מאטי האט געשריבן:אן עי סיריעס נאוט, ווענד זיך דאס אין די כוונה פונעם פרוי, אין דאס דערקענט זיך לויט די ארומיגע פאקטארן.
איש עברי האט געשריבן:למעשה האסטו געהאלטן ווארט? אדער האסט יא פארציילט פאר דיינע עלטערען? די אמת זאג
געפילטע פיש האט געשריבן:מאטי האט געשריבן:אן עי סיריעס נאוט, ווענד זיך דאס אין די כוונה פונעם פרוי, אין דאס דערקענט זיך לויט די ארומיגע פאקטארן.
לעסט טיים איי טשעקט האט די הירהורים צו טוהן מיט די כוונה פונעם קוקער, נישט פונעם פרוי, אבער ווי גאזאגט, די צניעות סטאנדארטן [ליין:חרדישע דרעס קאוד] האבן שוין לאנג נישט צו טוהן מיט לאגיק אדער אפילו הירהורים.
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:איך האב גענוי די זעלבע שאלה אויף בחורים וואס גיין שווארצע זאקן שבת. איז עס פעשענבול אדער חניוקיש?
אמאל זענען נאר 250 פונטיגע גראבע רעבישע אייניקלעך וואס טוישען די זאקן איימאל א חודש געגאנגען מיט שווארצע זאקן, ווידער היינט זעהט מען אלע סטייל בחורים גיין שווארצע זאקן.
אין באבוב גיין רוב בחורים לעטצענץ מיט שווארצע זאקן (דאס מיינט מיט מאט חאלאטלעך אין שיינע גלעזער)
אקיצור כ'מיין אז די זעלבע תירוץ אויפן טייץ קען חל זיין אויפן זאקן.
איין נפק"מ צווישען מיר מיט סקאטש טעיפ. איך סטראשה נישט צו אנטלויפן, איך בלייב דא א תושב אפי טאמער ס'ווערט נישט פארענטפערט
אפטעמיסט האט געשריבן:באמת א שווערע פראגע, אבער איך נעם אן אלס פשטות אז ליכטיגע טייץ איז מער פרום, ווארום אויף זיי דערקענט זיך באופן בולט די 'סיעמס', משא"כ אויף די שווארצע טייץ זעהט מען עס נישט, און דאס גרעניצט זיך מיט אבזרייהו דג"ע רח"ל.
געפילטע פיש האט געשריבן:ס'דא אסאך אזעלכע פאראדוקסן אין דעם געביט, לדוגמא די לענג פונעם שעסל, קורץ איז מאדערן, וועסטו אבער מיינען אז די לענגער די בעסער? זאג איך דיר ניין, בעוד כברת ארץ, לאנג איז אויך מאדערן, ס'מוז זיין קרח מכאן ובלק מכאן, חקת עולם לדורותם, אז נאר פונקט אינמיטן איז פרום. מאכט סענס? ניין, אבער זייט ווען דארף צניעות מאכן סענס?
גראדע איז סקאטש טעיפ אויך אביסל מאדערן, ס'דאך ממש דורכזיכטיג! נאר אויב נוצט מען עס צוצוקלעבן די הענטל פונעם גלעזער ווערט עס פרום, זעסט די פאראדוקס?
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט