
פורסם:
מיטוואך מערץ 26, 2014 11:43 pm
דורך דריידל
פישל'ע העררינג האט געשריבן:אסאך יונגעלייט לעבן אויף הלוואות. לויט די איי. אר. עס. איז א פרייע הלוואה - א הלוואה וואס טראגט נישט קיין רבית - פארעכענט אלץ א מתנה, וואס איז טעקסעבל! דאס מיינט צו זאגן אז אפילו אויב א יונגערמאן ווייזט אויף אז ער לעבט אויף חובות, ברויך ער נאך אלץ איינצאלען טעקס.
נישט אמת, נאר די רבית וואס ער צאלט נישט ווערט גערעכענט ווי א מתנה. און בכלל, דער וואס באקומט א מתנה צאלט קיינמאל נישט קיין טעקס.

פורסם:
מיטוואך מערץ 26, 2014 11:50 pm
דורך גנדי
איך בין נישט קיין אקאונטינט.
ביז צען טויזענט א יאר א מתנה איז טעקס פריי. מער פון צען דארף מען צאלען טעקס.

פורסם:
מיטוואך מערץ 26, 2014 11:58 pm
דורך דריידל
מ'דארף נישט זיין קיין אקאונטענט פאר דעם; מ'גוגעלט עס און ביז צוויי מינוט האט מען אלעס כשולחן ערוך.
א מקבל מתנה צאלט קיינמאל נישט קיין טעקס נאר דער נותן וועט דארפן צאלן אויב גיט ער מער ווי 14 טויזענט פער מענטש. דאס הייסט, פאר א משפחה מיט פינף נפשות קען מען געבן טעקס פריי 140,000 פער יאר, ווייל סיי דער נותן און סיי דער נותנת קענען געבן די 14 טויזענט.

פורסם:
דאנערשטאג מערץ 27, 2014 2:37 am
דורך פישלע העררינג
דריידל, באקוק גוט דיין חתימה...
ומכאן הקריאה יוצאת, ווען מען האט א ספק ספיקא בנוגע טעקס עניינים, ביטע נישט גוגעל'ען פאר צוויי מינוט כשלחן הערוך. טעקס עדווייזערס מיט אקאוינטענטס זענען נישט ארויס פון ביזנעס מיט'ן אויפקום פון גוגעל. און פאר א גוטע סיבה.
בכל אופן, דריידל, ביזטו נישט גוט אינפארמירט, און חכמים היזהרו בדבריכם, ווייל איינער קען נאך גוגעל'ען דעם אישו און אונטער א מינוט צוויי וועט גוגעל איהם צופירען צום בפירוש'ען שטיקל דריידל דא אין שטיבל, און יענער קען עס נאך חלילה אננעמען פאר גוט געלט כשלחן הערוך...

פורסם:
דאנערשטאג מערץ 27, 2014 7:58 am
דורך דריידל

פורסם:
דאנערשטאג מערץ 27, 2014 9:53 am
דורך פליקער
מיר שטערט שוין די קשיא צוואנציג יאר פון די צייטן וואס איך בין געוועין און כולל, דאן האב איך געצאלט זיבן מאות פאר מיין לענדלאר, אלע גרויסע טאטע'ס בימים ההם האבן אויך גערעדט מיט נאסטאלדשיע פון די אלטע גיטע צייטן פון אמאל ווען מען האט געצאלט צוויי מאות רענט, דאן האט מען געקענט לעיבן אין כולל, ווייל די הינדערטער האט ג'קלעקט,
פעסט פארווערד צי היינט ווען מען צאלט זיבעצן מאות פאר א דירה סרוחה, כולל געלט באקימט מען נישט נאר מיט פראטעקציע,
אבער שקר איבער אלעם, אזוי לעיבן מיר
מיר פארמאגן א געוואלדיגע שקר אפעראט, דאס שטויסט אינז פאראויס און אלע צייטן, מאנכע ריפן דעיס דער באשעפער העלפט, איך קען דאס נישט קויפן,
וואס דער גרויסער באשעפער העלפט אינז גנב'נען, האט ער דען נישט געניג כשר געלט אינז צי געיבן, דער באשעפער וויל מיר זאלן פוילן ביי פיי סמך דורך פארשידענע וועיגן זיי צי באצווינגען אינז צי געיבן געלט, ווי איז דאס מעיגלעך, אפילו די וואס האבן יא די אלע זאכן, וויפיל ברויכן זיי זיך איין שטעלן דערפאר,
ודו"ק כי קצרתי בעצת שמעקי
די פאקט איז צי האבן מעדיקעיד ברויך מען זיין א זעלטען קליינע פארדינער,
די פאקט איז אז רובה דרובה האבן מעדיקעיד
וועט מען מיר זאגן אז דער רצון השם איז צי פעלטשן זיין נאמען, איז דעיס דער וועיג.
ווי קען זיין אז אידישע קינדער אויף אזא גרויסע פארנעם קענען נישט מחליט זיין געניג איז געניג, מיר גייען און טארן און אזעלכע וועיגן נישט גיין, מיר ברויכן תשובה טיען אויף אינזערע שלעכטע מעשים, מיר ברויכן גיין בדרך הישר, וואס ליידער און די נאמען פון תורה ווייסט קיינער נישט וואס דרך הישר מיינט, יא אבער אז ערב איז אסור, דאס ווייסט יעדער וואס איז שוין ארויס פון כיתה גימל.
אז מען מיז געיבן געלט פאר יעדער האנט פלאך דאס ווייסט יעדער בר נש,
אבער לעולם יהא אדם, סארי מי נא אנדערסטענד, רעד אידיש פליז.
נישט פארגעסן אינטערנעט איז א סיריעס פראבלעים,