מהר"א מסאטמאר צו בני ישיבה אין א"י: קומט קיין אמעריקע!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6659 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8364 מאל

מהר"א מסאטמאר צו בני ישיבה אין א"י: קומט קיין אמעריקע!

שליחה דורך יאיר »

עס איז וואויל באקאנט פאר דעם היימישן ציבור די געוואלדיגע אויפטואונגען פון האדמו"ר מהר"א מסאטמאר, דער באקאנטער עמוד האש ההולך לפני המחנה, וועלכער איז שוין צענדליגער יארן דער פארטרעטער פון דער גלאבאלער חסידישער אידנטום איבער דער גארער וועלט, און האט באוויזן אריינצוברענגען צענדליגער רעוואלוציאנערישע חידושים אין דעם שדה הכשרות און עולם ההלכה. דער רבי שליט"א איז באקאנט אלס איינער וואס שרעקט זיך נישט פון גארנישט, און זאגט דעם אמת'ן דעת תורה נישט קיין חילוק ווי נאריש אדער קינדעריש עס איז. ער ווייסט גאנץ גוט אז די ציונים ווילן אים אסאסינירן צוליב זיינע כסדר'דיגע דרשות קעגן נתניהו, צו זאל דאס זיין אין קרית יואל'ער ישיבה צו ביים אלוועלטליכן כ"א כסלו דינער, אדער צווישן די שפאלטן פון זיין בארימטער צייטונג וואס פארטרעט אלע אומאפהענגיגע אלוועלטליכע גלאבאלע שיכטן און קרייזן, אבער דער רבי שליט"א איז גרייט אויף מסירת נפש ממש. גייענדיג אין די דרכים פון זיין הייליגן פעטער, וועלכער האט, פונקט ווי אים, אפגעראטעוועט דעם גאנצן חוץ לארץ'דיגן אידנטום, גייט ער אין זיינע טריט, און ראטעוועט כסדר גאנץ כלל ישראל וואו ער שטייט און וואו ער גייט.

יעצט, ביי דעם בארימטן אפקלינגענדיגן וויזיט אין ארצינו הקדושה, האט דער רשכבה"ג ווידעראמאל זיך געלאזט הערן מיט זיינע זאפטיגע דיבורים. דאס מאל איבער דעם ענין פון גיוס בני ישיבה. אלס דער פארטרעטער פון דער אומאפהענגיגער כלל ישראל, האט שוין דער רבי פארפירט צענדליגער מאל איבער דער שרעקליכער גזירה, שטייענדיג אין נאנטע פארבינדונג מיט די העכסטע דיפלאמאטן אינערהאלב דעם אומאפהענגיגן אידנטום, ווי למשל ר' שמואל ווידער און ר' נפתלי משה אינדיג, האלט ער כסדר מיט די פארשריט. די בני בית גיבן איבער אז ער ער איז אויפ'ן טעלעפאן מיט די העכסטראנגיגע מדינת ישראל מיניסטארן כמעט יעדע נאכט, און ער שוינט נישט קיין שארפע אטאקעס אויף זייער חשבון. "איך האב נישט קיין פחד פון דיר און נישט פון דיין גוי'אישע שנור!" האט ער זיך געזאלט האבן געאייסערט צו פריים מיניסטער נתניהו.

על כל פנים, אין דעם יעצטיגן דרשה האט זיך דער רבי שליט"א באוויזן נישט בלויז מיט זיין גרויסע עמוד האש פון קנאות, נאר אויך מיט זיין געוואלדיגע זקן מלא רחמים זייט וואס ער האט ביי זיך, אין צוגאב צו די געוואלדיגע חכמה וואס איז געלעגן אין זיינע ווערטער, וואס גרויסע פראפעסיאנעלן האבן זיך נישט געקענט אפוואונדערן וואו דער רבי שליט"א איז אויפגעקומען מיט א לעזונג צו א פראבלעם וואס מען מוטשעט זיך שוין לאנגע יארן און די גרעסטע קארפן קעפ קענען דאס נישט אנטשינדן. מיט די גרויס חכמה וואס ער האט גע'ירש'נט פון זיין הייליגן פעטער, האט ער ארויסגעשטעלט א וואונדערליכע עצה צו דעם פראבלעם:

"אויב איר דארפט זיך ראטעווען," האט דער רבי געזאגט בשעת א געהויבענע קדושה איז אויסגעגאסן אויף זיין פנים, "וועלן מיר אייך מקבל פנים זיין אין אמעריקע מיט אפענע הענט! מיר וועלן זארגן פאר אלע אייערע געברויכן! איר זענט נישט אליין!"

דא האט זיך דער מייק בטעות אפגעהאקט (מען איז חושד אז דאס איז געווען אונטערגעשטעלט פון דעם אנדערן אומאפהענגיגן אידנטום וד"ל) אבער דער קאווע שטיבל קארעספאנדענט איז געשטאנען נעבן דעם רבי'ן און ער האט זוכה געווען צו הערן די קומענדיגע דברים חוצבים להבות אש:

"מיר וועלן אייך צושטעלן ריזיגע קוואנטומען פון פודסטעמפס! מיר וועלן אייך געבן מיליאנען דאלארן אין סעקשאן אכט געלט! מיר וועלן אייך געבן לאנטש פראגראמען פאר אייערע מוסדות! מיר וועלן זיך אויסליידיגן די טאשן פאר אייערטוועגן!"

דא האט זיך דער רבי צופלאמט מיט א זעלטענע אש קודש און ס'איז געווען ניכר אז ער קאכט און ברענט און איז גרייט צו גיין אין פייער אבי ארויסצוהעלפן די הייליגע בני ישיבה וואס עס לויערט אויף זיי דעם שרעקליכן געפאר פון גיוס:

"מיר וועלן ערלעדיגן פאר אייך נאך א שערי חמלה! מיר וועלן אייך צושטעלן הונדערטער קראנקע קינדער! מיר וועלן אייך געבן א סקול דיסטריקט! עס וועט אריינפליסן מיליאנען אין אייערע קעשענע! אלעס פאר די הייליגע בני תורה!"

(דא האט דער רבי געגעבן אזא ווינק מיט די אויג, און די זקני החסידים האבן דאס אויסגעטייטשט אז דאס איז מרמז צו דעם פסוק "חלק כחלק יאכלו" על דרך סוד, וכבוד אלקים הסתר דבר).

ווען עס איז געקומען צו דעם פונקט איז שוין דער רבי געווען אויסגעשעפט, און מיט די לעצטע כוחות האט ער זיך אויפגעריסן די ערשטע דריי קנעפלעך פון זיין הייליג העמד און ארויסגעלאזט א לייבנס געשריי:

"שיסט!!!!"
האדם לא נברא אלא להתענג

דער אשכול פארמאגט 30 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר