חינוך נוסח "תלפיות" - קנסות און קאנסעקווענצן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 1006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1420 מאל

חינוך נוסח "תלפיות" - קנסות און קאנסעקווענצן

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

(דאס פאלגנדע האב איך באקומען פון א חבר. דער תוכן איז נישט מיינס; איך האב עס בלויז רעדאגירט און אביסל איבערגעארבעט. עס באשטייט פון שמועסן און איינדרוקן אין און מיט דער ישיבה תלפיות, אירע תלמידים און אנגעשטעלטע.)

בדרך כלל איז אין די היימישע ישיבות איינגעפירט, אז ווען א בחור באגייט אן עוולה – א שב ואל תעשה אדער קום ועשה – וועט ער פונעם מגיד שיעור אדער מנהל באקומען א קנס. אין תלפיות האלט מען אבער, אז די צוויי, עוולה און קנס, האבן נישט קיין שייכות, און היות די צוויי זאכן זענען פרעמדע, קען איינע נישט משפיע זיין אויף דער אנדערער.

"וואס איז דער אויפטו פון א קנס? אויב איך בין באגאנגען אן עוולה, אדער נישט געטאן עפעס וואס איך האב געדארפט טאן, וואס וועט עס העלפן אויב איך וועל מוזן צאלן פינף דאלאר? א קנס העלפט נישט דערגרייכן דעם ציל. דאס איז א פאקט וואס יעדער בחור ווייסט. די איינציגע זאך וואס ארבעט יא, איז דאס וויסן, פון פריערדיגער ערפארונג, אז יעדער אקט האט א תוצאה, און דאס אחריות פאר די תוצאות ליגט אויף דעם, און בלויז אויף דעם, וואס האט די פעולה געטאן.

"אפילו ווען עס ארבעט יא – לאמיר זאגן, דער טאטע, וועלכער איז בא'קנס'ט געווארן צוליב זיין זונ'ס פארשלאפן, לייגט גענוג פחד אויפ'ן בחור, אז יענער זאל מורא האבן עס נאכאמאל צו טאן, האט דער בחור למעשה זיך אבער גארנישט אויסגעלערנט. קומט אויס אז דער קנס האט מיך נישט מחנך געווען."

די ווערטער, אביסל פאראפריזירט, האט מיר געזאגט א בחור, א "תלפיות" תלמיד, און דווקא א טאג נאכ'ן באקומען א "קנס". א קנס, איז דער בחור פון זיין בחור'ישן פערספעקטיוו מסביר, ווערט אפטמאל אויפגענומען ווי אזא כשר'ער – לאמיר עס אנרופן "בארעכטיגטער" – נקמה-אקט מצד דעם אנגעשטעלטן כלפי דעם בחור.

"נישטא ביי אונז אזא זאך ווי קנסות," זאגט הרב סעמפ, בתורת אנטווארט אויף ביידן, מיין פראגע וויאזוי די ישיבה באהאנדלט די טיפישע פראבלעמען וואס מאכן זיך מיט בחורים, ווי אויך וויאזוי איז עס, אז אנשטאט זיך ברוגז'ן גיט דער בא'קנס'טער בחור אליין מיר צו פארשטיין דעם הסבר פאר'ן קנס וואס ער האט נארוואס געענדיגט אויספירן. "וואספארא שייכות האט פארשלאפן פארטאגס מיט פינף דאלאר? ביי אונז שטראפט מען נישט. אויב א בחור האט פארפעלט צו טאן עפעס וואס פארלאנגט זיך פון אים, וועט ער זיך מוזן ספראווען מיט די קאנסעקווענצן."

איך הער וואס ער זאגט; איך באנעם דעם חילוק אין טייטש צווישן די צוויי ווערטער. איך פארשטיי אבער נישט פינקטליך וואו עס כאפט אזא שארפע נפקא מינה למעשה.

"למשל?" פרעג איך, האלב פונעם בחור, האלב פונעם ראש ישיבה.

"למשל?" ענטפערט מיר הרב סעמפ מיט א שאלה, אויפ'ן אידישן שטייגער. "גיב דו א היכי תמצא, און איך וועל דיר זאגן וויאזוי מיר האבן אדער וואלטן עס באהאנדלט."

איך האב אנגעכאפט א גאר פשוט'ן, געווענליכן ביישפיל, וואס איז מסתמא א טאג-טעגליכע ערשיינונג אין כמעט יעדער ישיבה קטנה. א בחור קומט אן שפעט אין ישיבה, אדער קומט אריין צום שיעור מינוט נאכ'ן אנהייב. "מיך האט מען אין אזא פאל געהייסן ברענגען פינף דאלאר. אין א גוטער מינוט, בין איך אפגעקומען מיט א שארפן פסק.

"וואס," פרעג איך הרב סעמפ'ן, "וואלט מיט מיר געשען אויב וואלט איך געלערנט דא אין תלפיות?"

"פשוט. דו וואלסט ביי הפסקה געבליבן אין כיתה, משלים זיין וואס דו האסט פארפעלט מיט שפעט-קומען," ענטפערט ער מיר. "דאס איז א נאטירליכער המשך צו שפעט-קומען צום שיעור."

ווען דער בחור פארבלייבט אין כיתה, בלייבט ער נישט זיצן כמו קלאץ. דאס וואלט טאקע געווען נישט מער ווי א קנס; טאקע א שכל'דיגער, "סאפיסטיקירטער" קנס, אבער פארט, נישט אזוי סך אנדערש ווי געווענליכע קנסות. וואס ס'איז מחלק דעם דאזיגן צוגאנג פון דעם געווענליכן קנס-מהלך איז, אז דא דארף ער לערנען, און דווקא דאס, וואס ער האט פארפעלט מיט'ן שפעט-קומען. אליין וועט עס דעם בחור שווער אנקומען; ער איז דאך נישט געווען ביים שיעור. דערפאר בלייבט דער מגיד שיעור מיט אים דורכאויס דער הפסקה און לערנט מיט אים אינאיינעם – און דווקא געמיטליך, דווקא מיט א שמייכל...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פשוט-קאמפליצירט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?

דער אשכול פארמאגט 36 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר