א פראבלעם אין זיין חינוך, אדער זיין נאטור?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 953
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1572 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2183 מאל

א פראבלעם אין זיין חינוך, אדער זיין נאטור?

שליחה דורך פארוואס? »

איז one track minded א חינוך פראבלעם אדער א נאטור?

מאכט זיך צומאל מיר טרעפן זיך אן מיט א ידיד און מ׳ציהט זיך אריין אין א געשמאקע שמועס, און מען רעדט על דא ועל הא.
דער ידיד פאנגט אהן צו רעדן פון די פרומאקעס, די שלעכטע מענטשן, וואס האלטן ביי גארנישט, זיי גייען קאפ אין וואנט אריין, זיי קענען נישט פארשטיין אז עס זענען דא אנדערע וועלכע האבן אויך א דעה, עס אינטרעסירט זיי בכלל נישט אויב זייערע פאדערונגען זענען מעגליך אויסצופיהרן אדער נישט, זיי פייניגן אויס זייערע אייגענע קינדער, אן קיין טראפ רחמנות, זיי מאכן זיכער אז זייערע קינדער זאלן דווקא אויס זעהן אנדערש פון זייער ארום, און זיי זענען זיכער אז עס ווארט זיי אפ דערפאר א גן-עדן צו אריינפרעסן אין אלע באקן, ווייל זיי מיינען דאך נישט קיינעם חוץ פונעם הייליגן באשעפער אליינס.

עס גייט נישט אריבער קיין פאר מינוט, און עס קומט ארויף אויפן שמועס צו רעדן פון די יעניגע, די וועלכע זענען נישט פון אונזער חדר, די וועלכע זענען נאר busy נישט צו רעדן לשון-הרע, און אויסער דעם שלאגן זיי כפרות מיט די גאנצע תורה, ווייל קודם כל זיי שטרענגען זיך גארנישט אן פאר אידישקייט, זיי טוהן נאר וואס ס׳קומט זיי אן גרינג, זיי לאזן זייערע קינדער טוהן וואס עס שמעקט זיי, זיי פראבירן וואס מער צו אויס זעהן אזוי ווי דער גוי, און לאכן אין גרויסן פון אונזער שטרענגער חינוך, זיי זענען אזוי פראסט און נידעריג.

איך גלייב אז יעדער איינער קען אזא מענטש, און מיין שאלה איז צו דאס קומט פון חינוך? ווייל מ׳האט איהם מחנך געווען אז דאס וואס ער האט צוגעזעהן דאס איז דער ריכטיגער דרך הממוצע, און אויב איינער איז א משהו רעכטס איז ער אן עקסטרעמיסט, אויב לינקס איז ער א פראסטער שייגעץ. אדער איז דאס פשוט א נאטור פונעם מענטש וואס קען נישט פארשטיין אז אנדערע האבן אויך א דרך, און אז די רעכטע קענען נוצן אויף איהם די זעלבע דרשה וואס ער נוצט אויף די לינקע, און די זעלבע פארקערט, די לינקע קענען נוצן אויף איהם די זעלבע דרשה וואס ער נוצט אויף די רעכטע.

דאס מוז נישט זיין דוקא בנוגע אידישקייט און פארשידענע אידאולאגיעס, עס קען זיין אויך אין פאליטיק, אדער און יעדע אנדערע קאנטרעווערסיאלע אישו.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר