א פרישער טיילונג

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6659 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8364 מאל

א פרישער טיילונג

שליחה דורך יאיר »

איך האב גאר א קנאפע ידיעה און אינטערעס אין די אידישע פאליטיק, אבער די לעצטע נייעס וועגן הרב משה שטערנבוך רעזיגנאציע האט ביי מיר אנגעצינדן א רויט לעמפל, און איז מיר געווען גאר אינטערעסאנט. א חבר מיינער האט שוין גע'טענה'ט צו מיר א לאנגע צייט צוריק אז איין טאג גייט ווערן א טיילונג אינערהאלב די חרדי'שע ציבור. דער הונט וואס זיי האבן באשאפן מיט א הונדערט פופציג יאר צוריק וועט יעצט צוריקקומען זיי בייסן. סוף כל סוף, אויפגראבן מתים איז נאך אזא הארבע איסור ווי מאכן א חופה אין א שול אדער רוקן די בימה.
אן ענליכע פענאמענען זעט מען אינערהאלב די מאדערן ארטאדאקסישע אידנטום, בעת ביי זיי האט זיך שוין דער אומאפציעלער טיילונג אנגעהויבן היבש פריער, ווען די רעכטערע זענען געווארן מער רעכט און די לינקע מער לינק, זענען אין די לעצטע חדשים אונטערגעקומען פילע פרישע שערוריות וואס מאכט דעם שניט אלס גרעסער און טיפער. אזעלכע קריטישע ענינים ווי תורה מסיני און די ראלע פון פרויען אין אידישע רעליגיע האבן אויפגעפלאקערט לעצטנס און דראען צו ברענגען אן ענדגילטיגע טויט קלאפ צו דער אחדות וואס האט אמאל געהערשט דארט.
אנדערש ווי ביי די מאדערן ארטאדאקס, וואו בדרך כלל ווערט די מחלוקת געפירט מיט א רעלאטיווע רעספעקט איינער צום צווייטן, איז ביי די חרדים נישט פארהאן אזא זאך. ווען מען שלאגט זיך גייט עס ביז צום סוף. נאר צוליב דעם האט געקענט געשען אזעלכע צערודערטע געשעענישן וואס האבן זיך אפגעשפילט די לעצטע שטיק צייט בנוגע די מחלוקת'ן צווישן הרב שטיינמאן און הרב אויערבאך, אדער צווישן הרב משה שטערנבוך און הרב יצחק טוביה ווייס. עס איז פשוט נישט צום גלייבן ווי אזוי אנהענגערס פון די עדה החרדית אליין האבן בארעדט און באשימפט, מחרים געווען און געווארפן פאשקעווילן, קעגן זייער אייגענעם ראב"ד. עס איז קלאר אז דער חרדי'שער ציבור עסט דעם זופ וואס זיי האבן אליין געקאכט, ווי רש"י ערקלערט אין פרשת יתרו.
די שאלה איז וואס וועט זיין ווייטער. אויב דער ראב"ד וויל קען ער אנדרייען א געזונטע איבערקערעניש יעצט. ער האט די ברירה צו גרינדן אן אייגענע בית דין, און ווען דער עדה דערקלערט אסור וועט ער דערקלערן מותר, ווען זיי זאגן יא וועט ער זאגן ניין, און ס'וועט זיין יום טוב אינדערוואכן. אדער איז מעגליך אז ער וועט איינרוען און שוין. תולדות אהרן און דושינסקי וועלן ווייטער אפציעל זיין א חלק פון די עדה, כאטש זיי וועלן ווערן באטראכט אלס די פרינזש גרופע, און אין בית שמש וועט מען ווייטער בויען דירות אין גרויסן.
אין איין ווארט, צו איז דער יעצטיגער רעזיגנאציע פון דעם ראב"ד דער סוף פון א רייע רייבערייען צווישן די חרדים, אדער איז דאס בלויז דער אנהויב פון א פרישער טיילונג?
ימים ידברו.
האדם לא נברא אלא להתענג

דער אשכול פארמאגט 61 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר