אישי

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
לכבוד שבת קודש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

אישי

שליחה דורך לכבוד שבת קודש »

דער אישי פריוואטע קעסטלעך וואס דער עולם פארמאגט, פארלאנגט זיך אן אשכול פאר זיך... וויפיל זאכן ס'טוט זיך אפ אין אישי, וויפיל מעשיות מענטשן האבן שוין דורכגעמאכט אין זייער אישי, דער האט קריטיקירט, יענער האט געזאגט, וויפיל סודות און זאכן עס איז אויפגעדעקט געווארן, און להבדיל - וויפיל מחלוקת'ער עס האט שוין אנגעווערטשאפט. דער אישי איז עפעס אזא מיסטעריעזע בריה וואס עס פארלאנגט זיך דערויף אן אשכול פאר זיך.

גוט, כ'הייס נישט יאיר, הוגה, קאווע טרינקער, לעיקוואד וכל שם וחנוכה, אז איך זאל אראפלייגן א באשרייבונג וואס דער אישי מיינט. אפשר וועט נאך אמאל קומען איינער און ערפילן דעם פליכט. איך טראכט בלויז אז עס וואלט געווען גוט אזא וואונקל, וואו דער עולם זאל קענען דערציילן עקספיריענס און מעשיות וואס זיי האבן געהאט אין אישי.... דער האט געפינען זיין ברודער, דער גאר זיין שווער... אדער אנדערע אינטערעסאנטע מעשיות וואס מען האט בייגעוואוינט אין דעם אישי.

איך האלט אז עס וואלט געווען זייער אינטערעסאנט.

דער אשכול פארמאגט 58 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר