חקרני ודע לבבי - ווער קען זיין א קנאי

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
ביינער פיש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 10:09 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

חקרני ודע לבבי - ווער קען זיין א קנאי

שליחה דורך ביינער פיש »

ר' עזריאל גליק פארציילט: מיט יארן צוריק איז פארגעקומען א שטיקל סכסוך אין קעמפ צווישן די פרומע בחורים און די בחורים וואס זענען געווען בעל בתי'ש געקליידעט. דער רבי האט דערפון געהאט א מורא'דיגן צער און עגמת נפש, ער האט מיך דעמאלטס געלאזט רופן אינמיטן די נאכט און זאגט מיר: "עזריאל איך מיין אז דער קעמפ גייט ווערן אפגעשפארט", האב איך געפרעגט דעם רבי'ן וואס עס גייט פאר, זאגט מיר דער רבי אז די בחורים שלאגן זיך צווישן זיך, איינער האלט אזוי און דער אנדערער אזוי. און דער רבי זאגט מיר, איך וויל דו זאלסט אראפפארן אין קעמפ און זאגן א דרשה פאר די בחורים וואס עס מיינט א קנאי. און דער רבי פרעגט מיך, רבי עמרם (בלוי) איז א קנאי?, ענטפער איך יא, זאגט מיר דער רבי, אבער דו האסט נאך אין דיין לעבן נישט געזען אזא גוטער איד ווי אים. און דער רבי איז ממשיך:

מ'האט מיר דערציילט אין ירושלים, אז עס איז געקומען א עלטערע צובראכענע פרוי א רביצין פון אויבערלאנד, און האט דוקא געוואלט איינשטיין ביי אים, האט איר רבי עמרם געזאגט אז ער האט נישט קיין פלאץ אינדערהיים ווייל ער האט נאר איין שטוב. זי האט זיך אבער איינגע'עקשנ'ט און האט אים געזאגט אז זי האט געזען אז אין די קאך איז יא דא פלאץ, מ'וועט מאכן א פירהענג און אזוי וועט זי זיך דארט קענען אויפהאלטן. און אזוי איז טאקע געווען.
פלעגט זיך מאכן אז די רביצין פלעגט אהיימקומען און האט געזען אז רבי עמרם איז דארט אליינס און האט נישט געוואלט אריינגיין וועגן איסור יחוד, פלעגט זי קלאפן אויף די פענסטער עמרם, עמרם, גיי שוין ארויס, איך קען נישט אריינגיין! און רבי עמרם פלעגט גלייך ארויסגיין און איר לאזן אריינגיין אין זיין דירה. דער רבי זי"ע האט אויסגעפירט: אזא מענטש קען זיין א קנאי...

און דער רבי האט מיר געהייסן ארויסברענגען דעם רעיון אז דאס ליגט אין די ווערטער פון דוד המלך אין תהלים קאפיטל קל"ט הלא משנאיך ה' אשנא ובתקוממיך אתקוטט תכלית שנאה שנאתים לאויבים היו לי, דוד המלך זאגט איך האב זיי פיינט די משנאי ומנאצי ה'. איך האב זיי פיינט מיט א גרעניצלאזע שנאה, זאגט דוד המלך ווייטער, חקרנו א-ל ודע לבבי בחנני ודע שרעפי, וראה אם דרך עוצב בי ונחינו בדרך עולם. ווי קומט דא אהער די צוויי פסוקים? נאר האט דער רבי געטייטשט, דוד המלך האט געזאגט איך האב טאקע פיינט די משנאי ומנאצי ה', אבער האט ער געבעטן חקרנו א-ל ודע לבבי ודע שרעפי, באשעפער זיי בודק מיין הארץ צי דאס קנאות קומט פון אמת'ע קנאות פאר'ן כבוד שמים אדער קומט עס ווייל איך בין א פשוטער גערעגטער אדער נערוועזער מענטש, וראה אם דרך עוצב בי אויב קומט מיין קנאות פון א 'דרך עוצב', ונחינו בדרך עולם, דעמאלטס פיר מיך אויף פשוט'ע וועגן, בין איך אויס קנאי און איך בין גארנישט מער ווי א צווייטאר, נאר אויב מיין קנאות קומט פון ווייטאג פאר כבוד שמים, דעמאלטס האט עס א חשיבות.

עס זענען דא מענטשן וואס זענען קנאים, אבער ווען מ'גיט זיי א קלאפ צי א שטופ שרייען זיי אויך ווייל ער האט פארדארבענע מדות און שלעכטע נאטורן. א קנאי הייסט איינער וואס איז גרייט אלעס אוועקצוגעבן פאר א צווייטן איד אבער פונדעסטוועגן האט ער פיינט די משנאי ה'.

(באמערקונג פון די שרייבערס: מיר האבן אמאל געהערט די מעשה פון אן אייניקל פון ר' עמרם ז"ל וואס האט אונז צוגעגעבן אז נאך א לענגערע צייט וואס די פרוי האט זיך דארט אויפגעהאלטן און עס איז שוין זייער שווער געווען איר צו האלטן אין שטוב, איז ר' עמרם אריבערגעגאנגען צום בריסקער רב ז"ל - וואס כידוע האט דער בריסקער רב זייער געהאלטן פון אים - און געפרעגט צי ער דארף איר נאך האלטן, האט דער בריסקער אריינגערופן זיינע קינדער און פארציילט מיט התפעלות די מעשה און געזאגט: "און ער קומט נאך פרעגן צי ער איז איר מחוייב צו האלטן...")

לע"נ מנחם משולם בן ר' ישראל.

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר