איש עברי היה בשטיבל!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1707 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2308 מאל

איש עברי היה בשטיבל!

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

ויהי בימי מיץתפוזחשוורוש.

מיר אלע זענען עדות אז דער גאלדן ערא פון קאווע שטיבל איז אויף דער מינוט מער ווייניגער קאפוט.

[tag]לעיקוואד[/tag] קען ברענגען וויפיל פסוקים פון קהלת ער וויל, עס איז נישטא קיין גרעסערע ראי' אויף ירידת הדורות טאקע דא עמנו בבית.
מ'האט שוין אזויפיל מקונן געווען, און איך בין נישט אין דער גיסטע צו קלאגן בלויז ווייל איך ווייס נישט וואו אנצוהויבן.
טעריסירט מיך נישט וואס [tag]באריסטא[/tag] האט צו זאגן, איך גיי דא מגלה זיין אריות איינמאל פאר אלעמאל, זאל דער עולם וויסן וואס דא גייט פאר מיט אונזערע טאטעס.
איז אזוי: [tag]יאנקל[/tag] איז געגאנגען ארבעטן פאר נאסא. [tag]יידל[/tag] פאר די ענ.עס.עי, זייט זיי האבן פארלוירן דעם סנאודען, על כרחך איז געדרינגען אז די אמעריקאנער זיכערהייט איז וויכטיגער ווי צו זעטיגן אחים לדעה דא.
מיט [tag]קופערניקוס[/tag] (האב איך א לאוו העיט רעלעישנשיפ כקען נישט אויסזאגן פארוואס) איז די מעשה, ארבעט ער אויף א שטודיע, אז אויף אן אמת שיינט דער זון אויף פון מעריב צו מזרח און מיר זעען עס נאר רעלאטיוו. זיין ווארטזאגער גיט איבער, ווען ער וועט זיין פארטיג וועט ער זיך באקלערן זיינע שריט אויף ווייטער.
[tag]יואב[/tag] איז אויפגענומען געווארן אלס סקירפט-שטעלער פאר זשימי קימעל איז ער אביסל ענג אין צייט.
זענען מיר איבערגעבליבן א מעט מזעיר, מריפרעשט די פעיזש אפשר האט [tag]יאיר[/tag] אריינגעפאפט (צוויי פתח פ מיט א פינטל) פאר א מינוט, אולי וועט איינער באווייזן אויפצורעגן דעם ארי החי מעיר התורה און ס'עט שפריצן זקוקין דנהורא, מאראנצן וועט באשליסן איינעם אויסצוטון ווי אנטיוכוס ביים געבורט, און מ'פרובירט זיך צו דערהאלטן אין גלות. יאוש ווינטן ווילן אויסבלאזן די צאנקנדע ליכט, זייער שווער קומט אן דאס פארטרייבן די קאלמוטנע געמיטער.

און דאן, איש יהודי היה, אזוי אומערווארטעט האט עס פאסירט. ווי א שטראל אין דער פינסטערניש האט אריינגעבלאנזשעט אן איש עברי, אשר הגלה... ממרחקים מביא לחמו, מיט א טארבעלע, מיט א בייטעלע, א שניפסלע צווישן די בריסטן. ולמה נקרא שמו עברי? אן א פארוואס! האסטו געהערט אזאנס, א איד פרעגט נישט קיין קשיות.
ויהי אור, סאיז געווארן ליכטיג, הוא מותיב הוא מפרק, פון יאנקעלע כהן דער באגאבאנד, ביז כל מיני חכמה ומדע, סברענט, ספלאמט, א תלמיד חכם שנוקם ונוטר כנחש, אורייתא קא מרתחא, א שמיני שבשמינית, א תיכף לתלמיד חכם ברכה, אויסצונאגן די מארך, א ברכה צו מאכן. האי חכם האי נבון, שפיזיג שארף, דיו אילו ימי.

ומכאן הקריאה יוצאת: מרנא ורבנא איש עברי, דו ביזט אונזער טרייסט בגלות המר. ווען משיח וועט קומען וועט מען ווייזן אויפ'ן פינגער, אט דער האט אונז דערהאלטן ביים חיות.

בשם קהל עדת העבריים, ובשם דער פינטעל איד, וואונטשן מיר אים א מזל טוב פאר זיין רעקארד ברעיקינג שמחה, צו דערגרייכן טויזנט לייקס באתא קלילא, אין אן אויגן בליק פון קוים עטליכע חדשים. כבין זשעלעס.

נו נו, אשר הניא... מטאר נישט אויסרעדן...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאראנצןזאפט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.

דער אשכול פארמאגט 23 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר