פארוואס האט מען נישט גערעדט פון "שמירת עיניים"? אלעס פרויען?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1060 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1138 מאל

פארוואס האט מען נישט גערעדט פון "שמירת עיניים"? אלעס פרויען?

שליחה דורך טיטאניק »

מאותו לענין לאותו ענין
מען האלט שוין נאך דעם גרויסען אסיפה, אלע עסקנים זענען דערהויבען ביזען נאז, און מיר קאווע שטיבילסטען באוויינען יעדע נפש מישראל וואס האט זיך באטייליגט אין דעם אסיפה

אבער יעצט מען האלט שוין נאכדעם, עס איז א פארגאנגענהייט
בואו חשבון! לאמיר מאכען א חשבון, מען האט גערעדט פון צניעות קדושה וטהרה, הגם איך האלט נישט אז דאס איז א פראבלעם בכלל, אבער נניח אז יא, פארוואס האט מען נישט דערמאנט אפילו איין ווארט וועגען שמירת עיניים ביי מענער?
זאל יעדער ליינער און ניק פרעגען זיין ווייב וואס זי זאגט צי די קלאצישע אויגען פון דער עולם אין גאס, וועט עטץ הערען סאיז אימגלויבלעך וואס עס גייט פאר, היינט ווען א יונגערמאן גייט מיט זיינע אויגען אראפ איז ער א מאדנער פארשוין, אבער למעשה איז דאס יא געווען איינע פון די יסודות פון א ערליכער איד אין אלע דורות,
און היינט? גיי און קיק, וויפיל יונגעלייט גייען מיט די אויגען אראפ? רוב עולם, און איך רעד פון איבער די 90% גייט מיט אויפגעהויבענע אויגען ווי כאילו ער שפאצירט אין א זו, ווי כאילו ער וויל נישט פארפאסען קיין איין ענימעל וואס גייען ארים עם, עס איז א עקל און א שאנדע, איך רעד נישט פון מאדערענע יונגעלייט, איך רעד דייקא פון די סמעטענע חסידישע כאניאקעס שטאט גייען ארים ווי חולי ****, יעדע פרוי וואס קימט זיי פאר די אויגען סטערען זיי אריין אין איר ווי א חולה נפש,
פארוואס האט מען נישט גערעדט קיין איין ווארט איבער דעם?
זייט מסביר יונגעלייט אז היטען די אויגען איז א מצוה מן התורה "ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם אשר אתם זונים אחריהם", דאס איז נישט קיין מנהג, און דאס איז נאך אזוי הייליג ווי עני נייע אדער אלטע תקנה אין צניעות ביי פרויען,
איך רעד שוין נישט די עקעלהאפטיגקייט שבו, א נידעריגקייט, אפילו ביי א גוי איז דאס א נידעריגע זאך אנציסטערען יעדע נקבה מיט אויפגעריסענע אויגען ווי כאילו ביסט שיכור, ווי אזוי פילט די פרוי וואס גייט דיר דארעך? וואס פאר מין אויפירינג איז דאס?
יונגעלייט, איר ווילט עפעס פארעכטען? האלט די אויגען אראפ קיקט נישט אזוי פיל, די גאס איז נישט א **** שאו, די גאס איז געמאכט צי גיין און קימען נישט צי שפאצירען אין א **** חלום!
די נושא פון שמירת עיניים איז זייער זייער נפרץ געווארען און מען דארף מעורר זיין דער עולם אויף דעם

דער אשכול פארמאגט 32 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר