אכשר דרא - כבר היה לעולמים (גיוס בני הישיבות)

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3910
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1690 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6283 מאל
קאנטאקט:

אכשר דרא - כבר היה לעולמים (גיוס בני הישיבות)

שליחה דורך לעיקוואד »

דער וואס האלט מיט די לעצטיגע געשעהנישען בים חרדישער ציבור אין ארץ הקודש, האט אוודאי געהערט פון די נייע חוק וואס "וועדת שקד" (אין וואס די חרדישע חברי כנסת האבען זיך אגב באטייליגט ביז זיי האבען זיך מתפטר געווען די לעצטער טאג, שלא ייקרא על שמם..) האט אוועקגעשטעלט ארום די נושא פון גיוס חרדים אין מיליטער. די קולות וואס מען הערט אין די חרדישע צייטונגען און קוועלער איז פון א שערקליכער טראגעדיע, ווי פלופצלינג קומען די רשעים און ווילען אויסרייסען די תורה און אידישקייט, און ווי דאס איז א נייע זאך א חוצפה וואס איז קיינמאלנישט געווען מען זאל רופען חרדישע בחורים אין מיליטער. וכו' וכו' וכו'.

שטעלט זיך ארויס, פונקט ווי אין פילע אנדערע נושאים, אז דער גאנצער חרדישער מסורה וואס מען מאכט קולות כאילו דאס איז הלכה למשה מסיני, איז אינגאנצען אלט בערך דרייסיג פערציג יאר. מען דארף דאס בעצם בכלל נישט מוכיח זיין, שאל אביך ויגדך, יעדער איינער וואס געדענקט א טראפ די מצב אין ארץ ישראל פאר דרייסיג פערציג יאר צוריק געדענקט ווי עס איז געווען א נארמאלער זאך פאר חסידישע אינגעלייט זיך מתגייס זיין אין צבא, טאקע יונגעלייט, כלומר אלץ בחור האט מען דוחה געווען, ווילאנג מען איז געווען אין ישיבה, אבער ברגע מען האלט געהאלטן ביים ארויסגיין ארבטען האט מען זיך געפירט כמנהג כל הארץ און געגאנגען אין מיליטער. עס איז געווען א מחזה נפוץ צו זעהן אין גערע בעלזע וויזניצע שטיבל אינגעלייט מיט די גרינע ארמיי מונדירען, און קיינער האט עס נישט אראפגעקוקט אדער בכלל געהאט א הוה אמינא אז דאס איז א פראבלעם. (טאקע די קנאים האבען אלץ געזוכט זיך משוגע מאכען באקומען א פטור וכדו', אבער נער יספרם).

די חרדים פונקט ווי אין פיל אנדערע נושאים האבען אבער גאר א קורצע היסטארישע זכרון. און צולב פארשידענע פאליטיטשע מצבים זייט די צייט פון מנחם בעגין ווען אגודת ישראל איז צום ערשטע מאל אריין אין קאאליציע און באוקמען ריזיגע געלטער און השתתפות פון די מדינה, אין טויש פאר פאליטישע טובות, האט די נייע דור חרדים אינגאנצען פארגעסען וואס איז געווען, און היינט אז דו פארציילסט פאר א חרדישער בחור אז ער זאל גיין אין צבא קוקט ער דיר אן ווי פון לבנה אראפגפאלן, אינגאנצן פארגעסענדיג אז זיין טאטע זיידע און אלע פעטערס האבען אזוי געטוהן. און די חרדישע ליטערעטור טוהט אלעס צו פארווישען די היסטאריע אדער פארענטפערן מיט פארשידענע תירוצים שלא היו לעולמים. ווי למשל אז אמאל איז די צבא נישט געווען אזוי פריי אדער שמוציג ווי היינט (אינעם שמועס איבער'ן ספר "אתהלך" דא אין שטיבל האט מען דאס שוין דערמאנט)

אבער ברוך שמסר עולמו לשומרים, און כל מעשיך בספר נכתבים, און מען קען אלעס גרינג טרעפען אין די היינטיגע אוצר החכמה-גוגל עפאכע, האט א איד אונז געמאכט א טובה און געעפענט א בלאג ושמו נאה לו "כבר היה לעולמים" וואס ער ברענגט אראפ פילע דאקומענטען און בילדער פון חרדים און די חרדישע פרעסע מימות קום המדינה ועד לאחרונה וואס זייער יחס איז געווען צום צבא. און הגם ער האט פאליטישע חשבונות, מכל מקום נמצינו נהנים.

איך וועל מעתיק זיין אביסעל, לפי סדר השנים.

שנת תש"ח: די אגודת ישראל נעמט זיך צאם מגין זיין אויף די יידישער יישוב, און גיבען ארויס א קול קורא אז קול יוצאי צבא זאלן קומען זיך משתתף זיין בילד
מען זעהט א קארטע וואס זיי האבען אויסגעטיילט ווי מען שרייבט זיך איין
בילד

דער אגודיסטעשער בטאון "דגלנו" גיט ארויס אן עקסטערע גיליון פאר און וועגן די וואס זענען זיך מתגייס צום מיליטער בילד

שנת תשי"ד:

באריכטעט אין די אגודיסטישע צייטונגען, מען ארבעט אויפצושטעלען עקסטערע קבוצות פון פרומע חיילים בילד

שנת תשכ"ד: די וועד הישיבות גיט ארויס א שטרענגע קול קורא אז נאר דער וואס איז טאקע תורתו אומנתו זאל נישט גיין אין מיליטער, יעדער אנדערש האט אן אחריות צו גיין בילד
I have a dream
Martin Luther King ~

דער אשכול פארמאגט 53 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר