
אפטעמיסט האט געשריבן:כ'האב בעצם נישט קיין חשק צו עפענען נאך אן אשכול אויף די אומגליק המכונה 'סיסטעם', גלייבט מיר, פונקט ווי אייך, קריכט עס מיר שוין ארויס פון די נערווען, און איך זיך צו טראכטן, ליינען און שרייבן פון עפעס אנדערש אויסער דעם מעלה גרה'דיגן, אלטע אויסגעדראשענעם נושא. אבער פארשטייט מיר ביטע, וואוינען וואוין איך (ליידער) אין וויליאמסבורג און יעדע שטיק צייט כאפ איך נאך אן אטאקע. פון הימעל האט מען מיר באשערט צו לעבן בכפיפה אחת מיט דעם ציממערמאן און לאוב קליקע, ומה יעשה הבן שלא יחלה.
איך בין אויסגעשטעלט צו כל מיני קליין קעפיקייט, טעראר און טעלער געקוק'אכטס פון כל אשר בשם קנאי יכונה. אין מקוה קען איך נישט שמועסן רוהיג ווייל נייגעריגע גרויסע רוסישע אויערן פראבירן אויף כאפן יעדעס ווארט וואס איך זאג. קיין קאוקע קאלע קען איך כמעט אין ערגעץ נישט קויפן. כשר'ע, שטיפת מח ריינע ליין מאטריאל קען מען נאר טרעפן בחורין ובסדקין, און שבת ווער איך פארשריגן פארן בלויזן חטא פון גיין אין די דרכים פון שלמה המלך.
דער אייבערשטער איז נישט באנקראט. ער האט ערליכע אידן בכל קצווי תבל. אין מדינת ישראל איז דא אסאך, אין ענגלאנד, פראנקרייך און שפאניע איז דא יהודים נאמנים לה' ולתורתו. ביי אונז אין אמעריקע איז אויך דא גאטספארכיגע אידן, אין מאנהעטאן, פלעטבוש, פייו טאונס און אפילו אין בארא פארק. אבער אין וויליאמסבורג? ממש ווי סדום. אויסער @יואב, @יאיר @טיטאניק ואני הקטן איז כמעט נישט דא קיין תורה טרייע אידן.
זר לא יבין. א פרעמדער וועט נישט פארשטיין וואס גענוי איך וויל דא. וואס וויל ער אויפטוען? פארוואס קייט ער איבער שוין איבערגעקייטע סחורה? גיי לערן א גוי ברטנורא.
ביי אונז אין וויליאמסבורג איז אבער דא א מסורה "אז ס'טוט וויי שרייט מען". איך פארשטיי אויך נישט פונקטליך וואס דאס מיינט, אבער עפעס איז מיר נאך פארבליבן פון דעם ווילי מעטאליטעט, און אז ס'טוט מיר וויי שריי איך.
איך בין טאקע סטאק דא, אבער שמעו נא רבותי דיינים מומחים. איך בין מגלה דעת ברבים אז כ'וועל טוען וואס אימער שייך זיכער צו מאכן אז מיינע טייערע קינדער בלייבן נישט דא אינעם עיר הנידחת. כ'וועל טוען כל טצדקאי שבעולם ארויסצונעמען מיינע דורות פון דעם מקום מוכן לפרעניות. גענוג אז איך לייד.
איין נחמה האב איך, אז כ'וואוין נישט אין קעי דזעי.
א דאנק פארן אויסהערן א צובראכענע איד, די זכות זאל אייך ביישטיין אז איר זאלט קיינמאל וויסן פון אזעלכע צרות ונאמר אמן.


שלמהלע האט געשריבן:איך וועל דיר ענטפערן באזירט אויף אן ענטפער וואס "אפטעמיסט" האט געגעבן דא:
viewtopic.php?p=178073#p178073
טייערער אפטעמיסט, אויב געפעלט דיר נישט די סטאנדארטן פון וויליאמסבורג, זייט מוחל נעמט א קאר סערוויס און פארגעס אונזער אדרעסס. קיינער צווינגט דיר נישט צו קומען דא, און קיינער וועט נישט וויינען אויב דו גייסט....
אויב געפעלט דיר נישט וויליאמסבורג, זיי מוחל גיי קיין עירמאנט און בלייב דארט.
אין וויליאמסבורג וועט מען ווייטער זיך פירן פרום און ערליך, קענען שרייען ווען עס טוט וויי פירצות, און לאזן שרייען פונקט ווי ביז איצט. מיר וועלן זיך האלטן פונקט ווי מיר שפירן פאסיג. על אפך ועל חמתך





העלא האט געשריבן:אלע דעפרעסטע מענטשן וואס ווילן באמת געהאלפן ווערן קענען זיך ווענדן צו מיר אין אישי,
איך קען פרובירן ענק צו שטעלן אין פלאץ.


איך אויך האט געשריבן:אפטעמיסט טייערער ,בעיסד אוף דיינע תגובות (אויך מיט דיין פריערדיגע ניק)






באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט