איז עפעס ראנג צו וואקן מיט א פיצע פיי אויפ'ן גאס?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
סאו וואט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 397
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 07, 2013 10:08 pm
האט שוין געלייקט: 235 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 349 מאל

איז עפעס ראנג צו וואקן מיט א פיצע פיי אויפ'ן גאס?

שליחה דורך סאו וואט »

יא כ'ווייס אז ס'איז שוין דא א גאנצע אשכול איבער דער הויכע סוד וכוונת אכילת פיצע.
אבער דא רעד איך פון עפעס אנדערש, איך האב געקויפט נאכטמאל איין נאכט ווען דער געטרייער אשת חיל האט נישט געקענט צו שטעלן סאפער, בין איך געגאנגען קויפען א פיי פיצע,
אויפן וועג אהיים באגעגען איך א חשובע ת"ח א ראב"ד, און זאגט מיר, טוסט גוט, דו דארפסט דיך טאקע נישט שעמען, ס'איז גארנישט ראנג מיט א פיצע פיי און דער האנט, פרעג איך אים וואס איז דער פראבלעים? זאגט ער מיר, טאקע פארדעם זאג איך עס דיר, וויבאלד טייל שעמען זיך, און דו פייפסט אן יעדער איינער בלי בושה וכלימה, טוסט גוט.

אנקומענדיג צום נעקסטע גאס, טרעף איך א ידיד מיינער, א באקאנטע אקטיוויסט, איך גלייב ער איז א גרויסע שרייבער דא און שטיבל, און זאגט מיר, הא ווא סאו וואט, דו ביסט גוט, כ'האב הנאה פון דיר, וואקסט מיט א פיצע פיי בריש גלי, ס'איז אים געוועהן אזוי אונטרעסאנט, אז ער האט געכאפט אפילו א בילד פון מיר מיטן פיי, חזק חזק, שעם דיר טאקע נישט, יו פאר דער בוקס, מ'שמועסט אביסעל, און מ'גייט ווייטער.

וואלט איך געוואלט פרעגן, קען מיר איינער מסביר זיין, וואס איז ראנג צו וואקן מיט א פיצע פיי אויפן גאס?
אויף אזוי ווייט, אז ווער ס'וואקט מיט א פיי, מיינט אז ער פייפט אויף יעדער?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום סאו וואט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I AM SICK AND TIRED ALREADY

דער אשכול פארמאגט 22 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר