אפהאלטן א יונג קינד פון שעדליכע דראגס

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן

אפהאלטן א יונג קינד פון שעדליכע דראגס

הודעהדורך shem-tov » פרייטאג יאנואר 10, 2014 11:19 am

סאיז נישט קיין סוד וואס עס טוט זיך היינט אפ אין די גאסן ביי אונזער יונגווארג, בעיקר אזעלעכע בחורים וואס האלטן נישט ביי גארנישט נאר וויי טאן און שטעכען און סתם אזוי נישט ח"ו צולייגן א טראפ קאפ וואס גייט זיין מארגן, אז אין די לעצטע עטליכע יאר האט זיך אריינגעכאפט דאס ניצן דראגס אויף א הויעכען פארנעם.

סנישט יעצט מיין ציל אריינצוגיין אין א שמועס פון שוועריקייטן אין חינוך, איינער וואס גיבט זיך אפ מיט די שווואכע בחורים באמת ובלב תמים איז א יקר המציאות. עס איז פון די שווערסטע זאכן אויפען כדר העולם, ערשטענסט ווייל די גאס איז עס נישט מחשיב, די משפחה איז עס נישט מחשיב נאר אדרבה די רגע וואס א ישיבה האט אנגענומען זיין שווערען תכשיט איז דאך שוין ווייטער דא וועמען צו בלעימען, איי, דערמאן דיך די שווערע שווארצע חדשים וואס דיין פופצן יעריגס איז אפגעזיצן אינדערהיים ווייל די מוסד האט געזאגט עד כאן, אדער דער בחור האט געזאגט עד כאן איך גיי מער נישט צוריק אבער אז מען קען איינעם שמייסען, לאמיר רייטן. די עסקנים זענען רוב רובו פעיק און פראודס וואס מיינען נאר די שנאר אפעראציעס אבער דעם וואוילזיין פונעם בחור אינטערסירט אים א נעכטיגן טאג.

והעולה על כולנה דער בחור איז געווענליך קיינמאל נישט מחשיב דעם וואס האט אים געהאלפן, ווייל ממה נפשך בלייבט ער א באם א לוזער אן אפפאל, וועט ער דאך האלטן אז זיין ישיבה איז שולדיג פארן זיך נישט גענוג אפגעבן, ווערט ער א פיין בחור און טוט א נארמאלע שידוך וועט ער זיך אזוי באקוועמערהייט איבערמישן דאס בלעטעל און וועט זיך ביטער שעמען פון זיין געוועזענע ראש ישיבה וואס פלעגט זיך מיט אים דארפן טענהן און רצחנען וועגן שטותים און הבלים אויסגעמישט מיט יסודות ביהדות פון דאווענען נארמאל, גיין מיט די לבוש, נישט קוקען קיין מאוויס, נישט שניידן די בארד און פאות, וכו וכו

היינט אבער וויל איך רעדן איבער די אמתדיגע אנגעווייטאגטע טעמע און איך בעט די חשובע ק"ש געמיינדע צו פרובירן צו העלפן און נישט אונטערייסן מיט די יוזשועל אז די מלמדים, מחנחים אדער טאטעס זענען שולדיג, ווייל נישט דאס איז מיין פראבלעם יעצט, כבין שוין דא גענוג לאנג צו וויסן דער געווענליכען מח-גאנג פון אונזער געמיינדע און איך ערווארט נישט גארנישט עפעס אנדערש נאר אייערע אמתדיגע געדאנקן אויף א שווערע סוגיא.

פארציילט מיר מיין חבר דער ראש ישיבה אביסל איבער די מצב כהיום הזה. ווי ווייט בחורים לעבן אן קיין שום חשבון, טאטעס און מאמעס פרעסען זיך אויף לעבעדיגערהייט אבער גלייבט מיר סאיז באמת נישטא ווער סטוט אין די ווייניגער ווי איין פראצענט פעלער. לאמיך אייך געען א שטיקל דוגמא. דער בחור'ל ער וויל נישט לערנען ווייל סאיז נישט פאר אים. דער טאטע סוויטשט ישיבה. פיין. ער וויל נישט דאווענען ווייל ער פילט נישט קיין געשמאק. פיין מען פארקוקט עס. ער וויל נישט מיטהאלטן. ווייל ער פילט נישט אז ער וועט עפעס האבן דערפון. פיין. ער וויל האבן א סעלפאון מיט אינטערנעט ווייל יעדער רייסער האט עס. פיין. ער וויל נישט האבן קיין גראבע לאנגע פאות נאר איז עס מקצר ופוחת ווייל זיינע חברים גייען אזוי, פיין. ער וויל בשו"א נישט גיין מיט א ציצית ווייל סקראצט אים, פיין. א פיצעלע קאפל. פיין. א דזשעקעט. פיין. דשינס הויזן. פיין. מען פרובירט אים איינצושרייבן אין עפעס א מסגרת וואס גייט אים אויסלערנען א פאך, טראגט ער שוין אפ פון דארטן די ערשע מינוט, ווייל פאקטיש האלט ער דאך ביי גארנישט. דאס פארשטיען מיר אויך. מען פרובירט אים צו שאפן א טאג ארבעט פון שלעפען באקסעס איז ער אויך נישט מאריך ימים ווייל ער ווערט פארביטערט און פארזויערט און נישט דאס האט ער דאך געמיינט.

חילול שבת איז נישט קיין פראבלעם, מאוויס און גוישע מוזיק איז נישט קיין פראבלעם. טוה עס באהאלטערנערהייט כאטשיק. דאס זיכער נישט ווייל דער ציל איז נישט א גוטען טאג, דער ציל איז גאר עפעס אנדערש. פארקערט ער איז גאר שטארק מקפיד אויף פרסומי ניסא.

וואלט איר געוואלט מיינען אז דא האט זיך עס גענדיגט. מאכט איר א טעות. ביקש דער טאטע לישב בשלווה. קפץ עליו רגזו פון א פרישער פעקעל צרות.
די השתלשלות הענין גייט און סדרייט זיך א וועלט דער בחור איז איינזאם און נישט העפי, די ביסל עלטערע מענטשן אין זיין לעבען ווי די עלטערן גרעסערע משפחה מיטגלידער אדער די מחנכים זענען ביי אים אפגעפרעגט אינגאנצן, ער טרעפט אן א חבר וואס גיט אים אביסל פון די הויעכע סחורה און ער ווייסט אז סאיז סם המות ער ווייסט אז ער וויל דאס נישט אבער ער קערט נישט יעצט פאר גארנישט אין דער וועלט און הייבט זיך אן באקוועם צו מאכען מיט זיין נייע האבי. און דער פאקט אז זיינע ארומיגע נאנטע גייען אים באוואשן און אויסמוסרן און מסביר זיין די שעדליכקייט ברוחניות ובגשמיות דאס גיבט אים בלויז מער סעטיספעקשאן פון זיין נייער מציאה.

רבותי וואס איז די עצה ווי אזוי דארף מען אים צוריקהאלטן נישט צובאגיין זעלבסטמארד. ווי אזוי איז מען מחלק פון א רוחניות דיגע סכנה צו א גשמיות דיגע. סווערט דרינגענד געזוכט אן עצה וויאזוי צוריקצוהאלטן אונזערע קינדער פון סם המות

כפארשטיי אז סאיז דא צווישן אונז טאטעס וואס גייען פראווען די געהויבענע שבת סעודות בשמחה רבה מיט זייערע באחנ'טע קינדערלעך אויף זייער זייט, און אוודאי איז דאס אייך נישט נוגע, זאלט איר אבער וויסן אז סאיז ליידער דא שטיבער וואס די גאנצע שבתדיגע סעודה ווערט ממש וועכענטליך פארוואננדלט אין א מלחמה צווישן די טאטע מאמע פון איין זייט, מיט א שווער קינד אויף די צוויטע זייט און די אנדערע געשוויסטער זיצן דעפרעסט און זיי מיזן דאס אויסהערן. און די עלטערן האבן נישט קיין אנונג וויאזוי זיך אן עצה צו געבן,



יעצט איידער איר הייבט מיר דא אן צו זאגן אז יעדער איז שולדיג אחוץ דער בחור, וויל איך אייך בעטן צו ליינען מיין תגובה ווי גלייך מען רעדט פון א נישט יוד.

לאמיר זאגן א יונגער שגץ פון בראזיל אדער פון פרענס וואס האלט נישט ביים לערנען אבער ער האט נארמאלע עלטערען און ער טרעפט זיך מיט די ראנג פרענדס און ער פאלט ארויף אויף די סחורה און דער טאטע זוכט עצות אים אפצורעדן מיט גוטען און מיט בייזן וואס וואלט איר אים געעצהט. רבותי סאיז עכטע מעשיות און סאיז עכטע מענטשן.

וואלט איר דא אויך געזאגט אז מען דארף אים פארשטיין און נאכגעבען און ח"ו נישט אראפקלאפן. אדרבה לאמיר הערן.



איך זיך דא אמתדיגע עצות אן קיין שום אגענדעס נישט. בלויז צו פארלייכטערן יודישע הערצער.
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 827
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 384 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

הודעהדורך פישלע העררינג » פרייטאג יאנואר 10, 2014 11:50 am

די תורה איז אויך א סם, דראגס. אזוי זאגן חז"ל. ווילאנג די תורה ווערט געפיטערט ווי א סם המות וועלן זיך די בחורים ל"ע אויפזוכן סם החיים ערגעץ אנדערש.
(- - -)
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 3481 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2385 מאל

הודעהדורך shem-tov » פרייטאג יאנואר 10, 2014 11:53 am

פישל'ע העררינג האט געשריבן:די תורה איז אויך א סם, דראגס. אזוי זאגן חז"ל. ווילאנג די תורה ווערט געפיטערט ווי א סם המות וועלן זיך די בחורים ל"ע אויפזוכן סם החיים ערגעץ אנדערש.


אאאפס. איינער האט נישט געליינט די תגובה ביזן סוף. בדוק ומנוסה
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 827
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 384 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

הודעהדורך פישלע העררינג » פרייטאג יאנואר 10, 2014 12:01 pm

shem-tov האט געשריבן:[quote="

אאאפס. איינער האט נישט געליינט די תגובה ביזן סוף. בדוק ומנוסה

ומודה ועוזב ירוחם. אויב באקומסטו 10 זאכליכע לייקס, אדער איינער, למשל @ברסלבער, שרייבט א הערליכע חינוך תגובה, אדער @פשוט-קאמפליצירט שרייבט וויאזוי מען טוהט עס אין תלפיות, דאן וועל איך זוכה זיין עס צו ליינען מדאשקע אל פראשקע אין דער קומענדיגע #קאווע בלעטער...
(- - -)
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 3481 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2385 מאל

הודעהדורך shem-tov » פרייטאג יאנואר 10, 2014 12:15 pm

שוין וועל איך מיזן אויפגעבן ווייל כגעדענק נישט אין די היסטאריע איך זאל באקומען גאנצע 10 לייקס. איינמאל אפשר יא.
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 827
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 384 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

הודעהדורך נאר,,פרייליך » פרייטאג יאנואר 10, 2014 12:32 pm

איך האב געראטען ניש לאנג צוריק פאר א ענליכע פאל אז די טאטע מאמע יעדער עקסטער זאל נעמען דעם בחור אפיר אין א זייט אזוי ערגעץ ביי א ים אדער אנדערע אויסלופטערונג און מסביר זיין זייער געוואלדיגע גוטע געפיל וואס זיי גייען בעזרת השם שפירען נאך די גיטע געפיל וואס דער בחור'ל גייט קריגען פון האבען א גוט שטיקעל סם המות אין די קערפער, וואס ווי באקאנט געט'ס א געוואלדגע רעליף פאר די דעפרעסיע און שווערע לעבן פאר די פארפלאגטע נעבעך
אזוי זאלען די עלטערן אריינגיין אין גאר א לאנגער דיסקוסיע אז דער בחור זאל באמת שפירען די גיטע הרגשה וואס זיי גייען האבען דערפון, און ווי גוט זיי גייען פילען אז זייער זין נעמט די ווארע להפיג צערו

און נאכדעים זאלען זיי צולייגען א קליינער הוספה אז אבער נאך מער געפיל האבען זיי צו זיינע אייגענע חרטות וואס ער גייט האבען אפאר יאר דערויף ווען ער גייט שוין זיין א געסעטעלטער מענטש און שטארק חרטה האבען אויף זיין החלטה עס צו איינעמען, סא געבן די אפשען פאר'ן בחור וואס זיכט עטענשאן פאר פרסומי ניסא אז ער איז א דראגהעדיק, קוקט אויס ווי א שטארקער אפשען פאר הצלחה

דער באטרעפנדער זאגט מיר אז ער האלט אויף א דרך מיט זיין בחור'ל

שם טוב נעקסט טיים אין אזא נויטפאל מאכט מען א קאוד וואן צו אינזער @הילל
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל

הודעהדורך הילל » פרייטאג יאנואר 10, 2014 12:35 pm

לויט וויאזוי דו לייגסט עס אראפ קוקט אויס אז זיין פראבלעם איז נישט אידישקייט און נישט דראגס, עפעס ליגט אונטער דעם אלעם. דאס קינד איז פשוט אומצופרידן. ער דארף עפעס סיפוק אין לעבן. ער האט נאכנישט געטראפן זיין פלאץ אויף די וועלט. דערווייל געבן אים נאר די פארשידענע רעבעלירנדע אקטן סיפוק און אטענשאן.

די לייזונג פאר אלע פראבלעמען איז איין זאך: טרעף אים עפעס וואס גייט אים יא געבן סיפוק און צופרידנהייט.

וואס איז יענע זאך? דאס קען מען נאר וויסן אויב מ'קען דעם בחור, מ'אנאליזירט זיינע שוואכקייטן און מ'אנערקענט זיינע שטארקייטן. יעדער איינציגער מענטש האט מעלות אין איין פעלד, מען דארף יענץ טרעפן. און טאקע ווי שנעלער.

די גרעסטע פראבלעם איז אז ער האט נישט קיין דזשאב, און אן קיין געהעריגע סאושעל סביבה און אן קיין געהעריגע סקעדזשועל אנצופילן דעם טאג, וואס דען זאל ער טון. נאכדערצו זיצט ער מסתמא מיט חבירים בדומה לו וואס העלפן נאר גיין בארג אראפ, זיין טאג מוז זיין פול מיט עפעס אנדערש.

די דראגס געט אים יעצט א גוטע געפיל, און אפשר איז עס אפילו די איינציגסטע זאך וואס געט אים א גוטע געפיל, ממילא פארוואס זאל ער עס נישט טון. די עצה איז צו פרובירן אז ער זאל באקומען אויך דעם פארקערטן געפיל לגבי דראגס. ער זאל וועלן צוויי מאל טראכטן פאר ער וויל שמעקן נאך פון דעם ווייסן שטויב. ער האט שוין אפשר באקומען א מוסר דרשה ווי שלעכט עס איז, אבער אויב די דרשה איז געקומען פון די זעלבע מענטשן וואס זאגן אים אז א קליינע קאפל איז שלעכט, פארוואס זאל ער יענעם אויסהערן. ער איז דאך יעצט בכלל נישט אין דעם מצב.

עס איז קלאר אז ער באגרייפט נישט די ערנסטקייט פון שעדליכע דראגס, איבערהויפט אויב עס איז איינע פון די ערנסטערע דראגס. ווייז אים ווידיאס וואס רעדן און ווייזן די שעדליכקייט דערפון, ווייז אים וואס דאקטוירים שרייבן, וואס די עקס-עדיקטס זאגן וויאזוי עס האט טאטאל רואינירט זייער לעבן פון אלע זייטן, זיי אים קלאר מסביר מיט דיטעילס איבער די ערגסטע סארט פראבלעמען וואס דאס קען אים ברענגען, פון שווארצע ציין, האלוסינעישאנס, ביז סוסייד, און אלעס אינמיטן.

איך וואלט אים אפילו געטראגן צו א לעבעדיגן מענטש וואס קען אים ווייזן א לעבעדיגע משל וויאזוי ער קען אויסקוקן אין דריי יאר ארום. עס זענען שוין ליידער אפילו דא אויך פון אונזערע "באמעס" צו וועם קענסט אים טראגן (ווען זיי האלטן שוין נאכ'ן ליידן אלע דורכפעלער און שוין געווען דריי מאל אין ריהעב), וואס ווען דו וועסט זיי הייסן עפענען דאס מויל וועסטו נישט גלייבן דעם בילד. עס פעלט זיי מער ווי האלב פון די ציין און די איבריגע זענען שווארץ און פארפוילט אז עס איז א גרויל צו קוקן. ווען ער וועט דאס זען, וועט ער אביסל באגרייפן אז עס איז נישט סתם קיין "באמישע" זאך, נאר האט ערנסטע קאנסעקווענצן. אויב וועט ער קלאר וויסן די קאנסעקווענצן, וועט אים דאס זיכער געבן א שאקל, ווייל ווערן קראנק וויל קיינער נישט. און אפילו לאמיר זאגן ער וועט נישט אויפהערן אינגאנצן יענע טאג, וועט ער כאטש טראכטן צוויי מאל און וועט זיכער טון ווייניגער דערפון.

דאס איז נאר איין חלק, אבער אפילו נאכדעם איז ווייטער די וויכטיגסטע זאך אים צו טרעפן אנדערע זאכן וואס ער האט ליב און מיט וואס אויסצופילן דעם טאג, און בעיקר האבן א דזשאב, ווייל אז נישט וועט אים עס זיין זייער שווער צו אויפהערן ווייל ער מוז האבן עפעס וואס זאל איבערנעמען די פלאץ פון זיין העביט וואס ער האט זיך שוין ציגעוואוינט. זאל ער אנהייבן רייכערן ציגארן, גיין אין דזשים, נעמען קורסן, שפילן ספארטס, אדער סיי וואס ער האט ליב. אויב זיין טאג וועט זיין פיל און ער וועט האבן עטליכע נייע האביס אין ואוס ער לייגט זיך אריין, צי פאר די פאן צי פאר מאכן געלט, וועט עס זיכער העלפן.

דרשות און הסברים אליין וועלן אים אפשר מאכן האבן די רצון צו אויפהערן דראגס און ווערן מסודר, אבער עס וועט אים נאך אלץ זיין שווער אויסצופירן בפועל און אפילו יא קען ער שנעל צוריקפאלן. אויב וועט מען אים העלפן טרעפן א דזשאב וואס איז צוגעפאסט פאר אים און אים טרעפן פארוויילונגען ואוס ער האט ליב, וועט עס אנהאלטן, אים געבן סיפוק וואס איז די אנדערלייאינג אישו, און וועט צוביסלעך טוישן זיין גאנצע ציל אין לעבן.

דאס איז מיין האמבל אפיניאן, אבער איבעריג צו זאגן אז אויב מעגליך גיי צו א פראפעשאנעל וואס האט עקספיריענס אין די ענינים.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך הילל אום פרייטאג יאנואר 10, 2014 12:46 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ואהבת לריעך כמוך. (חומש)
מה דעלך סני לחברך לא תעביד. זו היא כל התורה כולה. ואידך פירושה הוא, זיל גמור. (גמרא)
דארט וואו עס איז דא ליבשאפט, איז דא לעבן. (גאנדי)
באניצער אוואטאר
הילל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 5:18 pm
געפינט זיך: אין א הילליסטישע וועלט
האט שוין געלייקט: 342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

הודעהדורך נאר,,פרייליך » פרייטאג יאנואר 10, 2014 12:40 pm

לערנט אייך אויס פון הילל נאך 'דריי' מינוט אויפען זייגער פינעם קאוד וואן רוף איז ער דא מיט פילע סערוויס ממנו ילמדו וכן יעשו
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל


גיי צוריק חינוך

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 0 געסט