נטרונא, מצילים אדער רודפים?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

נטרונא, מצילים אדער רודפים?

הודעהדורך איש עברי » זונטאג פעברואר 02, 2014 8:20 am

ווער עס פארשטייט צו היסטאריע און ווער עס האט אויגן אין קאפ, און איז אויפריכטיג איז מודה אז די היינטיגע ווערסיע פון אנטיסעמיטיזם איז אנטי-ציונות, עס איז שוין היינט נישט פאפולער צו זאגן אז אידן קאנטראלירן די וועלט אדער אז אידן זענען א נידריגע ראסע, האבן די אנטיסעמיטן געטראפן א נייע לאזונג, אידן זענען אקופירער, מערדער, און פירן א לאנד פון אפארטהייד.

די אלע אנטי ישראל גרופעס זענען אויסגעשפראכען און זיי שטעלן זיך נישט אפ פאר גארנישט ווייל זיי שטעלן זיך אהער אלס פרייהייט קעמפער, זיי זענען עקלהאפטיגע היפאקריטן, זיי זאגן נישט קיין ווארט איבער די הונדערטער טויזענטער מענטשן וואס ווערן געפייניגט און געמארדערט איבער די גאנצע מיטל מזרח, איבער איראן און סאודי אראביע ווי מען הרג'ט יעדן טאג אומשולדיגע מענטשן אויף אנגעבליכע פארלעצונגען פון רעליגיע, מיטאמאל איבער די מאסן מארדן אין סיריע הערט מען פון זיי א ווארט, זיי האבן איין איינציגע פראבלעם - איזראעל!

מען דארף זיין בלינד נישט צו פארשטיין אז די מאטיוו איז ריינע אנטיסעמיטיזם און שנאה צום אייביגע איד, און אזוי זאגן אפילו גוים, ווי למשל דער פרעמעיר מיניסטער פון קאנאדע האט דאס ערווענט אין זיין לעצטע רעדע אין כנסת.

דאס איז נישט קיין טעאריע עס איז א פאקט אז מען שלאגט היינט אידן איבער די וועלט צוליב די העצערישע גרופעס, אין אלע קאלעדשעס רודפ'ט מען אידישע סטודענטן עד חורמה, בלויז ווייל זיי זענען אידן, און אונטער דעם אלעם שטייען די אלע אנטי ישראל גרופעס, איר האט אמאל געהערט אז מען רודפ'ט איראנע אפשטאמיגע וועגן עוולות וואס ווערט באגאנגען אין טעהראן? אבער דא פלוצלינג איז יעדע איד שולדיג אויף אנגעבליכע עוולות וואס די איזראעל רעגירונג טוט באגיין, דאס איז ריינע אנטיסעמיטיזם פארשלייערט אין אנטי איזראעל רעטאריק,

אבער די אלע אנטי-ישראל אנטי-אידישע גרופעס ווילן נישט אויסקוקן אנטיסעמיטיש ווייל שטייענדיג בלויז 70 יאהר נאכן האלאקאוסט איז אנטיסעמיטיזם נאך נישט אזוי פאפולער, און נאכדערצו אז די גרופעס זענען אקעדעמיקער און אפיציעל בעסערע מענטשן, דעריבער זענען זיי אויסן צו אהערשטעללן א שיין פנים און בעיקר צו צייגן אז אידן שטייען מיט זיי.

דא קומט אריין אין בילד די אפגעריסענע אומ'אחריותדיג אינגערמאן פון וויליאמסבורג וואס האט געזוכט משמעות אין זיין לעבן און האט באשלאסן אז ער גייט פראמאוטן ויואל משה פאר די גוים, ממש בשיטת חב"ד, אויף א העכסט פראפעסאנעלע אופן מיט א וועבסייט און פי. אר. און אזוי ווייטער.

מער דארף מען נישט שטעלן קיין ראציגע בחורים ביי די ארומיגע גאסן ביי די פראטעסטן צו אויפקלערן די עוברי אורח, און מפרסם זיין די הייליגע שיטה, ככל הגויים בית סאטמאר, מיר האבן א פראפעסיענעלע שטאב פון פראפאגאנדיסטן וואס גייען פרעדיגן שיטת רבינו און איינמאל פאר אלעמאל ווייזן אז נישט די ציונים פארטרעטן כלל ישראל, נאר כלל ישראל האט אירע פארטרעטער אין וויליאמסבורג ווי למשל מנשה פילאפ מיט משה דוד כ"ץ.

אבער דער משה דוד כאפט נישט אז ער געט פאר אלע שונאי ישראל א חרב בידם להרגני, ער טוט ריינוואשן די אלע אנטיסעמיטן און גרייט אהן די באדן פאר אטאקעס קעגן אידן.

אין זיין וועבסייט איז ער מוציא דיבת הארץ, ער באשמוצט מדינת ישראל מיט אלדאס בייז, ער בארעכטיגט אלע בלבולים קעגן די מדינה, ער שרייבט אז מדינת ישראל איז שולדיג און אלע צרות פון מיטל מזרח, און נאך ערגער פון אלעם ער שרייט און פארפירט אז מדינת ישראל איז גורם אנטיסעמיטיזם,

אצינד קענען די אלע אנטי-ישראל אנטי-סעמיטן ווייזן מיט די פינגער קוקטס אלע דא האט איר א אידישע גרופע וואס האלטן אזוי ווי אונז, און זיי שרייבן קלאהר אז מדינת ישראל איז שולדיג פאר די האלאקאוסט און אין אלע צרות וואס פלאגט די מענטשהייט, אבער זיי גייען נישט לכבוד דעם אצינד מבחין זיין בין דם לדם פונקט פארקערט דאס געט זיי לעגיטיצימאציע אנצוגיין ווייטער מיט זייערע האס און שמוץ קעגן אידן.

מי בקש זאת מדיכם? צו זענט איר בכלל זיכער אז די סאטמאר רב וואלט אין די היינטיגע מצב בארעכטיגט אזא הפקרות ווי אויסגיסן אלע אונזערע שמוץ וועש פאר די גאנצע וועלט? צו פארשטייט בכלל משה דוד כ"ץ די געפארפולקייט וואס ליגט אין זיינע פעולות?
באניצער אוואטאר
איש עברי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 796
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:41 pm
האט שוין געלייקט: 1133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1871 מאל

הודעהדורך מאטי » זונטאג פעברואר 02, 2014 10:18 am

איש עברי טייל זאכן וואס דו שרייבסט איז אמת טייל קען מען זיך דינגען. דאס איז אמאל זיכער, אז זשעי סטריט, נואם כאמסקי וחבריו. מאכן עני טיים א בעסרן זשאב מבאיש ריח צו זיין ישראל בעיני העמים. נוטרונא קען נאך פארענטפערט ווערן אינעם גוי'ס קאפ (נישט אז איך גיב זיי גערעכט) אז ס'באדערט זיי בלויז רעליגיע, וואס איז קלאר אז זיי האבן, און דאס לאנד נישט. ועל דא קבכי מאיר כהנא נ"ע ולהבח"לח עלען דערשאוויטץ .
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מאטי אום זונטאג פעברואר 02, 2014 5:55 pm, רעדאגירט געווארן 3 מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3000
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3775 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4371 מאל

הודעהדורך נאר,,פרייליך » זונטאג פעברואר 02, 2014 10:28 am

איש עברי ידידו הנאמן פינעם ראש ממשלת הציונים איז היצט גאר בייז דערנאך וואס פארגאנגענער וואך איז די ווערטער געשטאנען אינעם גלובס

כפי הנראה טוען זיי עפעס אויף די חשובע ארג. דערנאך וואס די חברים און ראש הממשלה זעלבסט נעמען זיך די מיה דאהי בלשון המדינה צו האסען אקעגן זייערע לוחמים.
דער גלובס האט געשריבן:
מעולם לא היה דיון בקהילת חסידי סאטמר על עלייה לישראל", אמר ל"גלובס" דובר רשמי של סאטמר, שלא מסר את שמו. "המייסד של סאטמר, הרב הגדול יואל טייטלבאום, התנגד לחלוטין למדינת ישראל הקיימת. הוא אמר שקיום מדינה יהודית בעיצומה של הגלות מנוגד לחוקי התורה. לכן, חסידי סאטמר אינם עושים שום עלייה לפני שהשם יוציאנו מהגלות".הדובר יעץ ל"גלובס" לבדוק את הנאמר באתר של סאטמר, TrueTorahJews.org. כצפוי, היה האתר גדוש בנאצות וחרפות על ישראל. באחד מחלונות האתר, בפרק שכותרתו "מדינת ישראל: המקום המסוכן ביותר ליהודים", מצוטט מחקר, "אינדקס המדינות שוחרות השלום". לפי האתר של סאטמר, מדורגת ישראל במקום ה-140 מתוך 144 מדינות באינדקס, לפני סומליה, אפגניסטאן ועיראק, אך מתחת לסודאן, הרפובליקה הדמוקרטית של קונגו, צ'אד ופקיסטאן."אנו מקווים שהמידע הזה יועיל ליהודים שבוחנים אפשרות להגר לישראל, לבקר במדינה הציונית או ללמוד בה", נאמר באתר. "נתעלם מכל השיקולים האידיאולוגיים. זה פשוט לא חכם לעשות זאת... למעשה, הרבי של סאטמר אמר פעם, שכל אדם שחי במדינה הציונית צריך לברך ברכת הגומל כל יום. הוא צריך להודות לאלוהים שהוא קם בבוקר בעודו בחיים".בחלון אחר, שנושא את הכותרת, "התעמולה הנאצית התבססה על מה שאמרו הציונים", נאמר: "יהודים נאמנים לתורה שואפים לחיות בשלום ובהרמוניה עם שכניהם בכל אחת מהמדינות בקהיליה הבינלאומית, לרבות פלסטין ההיסטורית. יהודים אלה מגנים את המדיניות ואת הפעולות האלימות של אלה, שארצם נושאת את שם ישראל אבינו לשווא, אלה שזנחו את הערכים הנצחיים של התורה... ובחרו במקומם בלאומנות שובניסטית".וכך הלאה וכך הלאה עד אין קץ.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך נאר,,פרייליך אום זונטאג פעברואר 02, 2014 10:37 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל

הודעהדורך בנימין נתניהו » זונטאג פעברואר 02, 2014 10:33 am

אין לי ספק, שאם היו חיים החרדים הללו- מייסדי הארגונים נטורי קרתא ונטרונא- בתקופת השואה, היו מצדיקים ומצדדים עם הצורר היטלר ואנשי האס אס.
אבל ישראל חזקה מתמיד, ואנחנו על המפה לנצח. צה"ל מרתיעה את אויבה, ובעזרת כוחתינו נעשה ונצליח.
ראש סיעת הליכוד, וראש ממשלת ישראל.
באניצער אוואטאר
בנימין נתניהו
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 28, 2014 1:40 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » זונטאג פעברואר 02, 2014 10:34 am

נו, דארף מען מאכן א פארקערטע ארג. וואס וועט אויפקלערען כל יושבי תבל אז "נטרונא פארטרעט נישט די פרומע אידן".

ביבי האקט...
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8516 מאל

הודעהדורך מאטי » זונטאג פעברואר 02, 2014 10:38 am

קאווע טרינקער האט געשריבן:נו, דארף מען מאכן א פארקערטע ארג. וואס וועט אויפקלערען כל יושבי תבל אז "נטרונא פארטרעט נישט די פרומע אידן".

ביבי האקט...

http://www.google.com/search?hl=en&redi ... =134000000
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3000
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3775 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4371 מאל

הודעהדורך נאר,,פרייליך » זונטאג פעברואר 02, 2014 10:50 am

ווער העצט די גויי הארץ נגד כלל ישראל ??


http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=6 ... t=1&scat=1
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל

הודעהדורך פשוט-קאמפליצירט » זונטאג פעברואר 02, 2014 10:53 am

מאטי האט געשריבן:איש עברי טייל זאכן וואס דו שרייבסט איז אמת טייל קען מען זיך דינגען. דאס איז אמאל זיכער, אז זשעי סטריט, נואם טשאמסקי וחבריו. מאכן עני טיים א בעסרן זשאב מבאיש רוח צו זיין ישראל בעיני העמים. נוטרונא קען נאך פארענטפערט ווערן אינעם גוי'ס קאפ (נישט אז איך גיב זיי גערעכט) אז ס'באדערט זיי בלויז רעליגיע, וואס איז קלאר אז זיי האבן, און דאס לאנד נישט. ועל דא קבכי מאיר כהנה נ"ע ולהבח"לח עלען דערשאוויטץ .


יפה דיברת :like
מסכים מיט יעדן ווארט.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 1:19 pm
האט שוין געלייקט: 1097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

הודעהדורך קופערניקוס » זונטאג פעברואר 02, 2014 12:19 pm

עברי האט א נקודה, כומסקי וחבריו זענען לינק, זיי זענען קעגן עשירים, קעגן עסטאבלישמענט, קעגן מערב וועלט און פרא פייגלעך, ענווייראמענט, טעראריסטן און מינאריטעט. איז דאך נישט קיין חידוש אז זיי זענען קעגן די מאכטפולע האלב קאפיטאליסטישע מדינה, און לצד בארפיסיגע טעראריסטן, אבער א באנדע אומוויסנדע אידן, אן קיין כלליות'דיגע וועלט אנשויאונגען, אבער מיט א בלינדע מערכה קעגן די מדינה איז עס אן אנדערע מעשה.
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 2953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4219 מאל

הודעהדורך איש עברי » זונטאג פעברואר 02, 2014 12:49 pm

מאטי האט געשריבן:איש עברי טייל זאכן וואס דו שרייבסט איז אמת טייל קען מען זיך דינגען. דאס איז אמאל זיכער, אז זשעי סטריט, נואם טשאמסקי וחבריו. מאכן עני טיים א בעסרן זשאב מבאיש ריח צו זיין ישראל בעיני העמים. נוטרונא קען נאך פארענטפערט ווערן אינעם גוי'ס קאפ (נישט אז איך גיב זיי גערעכט) אז ס'באדערט זיי בלויז רעליגיע, וואס איז קלאר אז זיי האבן, און דאס לאנד נישט. ועל דא קבכי מאיר כהנא נ"ע ולהבח"לח עלען דערשאוויטץ .


ווען דער כ"ץ באטשי נעמט די ויואל משה און ער זעצט עס איבער אויף ענגליש און פאבליצירט עס און זאל'ן די אומות העולם זיך ברעכן קאפ וויאזוי מען האמערט אויס א פראקטישע צוגאנג צו די מדינה מכח די אלע פשעטלעך וואס שטייט דארט, וואלט איך נישט געהאט אזא פראבלעם,

די פראבלעם איז נאר אז ער פרובירט צו מאכן סענס פון די שיטה הקדושה, און אנדערע ווערטער ער קומט זאגן אז ער האט א אלטענאטיווע צו די אידישע פראבלעם, ממילא רייסט ער אראפ די מדינה אז זיי זענען שולדיג און אלע פראבלעמען פון אידן פון די האלאקאוסט עד היום הזה, און אז זיי זענען שולדיג אין די אנטיסעמיטיזם אויף די וועלט, אויב אזוי איז ער גארנישט אנדערש ווי די אידישע-מסולמענער וואס פארן קיין איראן ביידע טוען מוטיגן אנטיסעמיטיזם און רציחה.

איך בין נישט זיכער אז דאס איז בכלל געווען סאטמאר רב'ס צוגאנג, און אפילו יא ווייס איך נישט צו ער וואלט געהאלטן פון עס פרעדיגן פאר די גאנצע וועלט [און אפילו ווען יא איז עס אויך נאכנישט בארעכטיגט]

און לגבי נועם חומסקי כבר קדמני קופערניקוס, ער איז מער סאציאליסט אנארכיסט ווי א איד ממילא איז זיין מיינונג נישט אזוי וויכטיג פאר די אנטיסעמיטן און עס געט זיי נישט קיין לעגיטימאציע
באניצער אוואטאר
איש עברי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 796
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:41 pm
האט שוין געלייקט: 1133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1871 מאל

הודעהדורך אפטעמיסט » זונטאג פעברואר 02, 2014 1:31 pm

ס'דא עפעס א מעשה-- איך געדענק נישט פונקטליך די פרטים-- מיט אן אמעריקאנער פאלעטישאן וואס איז אמאל געקומען צום סאטמאר רבי ז"ל און ווילענדיג ווייזן זיין אהבת ישראל האט ער זיך בארימט מיט זיין פרא- ישראל שטעלונג. איינע פון די גבאים, הערענדיג דאס, האט זיך גענומען שישקענען און פראבירט שטיל מאכן דעם פאלעטישאן- טא, ער זיצט דאך ביים רעבעזכיליינו אליינס. ווען דער רבי האט דאס באמערקט, האט ער צוגערופן דעם גבאי און געזאגט: דו נער איינער, דער גוי ווייסט דאך נישט בעסער. מיט דעם וואס ער שטיצט די מדינה, צייגט ער זיין אהבת ישראל איז וואס פארדרייסטו אים א קאפ.
איך בין נייגעריג וואס דער חכם מכל אדם כ"ץ באטשי זאגט צו די מעשה.
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2345
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 3275 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3732 מאל

הודעהדורך איש אשכולות » זונטאג פעברואר 02, 2014 1:41 pm

איש עברי האט מערסטנס רעכט. און סאטמאר רב האט טאקע כמה פעמים געזאגט אז א גוי וואס האט ליעב ארץ ישראל איז א אוהב ישראל. און נטרינא גייט אויסלערנען מרש״א פאר די אומת העולם.. אבער מיין קשיא איז, זענען דען נישט די ׳אפגעפארענע׳ פונקט אזוי שולדיג, ווען זיי האבן א מטרה לעצמם פון באשמיצן חרדים/אידן צו יעדן צייט. למה נגרעו? נטרינא באשמיצן די פרייע, און די אפגעפארענע/רעפאמירטע באשמיצן די פרומע. אלע סאשעל סייטס און פורקי עול בלאגס זענען פארנומען לילה כיום צו באשמיצן יעדן ארטאדאקסישע איד אלעוועלטליך. למה נגרעו?
באניצער אוואטאר
איש אשכולות
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 112
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 26, 2014 5:33 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

הודעהדורך איש עברי » זונטאג פעברואר 02, 2014 1:43 pm

אין הכי נמי לבי לבי על חלליהם
סטוט וויי צו זעהן ווי זיי שמייסן אריין אבער אויף זיי איז דא א לימוד זכות אז זיי זענען פארביטערט און אזוי ווייטער
באניצער אוואטאר
איש עברי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 796
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:41 pm
האט שוין געלייקט: 1133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1871 מאל

מדינת ישראל, מצילים אדער רודפים

הודעהדורך shem-tov » זונטאג פעברואר 02, 2014 1:53 pm

נישט אז איך זוך מיך יעצט אנצוהייבן מיט איינעם. נאר די אלע זאכן וואס די טענהסט אויף נטרונא און סאטמאר ווייזט אויף דיין נאאיווקייט ס'איז דא אן ענין פון מוחאה. און דאס איז וואס יעדער איז מחיוב צו טאן. די רעדסט פון היסטאריע וועל איך דיר פשוט צוהעלפן. גיי שטילערהייט ווען קיינער זעהט נישט און ווער געוואר אביסעל מער "היסטארישע" אינפארמעישאן איבער עטליכע ראשי פרקים וואס כ'גיי דיר יעצט געבן.

הרהגה"צ ר' מיכאל בער ווייסמאנדל ז"ל.
דער סלאגן רק בדם תהי לנו הארץ. פון ווי דאס קומט
די מעשה מיט די צינדער וואס דער רבי ברענגט אין ויואל משה.
ווי ווערן היינט נעבעך געהרג'ט די מערסטע יודן פון די גאנצע וועלט.
ווי קומט נאך פאר אזא רדיפת הדת ווי אין די מדינה
ווער איז יואל בראנד געווען
פארוואס האבן די מצילים געהרגט דר. די האן

אויך ווער געוואר פארוואס דער מופטי ימ"ש וואס האט געגעבן די עצה פאר היטלער ימ"ש צו פארטיליגען די יודן, פארוואס ער איז געווען אזוי אויפגערעגט

די ווילסט זיין א ציוני פיין אין גוט, רוב וועלט זענען פארכאפט אבער א שוטה זיי נישט
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 827
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 384 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

הודעהדורך קופערניקוס » זונטאג פעברואר 02, 2014 1:58 pm

אה, מען האנדלט דא פון א ריכטיגן היסטאריקער, וואס דער שם טוב ווארפט אלס צוזאמען, וואו!
רק בדם, ר' מיכאל בער, קאסטנער, יאסל אשכנזי, ויואל משה, מופתי, וואו!
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 2953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4219 מאל

הודעהדורך איש אשכולות » זונטאג פעברואר 02, 2014 2:08 pm

shem-tov האט געשריבן:נישט אז איך זוך מיך יעצט אנצוהייבן מיט איינעם. נאר די אלע זאכן וואס די טענהסט אויף נטרונא און סאטמאר ווייזט אויף דיין נאאיווקייט ס'איז דא אן ענין פון מוחאה. און דאס איז וואס יעדער איז מחיוב צו טאן. די רעדסט פון היסטאריע וועל איך דיר פשוט צוהעלפן. גיי שטילערהייט ווען קיינער זעהט נישט און ווער געוואר אביסעל מער "היסטארישע" אינפארמעישאן איבער עטליכע ראשי פרקים וואס כ'גיי דיר יעצט געבן.

הרהגה"צ ר' מיכאל בער ווייסמאנדל ז"ל.
דער סלאגן רק בדם תהי לנו הארץ. פון ווי דאס קומט
די מעשה מיט די צינדער וואס דער רבי ברענגט אין ויואל משה.
ווי ווערן היינט נעבעך געהרג'ט די מערסטע יודן פון די גאנצע וועלט.
ווי קומט נאך פאר אזא רדיפת הדת ווי אין די מדינה
ווער איז יואל בראנד געווען
פארוואס האבן די מצילים געהרגט דר. די האן

אויך ווער געוואר פארוואס דער מופטי ימ"ש וואס האט געגעבן די עצה פאר היטלער ימ"ש צו פארטיליגען די יודן, פארוואס ער איז געווען אזוי אויפגערעגט

די ווילסט זיין א ציוני פיין אין גוט, רוב וועלט זענען פארכאפט אבער א שוטה זיי נישט

פיין און וואול געזאגט פון דיין פוינט אוו קוק ווינקל. די ציונים זענען די גרעסטער פלאג פאר אידן איבער די וועלט, און לויט ר׳ מיכאל בער זענען זיי געווען די הויפט פאקטאר פון די האלאקאסט. נקוט כללא בידך: ״אידישע רשעים״ זענען די גרעסטער פלאג פאר די דת אנושי. די גרעסטע צרות ברענגן די חלונים, משומדים, רעפארמער, פורקי עול, עטאיסטן, בונדיסטן, הכל עולים בקנה אחד. נטרינא טוט מעגליך א עוולה, אבער די עוולת פון די פרייע שרייען אזוי הויעך אז מען קען פשוט נישט הערן די עוולת פון די פרומע. (ב.ד.וו. קריסטינאם וואס מיר ליידן עד היום הזה קומט פון א ״משומד״..)
באניצער אוואטאר
איש אשכולות
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 112
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 26, 2014 5:33 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

הודעהדורך איש עברי » זונטאג פעברואר 02, 2014 2:22 pm

ביזט א מהפך הקערה על פיה

קודם דו מישט ארום מיט היטאריע און השקפה

דאס וואס דו זאגטס וועגן דעם אז די ציונים זענען געשטאנען גלייכגילטיג - ס'איז אמת אז די ציונים זענען געשטאנען אין א זייט בעת וואס אידיש בלוט האט זיך געגאסן [הגם מקען זיך דינגען אויף די פרטים ווייל מען רעדט למעשה פון געוויסע אינערהאלב די ציוניסטישע אינסטוטוציעס און אויך נאר די לינקע, משא"כ די רעכטע האבן געקעמפט צו ראטעווען אידן ואכמ"ל און די מימרא רק בדם קומט פון א מינדערוויכטיגע מענטש אין די שווייצע פיליאלע פון די ציונים]
און אזוי אויך איז לאו דווקא די ציונים, די לינקע אידן און אמעריקע וואס זענען געווען אנטי ציונים האבן אויך פארשוויגען און נישט איטערווענירט,

אבער אז די ציונים האבן גורם געווען די קריג? נישט נאר א ליגנט, נאר סאיז נאריש און רשעות'דיג אזוי צו זאגן די איינציגע וואס זאגן אזוי זענען אפשר די היינטיגע נעא נאציס [די רבי האט אפשר געמיינט הימל חשבונות איך רעדט פראקטיש]

די אונטערשטע שורה, טאקע דערפאר וואס מיר האבן געלערנט א לקעציע, דעריבער טארן מיר טאקע נישט שטיין היינט גלייכגילטיג ווען די אנטיסעמיטן הייבן זיך די קעפ, און ווער רעדט נאך פון זיי געבן לעגיטימאציע
באניצער אוואטאר
איש עברי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 796
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:41 pm
האט שוין געלייקט: 1133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1871 מאל

הודעהדורך איש אשכולות » זונטאג פעברואר 02, 2014 2:30 pm

טייטש דו דינגסט זיך מיט רמ״ב וו״מ זצ״ל. עס איז ליידער א פאקט, זיי זענען געווען א שטארקער פאקטאר שפילער. דעריבער קען מען ענדערש רעדן פון די חרבנות וואס זייעניזעם מאכט אן בקרב העולם ווי איידער נטרינא.
באניצער אוואטאר
איש אשכולות
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 112
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 26, 2014 5:33 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

הודעהדורך איש עברי » זונטאג פעברואר 02, 2014 2:32 pm

אצינד רעדט מען פון די חורבנות פון נטרונא וועגן די חורבנות פון ציוניזם דארף מען מאכן א באזונדער אשכול
נו! ביזט דאך א איש אשכולת נעם דיך צו די ארבעט
באניצער אוואטאר
איש עברי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 796
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:41 pm
האט שוין געלייקט: 1133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1871 מאל

הודעהדורך היימישער ליטוואק » זונטאג פעברואר 02, 2014 2:34 pm

איש אשכולות האט געשריבן:טייטש דו דינגסט זיך מיט רמ״ב וו״מ זצ״ל. עס איז ליידער א פאקט, זיי זענען געווען א שטארקער פאקטאר שפילער. דעריבער קען מען ענדערש רעדן פון די חרבנות וואס זייעניזעם מאכט אן בקרב העולם ווי איידער נטרינא.

#14 אני מאמין באמונה שלמה שכל דברי רמ"ב וו"מ זצ"ל אמתיים.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1659
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 6:26 pm
האט שוין געלייקט: 1668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל

הודעהדורך shem-tov » זונטאג פעברואר 02, 2014 2:34 pm

עברי לאמיר רעדן פון אינטערסאנטערע ענינים. וואס איז מיט לאנטש היינט. פיצא פרייס אדער וואס?
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 827
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 384 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

הודעהדורך איש עברי » זונטאג פעברואר 02, 2014 2:34 pm

איך ווארט אויף א אפיציעלע אנטווארט פון משה דוד כ"ץ בנימין נתניהו האט שוין געזאגט זיין זייט אצינד לאמיר הערן וואס משה דוד האט צו זאגן
באניצער אוואטאר
איש עברי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 796
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:41 pm
האט שוין געלייקט: 1133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1871 מאל

הודעהדורך איש עברי » זונטאג פעברואר 02, 2014 2:35 pm

shem-tov האט געשריבן:עברי לאמיר רעדן פון אינטערסאנטערע ענינים. וואס איז מיט לאנטש היינט. פיצא פרייס אדער וואס?


דו ביזט אומבאקוועם מיט די נושא? איך מיין אז דו זאלסט נעמען נאר פרייליך פאר א גוטן לאנטש
באניצער אוואטאר
איש עברי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 796
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:41 pm
האט שוין געלייקט: 1133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1871 מאל

הודעהדורך איש אשכולות » זונטאג פעברואר 02, 2014 2:36 pm

צו פארשטיין די חרבנות פון נטרונא דארף מען איר ברענגן אין קאנטראסט, כדי ארויס צו הייבן די חרבנות מיט א קלארקייט. על כן האבן אפאר ניקים ארויסגעהויבן די פאקטן פון צינוזים אז די חרבנות פון זיי זענען פי כמה פון די קליין וווערומיגע כ״ץ חרבנות.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך איש אשכולות אום זונטאג פעברואר 02, 2014 2:39 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
איש אשכולות
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 112
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 26, 2014 5:33 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

הודעהדורך איש עברי » זונטאג פעברואר 02, 2014 2:37 pm

אין הכי נמי אבער איך האב ליב קודם צו אדרעסירן די קליינע פראבלעמען
באניצער אוואטאר
איש עברי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 796
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:41 pm
האט שוין געלייקט: 1133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1871 מאל

נעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט