צווישען הרב שטיינמאן און הרב אויערבאך שליט"א און דער מיליטער

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9689
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3429 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9087 מאל

צווישען הרב שטיינמאן און הרב אויערבאך שליט"א און דער מיליטער

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דער ענין פון דער מיליטער און דער געלט אין מיטל מזרח איז ווי פאלגענד. ביי דער התייסדות פון דגל התורה, הגם ס'איז געפיהרט געווארען מיט די גרעסטע מאס זהירות, און הרב שך זצ"ל האט שטארק גע'ארבעט אז ס'זאל נישט ווערען פארקרומט אויף תאוות הנצחון, אבער למעשה האבען אסאך ראשי ישיבות מורא געהאט דעמאלס אז ס'וועט אריינברענגען שלעכטע מדות אינערהאלב דער ציבור פון בני תורה, וואס ביז דעמאלס האט געהערשט א שטילקייט און א וואונדערליכע איידעלקייט ביי זיי. ס'האט אפשר מיט פוילקייט, אבער דער ליטווישער טבע איז זייער שטיל, רואיג און איינגעהאלטען. ס'איז נישט קיין נאטורליכע זאך זיך צו שלאגען אדער אריינגייען אין א קעמף וועגען סיי עפעס, און ממילא איז נאך נישט אריין אין די ביינער פון א ליטוואק צו טוהן אלס אויף א נצחון. הרב שך האט געברענגט נייע זאכען ביים ציבור, ער האט געהאלטען אז מ'דארף פארקוקען די סכנה במקום הצורך הגדול זיך אפצושאקעלען פון די 'מועצת היתומים', וואס פירהט זיך מיט כלל ישראל כעל נכסיהם הפרטי, און דער שפראך פון לש"ש איז בכלל נישט עולה על השלחן.
למעשה האט עס גענומען צייט, אבער ס'איז געווארען אזא פראבלעם אויף א קליינע פארנעם ביים עולם הישיבות. רוב מענטשען האבען למעשה געהאט געזען די פארצייטישע ליטווישע גאנג, פון איידעלקייט און שטילקייט און איינגעהאלטענקייט, אבער הרב שך (און אזוי אויך דער חפץ חיים) האבען געהאלטען אז דער גאנג איז נישט גענוג, מ'דארף אביסל ארויסקוקען פון זיך און טוהן ביד רמה פאר תורה און אידישקייט. אוודאי האבען זיי נישט געוואלט אויפגעבען דער אור-אלטע חינוך פון איידעלקייט וכדו', אבער אביסל האבען זיי געוואלט אריינברענגען פון די ארבעט פון אנדערע קוועלער. ס'איז מיטגעקומען די פראבלעמען פון די זאכען אויך, אבער מ'האט זיי געהיטען כפי אשר ידם משגת. ס'איז נישט געווען סתם גערעדט אמאל כדי לצאת ידי חובתן, הרב שך האט גערעדט ביי די גרויסע אסיפות וועגען דגל, וויאזוי מ'דארף זיך היטען פון די שלעכטע אפפאל וואס קומט מיט א מערכה.
ווען הרב שך איז געווארען שוואך איז למעשה רוב פראבלעמען וואס דארפען אן אדם גדול צו לעזען זענען געקומען צום טיר פון הרב שטיינמאן. ער איז א וועלטס תלמיד חכם און א פריינטליכע און ער גיבט זיך אפ קלוג און שטארק און געלאסענעהייט מיט איעדער פראבלעם, און ער קען אנקוקען א זאך פון אסאך זייטען, און האט נישט קיין נגיעות. א פראבלעם מיט א מגיד שיעור, א מחלוקת אין א ישיבה, א בחור וואס מ'דארף ארויסווארפען, א קינד אין חדר אננעמען, די אלע זאכען דארף מען איינער וואס גייט נישט אפפאסקענען שנעל, און ער דארף האבען די פלייצעס אז מענטשען זאלען זיך פארלאזען אויף איהם. ער זעלבסט איז נישט געווען דער גענעראל וואס הרב שך זצ"ל איז געווען. ער האט געפיהרט אויף אן אנדערע אופן, און כך היא דרכה של תורה, אז יעדער צדיק האט זיך זיין אופי, און דערמיט טוט ער זיין עבודות. (אגב. הרב שך זצ"ל'ס גרעסטער מערכות זענען געווען מיט די א.ג. ממשיכיסט'ען, מענטשען וואס אנערקענען אז זיי האבען נישט קיין רעכט צו זאגען א דעה, אבער דאס אז זיי פארטרעטען א פריערדיג'ען גדול איז גענוג צו זאגען דעות. ער האט געהאלטען אז ס'איז קרום און מסוכן אז א מענטש זאל שעצען דער חזון איש ביז צום הימל, און שפעטער זאגען אז ער קען זאגען וואס ער וואלט געזאגט. ממנ"פ אויב ער איז אזויפיל גרעסער פון אונז אלע, ט'וויאזוי קענסטו זיך צוטרעפען צו זיין מיינונג? יעדער שאלה האט איהר לעזונג כפי מצבה ועניינה, און טפשות איז בלינדערהייט נאכגיין אלטע לאזונגען)
אסאך ראשי ישיבות פונ'ם אלטען דור האבען נישט געהאלטען פונ'ם וועג פון הרב שטיינמאן, זאגענדיג אז ס'איז צו פארעוו און נישט גענוג פאר'ן גרויסע פראבלעמען, און הגם זיי האבען אלע געשעצט זיין גדלות בתורה און פערזענליכע מעלות, און וואלטען קיינמאל נישט ארויסגעגאנגען קעגען איהם, מ"מ זיי זענען נישט געווען בדעה אחת מיט איהם, און די מרחק צווישען איהם און די אנדערע איז נישט געווען אזוי גרויס ווי די מרחק צווישען הרב שך און זיין קעגענער, ממילא האבען די ראשי ישיבות נישט אזוי שנעל נכנע געווען צו איהם אזוי ווי די מתנגדים פון דער דרך פון הרב שך האבען למעשה געפאלגט. ס'איז קיינמאל נישט געווען קיין חילוקי לבבות, נאר חילוקי דעות.
ווען נח"ל חרדי איז אנגעקומען, איז געווען דער שפאלט. הרב שטיינמאן זעט טאג טעגליך די פראבלעמען פון בחורים אין גאס, ער זעט וויאזוי זיי שלעפען אנדערע מיט זיך, ער זעט ווי די ארעמקייט איז מעביר האדם על דעתו ועל דעת קונו, און מענטשען וואס לערנען נישט און דרייען זיך ליידיג זענען אפען צו אלערליי צרות פונ'ם גאס. ער האט איינגעזען אז מ'דארף זען מסדר צו זיין די בחורים און זיי געבען הילף צו קענען ווערען לייט, און אפילו טאמער זיי וועלען קיין בני תורה נישט זיי, ווייל זיי האבען אויפגעגעבען, מ"מ ערליכע בעלי בתים קענען זיי זיין. אסאך אנדערע האבען זיך געדינגען מיט איהם, מ'האט געהאלטען אז ס'איז נישט דא קיין שמירה אז נאר מחללי שבת וועלען אהינגייען און אפילו א בחור וואס קען זיך צוריקכאפען צום לערנען וועט אהינגייען. זיי האבען אויך געהאלטען אז דאס איז א קירוב לבבות פונ'ם ציבור החרדי צום פרייען גאס, וואס קען צוברענגען שלעכטע זאכען. זיי האבען געהאלטען אז מ'טאר זיך נישט באנוצען מיט רשעים צו העלפען אונזערע קינדער. אבער הרב שטיינמאן באחת, אז ער זעט מער פראבלעמען ווי זיין קעגענער, און נאר אזוי קען מען עס מאכען. מ'האט גע'ארבעט וואס מ'קען צו פארמינירען די מעגליכע פראבלעמען, אבער די אלע בחורים אין גאס וואס מ'דארף פארטרייבען איז געווען פאר זיין אויגען. (פון אלע וואס האבען זיך געדינגען מיט איהם, האב איך נישט געזען אז מ'זאל בכלל אויפווייזען אז זיי האבען א צווייטע לעזונג צו דער פראבלעם פון די בחורים, און ממילא פארשטיי איך דער וואס וויל זיך האלטען ווי הרב שטיינמאן, הגם אז איך פערזענליך זעה איך עס נישט ווי זיין בליק)
דאס אליינס אז דערמיט האט מען געלעזט די פראבלעם פון ישיבה'לייט אין מיליטער אחת ולתמיד, איז אויך געווען א ריוח, אבער ס'זעט זיך נישט אויס אז דאס איז זיין עיקר ציל געווען. ווען למעשה האט ער דורכגעפיהרט, האבען אנדערע ראשי ישיבות און תלמידי חכמים, כמעט אלע געזאגט אז למעשה פיהרט ער און נישט אונז, און דעריבער גייט מען נישט ארויס קעגען איהם. נאר ר' משה שמואל שפירא זצ"ל האט זיך אפגעזאגט פונ'ם מועצת גדולי התורה דערוועגן, אבער ער האט שטארק פארדאמט יעדער וואס האט עס געוואלט ניצען צו רעדען קעגען הרב שטיינמאן. (דער 'התאחדות השטעקענעס' בארה"ב וקאנאדא זענען נישט קיין חלק פונ'ם שמועס, וויבאלד א. רוב זענען עמי הארץ. ב. אפילו דער שטיקעל תלמיד חכם איז נישט קיין בר פלוגתא אפילו צו זאגען א דעה קעגען הרב שטיינמאן. ג. זיי זענען נישט דארט אין א"י און האבען נישט קיין אהנונג וואס טוט זיך) אנדערע ראש ישיבות האבען געלאזט זאגען זייערע דעה קעגען זיינס, אבער נישט קעגען איהם. (איך קלער אז ער האט דאס געוואלט אז מ'זאל נישט אננעמען די זאך פאר א לכתחלה, און ס'מוז געהערט ווערען די קעגענער, הגם ס'מוז אזוי זיין למעשה וד"ל)
דערצו האט הרב שטיינמאן שטארק גע'ארבעט ביים ציבור אז מ'זאל מחנך זיין פאר דרך ארץ, אויפהערען דער ווילדקייט וואס הערשט אין אסאך פלעצער אין מיטל מזרח און צוגייען צו אנדערע מיט כבוד. ער האט איינגעזעהן די שרעקליכע סכנות פון די שלעכטע מדות און אז דאס נעמט צו יעדע שטיק גוטס פון א מענטש. מיט דער גאנג פון שלאגען פארגעסט מען פון לערנען, פון כשרות, פון מדות טובות, פון חינוך הישר, פון אלס וואס איז מעגליך, ווייל דער הויבט מחשבה פון יעדער איינער וואס טוט עפעס איז דער פארטיי און נישט דער זאך אליינס. מ'האלטען יעצט אין א מצב אז יעדער פסק הלכה פון הרב מרדכי גרוס ווערט צונומען ביי די אנדער צד אין פאנאויעזש און יעדער הוראה פון הרב נסים קארעליץ ווערט אויסגעשפיגען ביים אנדערע צד. א שטייגער ווי סאטמאר אין אמעריקא, ווי הלכות חמץ איז געוואויגען מיט די תאוות הנצחון פון די צוויי צדיקי בית סאטמאר, און אזוי אויך הלכות פינוי המת און הלכות טרפות העופות און הלכות סידור קידושין, און מ'טרעט טאג טעגליך אויפ'ן תורה מיט משעבד זיין דער תורה צו פאליטיק. הרב שטיינמאן האט זיך געבעטען ביי די פאנאוויעזשער צדדים זיך צו האלטען רואיג. ער האט בקפידא נישט גענומען א זייט, און ער האט פראבירט מיט אלע כוחות אז מ'זאל קענען לעבען צוזאמען. נאר צום סוף האט איין צד געוואלט געוועלדיגען און זיי האבען זיך אוועקגעשטעלט פאר הרב שטיינמאן, הלנו אתה אם לצרינו, און זיי האבען געוואלט נוצען זיין גוטהארציגקייט אויף צו צווינגען א מימרא אויף זייערע צד, און ווען הרב שטיינמאן האט נישט געהאלטען דערביי האבען זיי זיך אפגעשאקעלט פון איהם.
און ווען דער אלטע דור איז אוועק, און ביי דער נייער דור איז בכלל נישט געווען קיין מענטשען צום טיש, איז געווארען א פראבלעם. ווייל הרב שטיינמאן האט נישט געהאט די גאנצע קהל מיט זיך, אבער קיין אנדערע איז דאך אויך נישט געווען, און דארט האבען די דזשוליקע'ס זיך אריינגעכאפט. זיי האבען גענומען א איד, א גרויסע מעכטיגע תלמיד חכם, אבער נישט קיין מענטשענ'ס מענטש, און איהם צוגערעדט אז נאר ער קען ראטעווען פון די פלענער פון די שקצים, און דער דרך פון בני ברק וועט ברענגען געפערליכע פראבלעמען. הרב אויערבאך האט נאך היינט נישט קיין חילוקי לבבות מיט הרב שטיינמאן, אבער ער האט נישט קיין ווייב און נישט קיין קינדער, ס'אזי נישט דא ווער ס'זאל איהם אנהאלטען און בארואיגען זיין קאך, און ממילא קען ער אריינפאלען אין גרובען פון נידריגע מענטשען. אוודאי זענען דא נידריגע אויף ביידע זייטען, אסאך מענטשען אונטערוועלטניקעס וואס זע'ען מאכט קומען צו לויפען זיך אריינשטופען, און די קינדער און אייניקלאך פון יעדער איינער פון זיי האט אייגענע אינטערעסען, אבער הרב שטיינמאן לאזט זיך נישט אזוי ווי הרב אויערבאך, ער איז א מעסיגע און בטבע איז ער א צינישער, ממילא קען מען איהם נישט אזוי שנעל איינרעדען ווי אנדערע. ער איז זיכער נישט פטור פון די באנדיטען, און מ'דארף זיכער מאכען אויף יעדער זאך וואס מ'הערט בשמו, צו ער האט געהערט די מציאות פון איינער וואס האט שוין אפגעמאכט זיין דעה און זוכט איהם צו פארדרייען א קאפ, אבער עפ"י רוב איז ער בעסער ווי אנדערע אין דעם הינזיכט.
יעצט ווען דער גיוס איז נאכאמאל אנגעקומען, איז א גאנצע צד געווארען פון די אלע חברה. זיי האבען נישט קיין לעזונג פאר די פראבלעם, זיי נוצען דער פראבלעם צו פארגרעסערען זייער צד. ס'איז נישט דא קיין שום פלאן פון זייער זייט וויאזוי צו ראטעווען די ישיבות, כנראה אז דער צד הירושלמי פונ'ם הפלס וכדו' זענען נישט אזוי באזארגט פון די מיליטער, און ממילא מעגען זיי טוהן ככל העולה על רוחם להגדיל הטראסק. ווידער הרב אויערבאך ווייסט נישט אינגאנצען וואס דא טוט זיך, נאר ער וויל ארויסגעבען צו די פרייע ציבור אז מ'האלט ביים אלס טוהן זיך צו שלאגען קעגען דער גיוס, און דאס וועט אפשר העלפען ביי די האנדלונגען צווישען די עסקנים און די פרייע, אז מ'עט קענען ווייזען פאר זיי אז מ'דארף צופרידען שטעלען די ווילדע חברה אויך, אבער קיין עמטליכע פלאן האבען זיי נישט.
ווידער הרב שטיינמאן קען נישט שלאפען וועגען דער גיוס. ער וויינט טאג און נאכט, און ער שרעקט זיך אויפ'ן אמת. ער בעט זיך ביי מענטשען 'טו נישט קיין נעריש'ער שריט ווייל מ'איז אין א מצב סכנה'. כדרכו בקודש, פיהרט ער זיך אויף בשקט ובצניעות. דער תורה זאגט אונז אז נאר מיט צניעות קען מען מצליח זיין.
דער עיקר חילוק צווישען הרב שטיינמאן און הרב אויערבאך איז גאנץ א קליינעם. הרב שטיינמאן וויל נישט אז מ'זאל גייען פון ביהמ"ד אין מיליטער און הרב אויערבאך וויל נישט אז מ'זאל זיל דרייען שלאגען איינער די צוויטע. דער חילוק איז אין וויאזוי מ'גייט צו צום ענין, און אויף וואס לייגט מען דער עיקר דגש. הרב שטיינמאן האט קלאר געשיקט צום כנסת און מיליטער אז ער האלט נישט פון קיין שום פלאן וואס נעמט בחורים ארויס פון ביהמ"ד, איז ער פונקט אזא 'משמיע דעת תורה ברמה' ווי הרב אויערבאך, נאר ער טוט עס ווי ס'קען געלונגען און נישט סתם אין דער וועלט אריין. ווידער הרב אויערבאך האלט אז מ'דארף זיי ווייזען אויף וואס מ'איז גרייט, און ער וויל מחזק זיין דער ציבור בני תורה אינ'ם מיינונג אז מ'דארף זיך דערווייטערען פונ'ם מיליטער, און דעריבער לאזט ער צו די אלע הפגנות וכדו'. הרב שטיינמאן האלט אז ליגען אין גמרא תוספות איז גער גרעסטע תריס בפני הפרעניות, און נאר דערמיט איז מען זיך מתחזק אין די מיינונג אז לערנען איז העכער פון אלס. הפגנות וכדו' זענען חיצוניותדיג'ע זאכען וואס גייען נישט אריין אינ'ם פנימיות פונ'ם מענטש. נאר ווען ער ליגט אין לערנען איז ער מחונך אז דאס איז דער עיקר, נאר ווען ער דערווייטערט זיך פונ'ם גאס און איהר געשע'ענישען איז ער באפעסטיגט אז ס'איז נישט דא גארנישט וויכטיג אחוץ דער תורה.
אויך זעט הרב שטיינמאן דער גרויסע חרבן פון מחנך זיין א דור פון שלעגער'ס. טאמער מ'וועט זיך לאזען פאר דער תאוות הנצחון האט מען זיך אזוי דערווייטערט פון תורה ווי דער מיליטער וועט טוהן. ס'איז אפשר מעגליך צו מאכען א מיליטער און מ'זאל דארט נישט זינדיגען מיט חילול שבת און עריות וכדו'. אז מ'וויל האנד'לען מיט זיי קען מען עס טוהן און מצליח זיין, ווייל זיי ווילען רעליגיעזער ציונים אין זייער מיליטער. זיי דארפען אלע סארטען. די סאטמארער ליינער'ס וועלען אוודאי מסכים זיין אז דער ענין איז נישט בלויז זי עבירות וואס מ'טוט אין מיליטער. דאס אז מזרחניק'עס פאלען אוועק אין מיליטער איז אי ווייל זיי זענען פון אנהייב שוואכער אין אידישקייט, אי ווייל זייערע סיסטע"ם איז געפיהרט דורך קלים וואס ס'גייט זיי נישט גענוג אהן דער זאך, אדער ביידער צוזאמען וכדו'. דער פראבלעם פונ'ם מיליטער איז אז ס'ברענגט אראפ דער גאנצע סטאנדאר"ט פון א פרומער איד. ביז היינט האט מען געזוכט צו וואקסען אלס א תלמיד חכם, אלס א הימל מענטש, און אז מ'גייט ארבעטען, נו נו, דער אנהייב איז געווען א גוטע, און דער מענטש ווייסט אליינס אז דער ציל איז צו זיין אן ערליכע איידעלע איד. טאמער אלע וועלען גייען אין מיליטער, איז פון היינט געווארען דער ציל צו ווערען א גוטע זעלנער, געלונגען אין זיך שלאגען און זיגען. ס'איז נישט פראקטיש צו טראכטען אז מ'וועט דארט זיין כמי שכפאו שד. לכתחלה יא, אבער נאך א שטיק צייט וועט מען זיך צוגעוואוינען. אוודאי וועט זיין אזעלכע וואס וועלען זיך האלטען פעסט, אבער למעשה אויף דער ציבור קען מען זיך נישט פארלאזען.
אט דער ירידה איז דער הויפט שעדליכקייט פונ'ם מיליטער! נישט ציונות און נישט ביטול תורה! נאר דאס אז דער גאנצע הלך ילך פונ'ם פרומע גאס איז פארוואלגערט אין א מצב פון שלאגען און זיך בויען אלס א זעלנער, נישט אלס אן ערליכע איד. און פאר דערפאר, איז שלאגען זיך מיט די מיליטער מיט געוואלד כמעט די זעלבער פראבלעם ווי גיייען אין מיליטער! מ'ווערט א זעלנער פאר'ן צד, אנשטאטס א איד וואס זוכט זיך בעסער צו מאכען. הצלחה מיינט געלונגען צו כאפען מענטשען צום שיטה הקדושה, און אויפווייזען וויפיל מענטשען קען מען ברענגען צום וואלען פאר דיין צד. אנשטאטס אז די יונגע יארען זענען בעיקר פאר'ן זיצען שטיל און זיך בויען אין לערנען און מדות טובות, וואס דערנאך קען מען עוסק זיין אין אנדערע זאכען אבער די יסוד איז א יסוד פון ערליכקייט. אנשטאטס דעם וועלען די יונגע יארען פארפאטשקעט ווערען אין שלאגען און טאראראם, און דערנאך אז מ'ווערט עלטער און מ'גייט ארויס, האט מען נישט מיט וואס זיך צו ווייזען.
כמעט אלע מקורבים פון הרב שך האבען בעיקר נאכצוזאגען פון זיין לערנען, ווייל דאס איז ער געווען, א שטיק תורה וואס לפעמים האט געדארפט פארמאכען די גמרא פאר עטליכט מינוט עפעס צו טוהן און דערנאך, ויחזור ללימוד, ער האט זיך צוריק פארטיעפט אינ'ם גמרא תוספות. טאמער די דעה איז אין די הענט פון אזעלכע פערשוינען וואס לא למדו בחייהם און ווייסען נישט וויאזוי צו שעצען תורה און תלמידי חכמים, ט'וואס טויג אונז די גאנצע זיך שלאגען מיט די מיליטער. דער ריוח איז גאר א קליינער.
אזוי זעט אויס די פרשה אין מיין אויגען, לויט וואס איך האב געליינט, און געווען אין א"י בשנות תשס"א - תשס"ג ווען דער סומאטוכע מיט נח"ל איז געווען, און וואס איך האב גערעדט לעצטענס מיט חברים פון פאנאוויעזש וכדו'. קען זיין אז איך האב געמאכט טעיות, און אדרבה קלער מיך אויף דערמיט דער וואס קען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא

דער אשכול פארמאגט 57 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר