יאר, דאס גייט נאך. אבער דער גוטע באשעפער האט באשאנקען דעם רבין שליט"א מיט בנים וב"ב בליעה"ר, איז דאס דער פלאן מכאן ולהבא? יעדע צוויי חדשים אפשפארן די הויפט גאס אין ווילימאסבורג? - איר זענט דאך אוודאי מודה אז בעדפארד איז מער חשוב ווי פענן סטריט, והראיה, די חופה ווערט נישט דארט אפגעראכטן. אזוי אויך, די קלענערע לוויות ל"ע זענען אויף פענן וכו'.
וואו זענען אונזערע איידעלע מדות, מיט וואס מיר שטאלצירן זיך איבער אונזערע שכנים? וואו איז די מינימאלע געפיל פון זיך רעכענען מיט אנדערע? אז א איד קומט אהיים נאך א טאג ארבעט, בעדפאורד איז פארמאכט, און ער דארף אנקומען צו זיין דירה אויף היוז צווישען בעדפאורד און לי, וויפיל פון זיין צייט גייט לאיבוד? ער דארף ארומפארן די גרענעצן פון שטאט, כמעט דארט ווי די עירוב-שטריק ווערט געזוכט, און די שוין אזוי אנגעלייגטע גאסען מיט נערוועזע דרייווערס אין א שווערע וועטער - וואס זענען די תוצאות? ער קומט אהיים אנגעצויגען, זיין נאכט שיעור וועט ער שוין נישט מאכן באצייטענטס וכו' וכו' - און דאס אלץ... פארוואס? למען ישמעו ויראו ולמען דעת כל עמי הארץ כי שם פאפא נקרא עלינו?! נאכמער, וואס טוה איך ווען דער איד איז גאר מיין שכן און ער קומט אהיים פונקט ווען איך גיי צום קבלת פנים מיטן שטריימעל בעקיטשע, און זיין גאנצע, און גערעכטיגע, כעס גיבט ער אויס אויף מיר, וואס דארף איך ענטפערן? אז די רבי זכרונו לברכה איז געווען די מרא דאתרא דא? אז רוב תושבי העיר זענען זיך משתתף ביים חופה, און מ'גייט נאך רוב?
אויף וואס ווארט איר? אז איינער - און ס'פעלט נאר אויס איינער - זאל פארציילן וואס גייט פאר, פאר די גוישע פרעסע און מאכן א חילול השם? אדער גאר אריינפירן דעם סוגיא אין געריכט? למה?
מיין שאלה איז פאר אייך ראשי קהילתינו הק', היינטיגע צייטען, ווען קהילות און חצרות קומען שוין ב"ה צוביסלווייז צום שכל, און מען זעהט איין אז מיט פאלטשע שופרות און חצוצרות קומט מען נישט אן אין ערגעץ, די מענטשהייט עקלט זיך שוין פון די אויפגעבלאזענע שקרים וכזבים, א טראפקעלע אמת כאפט א גרעסערע עולם (והיינו טעמא למה מתרבים ספסלי דבי מדרשא דכמה מגידי זמנינו, חסרי שלשלת וכו'), עס איז שוין צייט אויפצוהערן מיט די נערישקייטן.

דער אמת איז אז יענעמ'ס צער וואלט איך נאך אראפגעשליגען אבער דאס פארדרייען די זמנים אין חדר איז באמת אן הימל געשריי, עס איז דאך ממש א געלט שאדן! מאמעס לויפן אוועק פון די ארבעט מיט א שעה צוויי פריער, און קומען שפעט מארגן מיט א שעה צוויי, פארוואס? ווייל די קינדער זענען געגאנגען שלאפן שפעטער מיט א שעה?! און דאס גייט זיין די סדר היום, יעדע צוויי חדשים?!

איך בעהט אייך, רעכענט אייך מיט א צווייטן, און סוף הכבוד לבוא.[/justify]