האט סאטמאר רב אויפגעמאכט בתי מדרשים?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

האט סאטמאר רב אויפגעמאכט בתי מדרשים?

הודעהדורך קעגן די נעט » דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 8:31 pm

די אשכול איז אינספייערט געווארן דורך אן אשכול וואס איינער האט דא געפענט מיט אן ענליך קעפל. ("האט סאטמאר רב אויפגעמאכט מדרשים?")

וועט זיין אינטערעסאנט צו שרייבן און ציילן וויפיל סאטמארע בתי מדרשים איז דא ארום דער וועלט. דער ערשטער סאטמאר בית המדרש איז לכאורה געווען 500 בעדפארד, דאס צווייטע אויף 550 בעדפארד. דאס דריטע 152 ראדני. שפעטער איז צוגעקומען קינגס טערערס (ווען?) און זופניק מיט קליימער. היינט איז דא בערך 25 סאטמאר בתי מדרשים און שטיבלעך בלויז אין וויליאמסבורג אליינס. (און דאס איז נאך בעפאר אריינרעכען נאנאש, מאדע, וכדומה וואס גייען אויך מיט די שיטה ;) )

וויפיל זענען דא איז מאנסי, 3? אין בארא פארק איז דא ארום 10 ?

לאנדאן 5 ?

וויפיל זענען דא אין מאנטריאל? מאנשעסטער האט לעצטענס א נייע שול. איז דא א סאטמאר ביהמ"ד אין וויען? אסטראליע? בראזיל? ארגענטינע?

צוריק צום קעפל, וויפיל סאטמארער בתי מדרשים איז דא אויפן כדור הארץ וואס סאטמאר רב האט אויפגעמאכט? (ווייל אלעס איז מכוחו)

קומט עס אן צו 100 שטיק?
איך בין מוחה!!!
קעגן די נעט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 78
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 31, 2013 8:10 pm
האט שוין געלייקט: 67 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

הודעהדורך גד החוזה » דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 8:41 pm

למען יתר הפונקטליכקייט, פון א היסטורישע קוק, וויפיל בתי מדרשים האט ער אויפגעמאכט...
ביז תשכ"ח
פון תשכ"ח ביז כ"ו אב תשל"ט
כ"ו אב תשל"ט ביז כ"ו תש"מ
פון תש"מ ביז בהעלותך תשנ"ט
בהעלותך תשנ"ט ביז ניסן תשס"ו
ניסן תשס"ו עד היום הזה

יעצט רעכען אריין ווען ער האט געוואוינט אין אורשיווא האט ער פארמאגט אין שוהל אין שטאט סאטמאר (וואס האט געהייסען ביהמ"ד דחסידי אורשיווא)
ווען ער איז שוין געוועהן סאטמאר רב האט ער געהאט א בית מדרש אין שטאט קראלי און אין ירושלים עיה"ק
גד החוזה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 174
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 11:17 am
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 309 מאל

הודעהדורך טאמעס דזעפערסאן » דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 8:55 pm

אויב דו רעכענסט אלע בתי מדרשים וואס ווארפן זיך אונטערן שלייער פונעם רבי'ן זי"ע קענסטו מעגליך גרייכן א הויכען ציפער. אבער אויב רעכענסטו אטענטישע סאטמארע בתי מדרשים וואס זענען געגרינדעד געווארן און זענען אקאפירט דורך ערליכע תלמידים און ממשיכים פונעם רבי'ן, איז דא גאנץ ווינציג. דיין פראגע ברויך זיין וויפיל בתי מדרשים פון דעם 'בני יואל' פראקציע זענען דא אויפן וועלט.
טאמעס דזעפערסאן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 5:29 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

הודעהדורך פיטומי מילי » דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 8:57 pm

Do you really think that anyone here cares
!!I might be a psychic, But I am not a profit
באניצער אוואטאר
פיטומי מילי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 178
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 1:03 am
האט שוין געלייקט: 70 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

הודעהדורך מ גפני » דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 8:57 pm

די ערשטע סאטמארע ביהמ"ד וואס דער רבי ז"ל האט געעפנט איז מסתם אהל רחל אין ירושלים עיה"ק
באניצער אוואטאר
מ גפני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 982
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

הודעהדורך טאמעס דזעפערסאן » דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 8:59 pm

פיטומי מילי האט געשריבן:Do you really think that anyone here cares

איך פיר מיר נישט צו ראגירן צו די וואס באניצן זיך מיט עפעס אנדערש ווי מאמע לשון. קענסט אידיש? אויב נישט אם אימנה אשמלה ואם אשמלה אימנה.
טאמעס דזעפערסאן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 5:29 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 9:12 pm

שם א גוי'עשע, לשון נאר אידיש? מה פשט?
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9861 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9528 מאל

הודעהדורך פיטומי מילי » דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 9:19 pm

רויטע וואנצעס האט געשריבן:שם א גוי'עשע, לשון נאר אידיש? מה פשט?

דאס זענען צורידערטע אנגעווייטאגטע בני יואל מענטשען
!!I might be a psychic, But I am not a profit
באניצער אוואטאר
פיטומי מילי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 178
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 1:03 am
האט שוין געלייקט: 70 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

הודעהדורך שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 9:20 pm

מיליאן הופער סטריט? האסט פארגעסען?
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1008
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 686 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2149 מאל

הודעהדורך קעגן די נעט » דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 9:22 pm

גארנישט פארגעסן ס'איז אלעס אריינגערעכנט אין די 25 בתי מדרשים. איז דא מער פון 25 אין ווילי?
איך בין מוחה!!!
קעגן די נעט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 78
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 31, 2013 8:10 pm
האט שוין געלייקט: 67 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

הודעהדורך דעת תורה » דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 9:41 pm

מ גפני האט געשריבן:די ערשטע סאטמארע ביהמ"ד וואס דער רבי ז"ל האט געעפנט איז מסתם אהל רחל אין ירושלים עיה"ק


מען האט געברענגט פריער דעם ארשיווער ביהמ"ד אין סאטמאר ווען דער רבי האט נאך געוואוינט אין ארשיווע.

גראדע מיין איך אז די שול איז שוין געשטאנען נאך בעפאר ער איז געווארן רב אין ארשיווע בכלל, בלויז וואוינענדיג אלס אינגערמאן אין סאטמאר.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2133
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 4842 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1761 מאל

ONLY answers in YIDDISH

הודעהדורך gergele » דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 9:48 pm

Dayn NICK '' THOMAS JEFFERSON '' sounds real YIDDISH.....
gergele
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 8:15 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 9:59 pm

טאמעס דזעפערסאן האט געשריבן:אויב דו רעכענסט אלע בתי מדרשים וואס ווארפן זיך אונטערן שלייער פונעם רבי'ן זי"ע קענסטו מעגליך גרייכן א הויכען ציפער. אבער אויב רעכענסטו אטענטישע סאטמארע בתי מדרשים וואס זענען געגרינדעד געווארן און זענען אקאפירט דורך ערליכע תלמידים און ממשיכים פונעם רבי'ן, איז דא גאנץ ווינציג. דיין פראגע ברויך זיין וויפיל בתי מדרשים פון דעם 'בני יואל' פראקציע זענען דא אויפן וועלט.

די בני יואל זענען די רעבעצינ'ס בתי מדרשים. זיי דארפן זיך עכט רופן בני אלטא פייגא. :roll: :lol: :x :P :cry: :o
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14039
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16145 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9142 מאל

הודעהדורך יאיר » פרייטאג יאנואר 03, 2014 1:53 am

די מיליאן דאלער שאלה איז, צו רעכנט מען יעדן בית המדרש וואס ער האט אויפגעמאכט פאר איינס אדער פאר צוויי?
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8168 מאל

הודעהדורך כתר מלכות » פרייטאג יאנואר 03, 2014 4:35 am

יאיר האט געשריבן:די מיליאן דאלער שאלה איז, צו רעכנט מען יעדן בית המדרש וואס ער האט אויפגעמאכט פאר איינס אדער פאר צוויי?


אויב איך מעג דיר קארעקטן, עס איז נישט א מיליאן דאלער שאלה, עס איז א שאלה פון שווערע מליאנען.
זאגטס זייער גוט, אבער עס איז דא נאך א מיינונג.
כתר מלכות
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 273
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 30, 2013 9:32 pm
האט שוין געלייקט: 133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 185 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » מיטוואך אפריל 29, 2015 4:43 pm

משוגעים!
סאטמאר רב האט נישט געעפענט קיין שולן. ווי ס'האבן געוואינט א קבוצה סאטמערע חסידים האבן "זיי" געעפענט די שולן. הערשט נאכ'ן עפענען האט מען ארויפגעלייגט די סיין בנשיאות וכו'.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2650
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 4175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2746 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » מיטוואך אפריל 29, 2015 5:34 pm

אויסער פאפא צעהלים און וויען, האט ער אסאך שוהל'ן פארמאכט.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8527 מאל

הודעהדורך גנדי » מיטוואך אפריל 29, 2015 11:28 pm

וויפיל שול׳ן האט יונג איזראעיל און אגודת ישראל געגרינדעט?

וויפיל שולען האט דער ליובאוויטשער רבי געגרינדעט?
You must be the change you want to see in the world
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2013 12:21 am
האט שוין געלייקט: 2588 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1450 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » מיטוואך אפריל 29, 2015 11:46 pm

אז די ברענגסט ארויף אגודת ישראל שולן איז מיר טאקע אינטערעסאנט צו וויסן אויב אין די לעצטע 30 - 20 האט זיך געעפענט עני נייע אגודת ישראל שול.( די נייע שול אויף 49 אין בארא פארק פלעגט זיין אויף 14 עוו., זיי האבן זיך אריבערגעצויגן צו א נייע לתקציב אבער ס'איז אן אלטע שול.)
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2650
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 4175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2746 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 29, 2015 11:59 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:
טאמעס דזעפערסאן האט געשריבן:אויב דו רעכענסט אלע בתי מדרשים וואס ווארפן זיך אונטערן שלייער פונעם רבי'ן זי"ע קענסטו מעגליך גרייכן א הויכען ציפער. אבער אויב רעכענסטו אטענטישע סאטמארע בתי מדרשים וואס זענען געגרינדעד געווארן און זענען אקאפירט דורך ערליכע תלמידים און ממשיכים פונעם רבי'ן, איז דא גאנץ ווינציג. דיין פראגע ברויך זיין וויפיל בתי מדרשים פון דעם 'בני יואל' פראקציע זענען דא אויפן וועלט.

די בני יואל זענען די רעבעצינ'ס בתי מדרשים. זיי דארפן זיך עכט רופן בני אלטא פייגא. :roll: :lol: :x :P :cry: :o

דער זיכרון איז זייער אן אינטרעסאנטע זאך. איינס פון די נפלאות הבורא. ליינענדיג די תגובה, פון אנדערטהאלבן יאר צוריק, איז עס מיר זייער שטארק געפאלן. איך האב געזוכט דעם לייק באטן. געוואלט געבן א לייק. פלוצלינג זעה איך גאר אז איך אליינס בין דער בעל המימרא... :lol: :roll:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14039
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16145 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9142 מאל

הודעהדורך שש משזר » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 12:14 am

בערל'ן, כ'האב דאך יא א גוטע זכרון, האב איך מיך דערמאנט אז דו האסט שוין אמאל געשריבן דעם זעלבן סארט תגובה, עי' כאן ותמצא נחת... viewtopic.php?p=265736#p265736, ודו"ק.
באניצער אוואטאר
שש משזר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15705 מאל

הודעהדורך שש משזר » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 12:16 am

@berlbalaguleh,
נאך א נקודה, פון די אלע סימנים: :roll: :lol: :x :P :cry: :o ביים פריערדיגן תגובה, העסטו ווען געדארפט פארשטיין אז נאר בערל בעל עגלה האט געקענט האבן געשריבן דעם תגובה...
באניצער אוואטאר
שש משזר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15705 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט