גארבעדזש

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
גד החוזה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 174
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 10:17 am
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 320 מאל

גארבעדזש

שליחה דורך גד החוזה »

גארבעדזש
טראג ארויס דער גארבעדזש
לייג אריין א נייע גארבעדזש בעג
פארוואס האסטו נאך נישט ארויס געטראגען דער גארבעדזש
כ'האב דיר געבעטן אז אויף דער וועג ארויס זאלסטו ארויס טראגען דער גארבעדזש

איינער ווארפט ארויס דער גארבעדזש בעג פון דער צווייטע שטאק אראפ - פויל ווי דער רוח
א שכן פון אונטען אזוי פויל אראפ צו גיין די פינעף טרעפ און צוריק ארויף גיין, ער אויף פון דער פלטפארם אריין אין גארבעדזש קען
ס'נישט דאס - דער בושה ארויס גיין פון דער הויז מיט א גארבעדזש בעג אין דער הענט און דאס אריין לייגן אין א גארבעדזש קען, אוי דער בושה דער בזיון דערצו איז אין לשער, מ'קען דאס נישט פארשטיין געבען. -

אבער אין יעדער איינצעלע הויז מיז דאס ווערן געטוהן סיי צו מ'האט א זעלטענע הנאה צו זיין עוסק מיט איהר סיי מ'האט א אויסגעשפוגענע האס אין שנאה מוחלטת צו טראכטן פין אזא געמיינעם ווארט ווי "גארבעדזש".

השתלשלות גארבעדזש?
גארבעדזש איז נישט מער ווי א ליקוט פון פארשידענע חפיצים וואס איהר בעל הבית זעהן נישט קיין נחיצות אין איהר, ממילא האט מען דאס מחליט געוועהן ארויס צו ווארפען, אין דאס גייט אין עטליכע דרגות, (1) מ'האט איהר דן געוועהן צו "גארבעדזש" (2) מ'לייגט איהר אריין אין דעם "שווארצען גארבעדזש בעג" (3) ווען דער גארבעדזש בעג ווערט אנגעפולט ביז ארויף ארויף ווערט זי צאם געבינדען מיט א קשר של קיימא (4) מ'שלעפט ארויס דער גארבדזש בעג פון דער גארבעדזש קען (5) מטראקט דאס ארויס אינדרויסן אין דעם גרעסערע גארבעדזש (6) ווען דער יום הגדול והנורא קומט צו גיין שלעפט מען צו דער גרויסע גארבעדזש קען צום גאס (7) כל שביעין חביבין - דער גארבעדזש טראק קומט צו פארען אין טראגט אפ מיט אייערע אפ-פאל.

דער גארבעדזש קען איז אזא חפץ וואס יעדער איינער פארמאגט כל הפחות איינס, דאס געפונט זיך אויך ביי די רייכסטע אין שענסטע, דער שמוציגע גארבעדזש קען ליגט אויך אין דעם לוקסוס'דיגע אפיס ווי דער עושר מאכט זיינע מיליאנען.

דער אשכול פארמאגט 53 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר