הרב העלבראנץ אין "דער איד"

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הרב העלבראנץ אין "דער איד"

הודעהדורך אבטולמוס » פרייטאג אפריל 25, 2014 1:58 pm

דער לעצטער נומער פון "קאווע בלעטער" איז ארויס לכבוד פסח, און האט שטארק באאיינדרוקט די הונדערטער און טויזנטער לייענער מיט די פילע שיינע ארטיקלען. איך האב אריינגעשטעלט אן ארטיקל עקסקלוסיוו פאר דער אויסגאבע, און עפ"י דער בקשה פון פילע וועלכע ווילן קאמענטירן, שטעל איך דא ארויף דעם ארטיקל.


הרב העלבראנץ אין "דער איד"

דער שורש פון דעם ווארט "צייטונג" איז "צייט". א צייטונג איז א זאך וואס איז געבונדן מיט דער צייט, און קומט ארויס לויט באשטימטע סימנים אויף דער צייט-דימענסיע. א צייטונג איז אבער א מחותן מיט צייט צוליב נאך א סיבה. טראצדעם וואס צייט טראגט זיך איבער פון דעם עבר צו דער עתיד אין אן אויגנבליק נישט לאזנדיג קיין געלעגנהייט צו אטעמען אין דער הווה, איז אבער א צייטונג בכוח אריינצוכאפן און איינפרירן א שטיק הווה, און דאס איבערטראגן צו תקופות פון חדשים און יארן אין דעם עתיד.

א צייטונג נעמט פילע אספעקטן פון דעם לעבן פון אירע לייענער, און מיט אירע באריכטן, ארטיקלען און בריוו פארעמט זי א גאבעלען געמאלעוועט מיט לעבעדיגע בילדער פון דער תקופה. בילדער וועלכע ווייזן די מחשבות, פריידן און ווייען, פון די לייענער; ברייטע פאנאראמעס וועלכע שילדערן די אטמאספערע, די ריטמען און וויטאליטעט, פון דער צייט. וואס האבן די מענטשן געטראכט? וואס זענען געווען זייערע זארגן? וואס זענען געווען זייערע השקפות? וואס האבן זיי מחשיב געווען און וואס נישט? און נאך וויכטיגער: וויאזוי האט זיך אונזער תקופה אנטוויקלט פון דעמאלט?

מיט דער צייטונג זענען מיר געסט פון דעם היינט וועלכע וויילן אין דעם נעכטן; זי איז א צייטמאשין וואס טראגט אונז פונעם עתיד צו דעם עבר. מיט'ן שטודירן דעם אמאל קענען מיר בעסער פארשטיין דעם היינט, און מיט אונזערע ידיעות פון דעם היינט קענען מיר אנאליזירן דעם אמאל בעסער ווי די מענטשן אין דעם אמאל האבן געקענט שאצן זייער תקופה.

די טויזנטער לייענער פון "קאווע שטיבל" האבן אין די לעצטע חדשים געהאט א געלעגנהייט צו לייענען אינטערעסאנטע אויסשניטן פון דער סאטמארער צייטונג "דער איד", פון די יארן תשי"ט ביז תשכ"ב. אין די אויסשניטן האבן מיר זיך באקענט מיט דער צייטונג נאך פאר זי איז געווארן א נייעס-אויסגאבע, זייענדיג געווידמעט בלויז צו פירן אידעאלאגישע מלחמות קעגן אלע שונאים פון אירע ארויסגעבער. מיר האבן זיך אזוי באקאנט געמאכט מיט דער מיליטאנטישער שפראך וואס כאראקטעריזירט נאך היינט די חרדישע אידישע פרעסע.

מיר האבן אויך געזען ווי פילע עקסטרעמע נארמעס וועלכע זענען היינט אנגענומען, האבן אזוי שפעט ווי פופציג יאר צוריק בכלל נישט עקזיסטירט. ארטיקלען וועגן פרויען, פרויען נעמען, אויסדרוקן ווי "פלירטן", "קריסטמעס", "קענסער", "פארלאבונג", "הויכע און בלאנדע", "חזרים צוכט", "שוואנגערן", "נשים מקוה", מיר זעען אז סעקולערע לימודים זענען געהאלטן געווארן חשוב, און מיר האבן געזען פילע ביישפילן ווי דער אנטי-ציוניסטישער פראפאגאנדע-אפאראט האט געשפינט פאנטאסטישע געשיכטעס אויף דער ציוניסטישער ממשלה אין "ישראל" (דעמאלט האט מען נאך נישט געמוזט שרייבן "מדינת ישראל").

אפילו היינט, ווען מ'קען אלעס גרינג נאכקוקן אויף דעם אינטערנעט, זענען די חרדישע אידישע צייטונגען פול מיט פאלשע באריכטן אפילו במילתא דעבידא לאיגלויי. אבער אין דער תקופה פאר דעם אינטערנעט איז עס פיל גרינגער געווען, און מ'האט בכלל נישט געטראכט אז א דורכשניטליכער חרדישער איד וועט געוואויר ווערן דעם אמת.

די וועלט איז יעצט אויף מיט דער געשיכטע פון הרב שלמה העלבראנץ, רב קהילת "לב טהור" אין קוויבעק, קאנאדע, וועמען די קאנאדישער רעגירונג קוקט אן ווי א קולט-פירער. העלבראנץ ווערט כמעט אוניווערסאל אנגעקוקט ווי א צערודערטער, מאכט-הונגעריגער פארשוין, וועלכער וואשט די מוחות פון זיינע תמימות'דיגע נאכפאלגער, און ער ווערט פארדאמט ביי אלע אידישע קרייזן.

העלבראנץ איז פסול געווארן אין סאטמאר ערשט נאכדעם וואס ער האט אנגעהויבן פארכאפן מיטגלידער פון היימישע משפחות. ווען ער האט אבער בידיים געקידנעפט א יונג בחור'ל פון א סעקולערער שטוב, האט מען אים ענטוזיאסטיש פארטיידיגט. היינט, ווען דער אמת איז באקאנט איבער דעם משונה'דיגן קולט, איז אינטערעסאנט צו לייענען וויאזוי סאטמאר האט געשטיצט דעם פארשוין נאכדעם וואס ער האט געקידנעפט שי פימה. דער ארטיקל איז אנגעפיקעוועט מיט שקרים, חסרות ויתרות, און נעמט א מענטש וואס האט קאלטבלוטיג פארכאפט א קינד פון זיינע עלטערן, און שטעלן אים אהער ווי א העלדישער חשוב'ער רב. דער ארטיקל פארכאפט דעם גייסט פון דער תקופה, און גיט אונז אן איינבליק וויאזוי סאטמאר האט אין תשנ"ג נישט געהאט קיין פראבלעם צו פארטיידיגן אזא מענטש, און האט געפונען פאר וויכטיג צו שפינען שקרים אין "דער איד".


עס איז קאמיש ווי דער נאמען פון דעם קינד איבער וועמען דער גאנצער טומל איז אנטשטאנען איז אינגאנצן אומריכטיג אין דעם "איד". דורכאויס דעם ארטיקל ווערט ער אנגערופן "ישי שימא", ווען אין פאקט הייסט ער שי פימה – נישט "ישי" און נישט "שימא". ווארשיינליך צו געניסן מער סימפאטיע ביים סאטמארער ציבור, האט "דער איד" געטוישט דעם בחור'לס נאמען פון "שי" צו דעם מער היימישן "ישי", און אזוי איז ער געבליבן באקאנט.

פארוואס "דער איד" האט געטוישט פון "פימה" צו "שימא" ווייס איך נישט, אבער ווארשיינליך האט דער שרייבער פשוט זיך טועה געווען מיט אזא וויכטיגן פרט! דער שרייבער האט אזוי ווייניג געוואוסט וועגן דער משפחה, אבער דאס האט אים נישט צוריקגעהאלטן פון חוזק מאכן פון די דעם קינד'ס פאטער ווען ער האט אוועקגע'חלש'ט אין געריכט-זאל, אדער ארויסצורוקן באשולדיגונגען אז ס'איז מעגליך אז די עלטערן האבן גאר פארכאפט דעם קינד.

דאס מערסטע איראניש איז וואס הרב אפרים שטיין האט געזאגט ביי א מאסן-פארזאמלונג לטובת העלבראנץ:
"אידן זענען נישט קיין קידנעפערס, אידן זענען נישט קיין געזעץ ברעכער. די תורה הקדושה אנערקענט די געזעצן פון דינא דמלכותא, און וואס עס איז פארבאטן לויטן ציווילן געזעץ, איז אויך פארבאטן על פי התורה. ווי קען זיין אז אלע חשוב'ע רבנים פון שטאט, סאלידאריזירן מיט א רב וואס אנדערע זאגן אז ער באגייט שוידערליכע פארברעכנס?"

___

image1.JPG
image1.JPG (31.04 KiB) געזען געווארן 3496 מאל

הרב חיים משה שטויבער אינדרויסן פון געריכט זאל, נאכדעם וואס העלבראנץ איז באשולדיגט געווארן: "עס איז א טרויעריגער טאג פאר דער היסטאריע פון די פאראייניגטע שטאטן. אז דאס קען געשען אז א מענטש ווערט פאראורטיילט פאר'ן העלפן אן אביוזד קינד."


פאר דעם ארטיקל פון "דער איד", זעט "קאווע בלעטער", פסח תשע"ד, זייטן 104-99.
באניצער אוואטאר
אבטולמוס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2657
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3654 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10428 מאל

הודעהדורך אבטולמוס » פרייטאג אפריל 25, 2014 2:06 pm

פון דא.
שמעקעדיג האט געשריבן:יעצט א ווארט וועגן ראובנ'ס ארטיקל. בין איך דער איינציגסטער וואס איז נישט געווארן שאקירט עס צו ליינען? האט מען נאך קיינמאל נישט געהערט אזוינס אין די היסטאריע אז מען מיינט אויף איינעם אז ער איז אן ערליכער און צום סוף נעשה צדוקי אדער א מומר לכל דבר אסור? בשעת מעשה האט קיינער נישט געהאלטן אז ער איז א פארברעכער אדער א קולט פירער, ואין לדיין אלא מה שעיניו רואות! האט עפעס 'דער איד' געזאלט האבן רוח הקודש מה שיקרה עמו באחרית הימים? איך מיין אז מען קריכט דא אויף גראדע ווענט. אדרבה, אויב קען מיר איינער ערקלערן בין איך גרייט צו הערן.

דער פראבלעם איז אז ווער עס האט זיך אביסל אריינגעטון אין די פאקטן, נאך דעמאלט אין תשנ"ג, האט געוואוסט אז הרב העלבראנץ איז א קראנקער פארשוין, א "קאנטראל-פריעק" וכדומה. ווי אנדערע האבן מעיד געווען דא אין קאווע שטיבל (תיכף נאך דיין פריערדיגן קאמענטאר), האבן גענוג היימישע אידן נאך דעמאלט געזאגט אז ער באלאנגט אין תפיסה. דער ארטיקל פון "דער איד" ווייזט אונז ווי סאטמאר האט אנגענומען א שטעלונג לטובת העלבראנץ טראץ דעם פאקט אז ער האט געקידנעפט א קינד, און טראצדעם וואס עס איז געווען גוט באקאנט אז ער איז שולדיג.

די טראציגקייט פון "דער איד" שרייט ווייטער פון דעם פאקט אז דער שרייבער האט מחליט געווען צו שרייבן אז העלבראנץ איז א העלדישער חשוב'ער רב, אן אפילו וויסן די פשוט'סטע דעטאלן ארום דעם קעיס, אריינגערעכנט דעם נאמען פון דעם קינד איבער וועמען די גאנצע סומאטאכע איז אנטשטאנען! און דאס האט אים ניטאמאל צוריקגעהאלטן פון מאכן שפאט און געלעכטער פון דעם קינד'ס צעבראכענעם פאטער וועלכער האט גע'חלש'ט אין געריכט.
באניצער אוואטאר
אבטולמוס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2657
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3654 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10428 מאל

הודעהדורך אבטולמוס » פרייטאג אפריל 25, 2014 2:47 pm

א גרויסן דאנק פאר פישל'ען פאר'ן מיר צושיקן די עמודים פון דעם "דער איד" ארטיקל.

בילד

בילד

בילד

בילד
באניצער אוואטאר
אבטולמוס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2657
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3654 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10428 מאל

הודעהדורך עפל סיידער » זונטאג אפריל 27, 2014 10:59 am

עס איז א בייזער בלבול אויף די צייטונג ''דער איד'', איך בין דעמאלטס געווען א לאנג תקופה אין א שטוב מאחד הרבנים ז''ל וואס איז יארען לאנג פארבינדען געווען מיט אט דעם רב העלבראנס, און עס האט נאך געדויערט א היבשע שטיק צייט נאכען משפט פון פימא ביז מען האט אנגעהויבען צו תופס זיין ווער דער פארשוין איז, איך בין זיכער אז ווען קאווע שטיבעל און @אבטולמוס וואלטען דעמאלטס עקזיסטירט וואלט מען שנעלער געקומען אויף זיינע שפורען און דער איד וואלט אזוינע באריכטען נישט געקענט ליפטערן לעיני השמש.
באניצער אוואטאר
עפל סיידער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 7:19 am
געפינט זיך: בעיר החסד והתורה מאנסי הבירה
האט שוין געלייקט: 164 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 185 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג אפריל 27, 2014 1:56 pm

עפל סיידער האט געשריבן:עס איז א בייזער בלבול אויף די צייטונג ''דער איד'', איך בין דעמאלטס געווען א לאנג תקופה אין א שטוב מאחד הרבנים ז''ל וואס איז יארען לאנג פארבינדען געווען מיט אט דעם רב העלבראנס, און עס האט נאך געדויערט א היבשע שטיק צייט נאכען משפט פון פימא ביז מען האט אנגעהויבען צו תופס זיין ווער דער פארשוין איז, איך בין זיכער אז ווען קאווע שטיבעל און @אבטולמוס וואלטען דעמאלטס עקזיסטירט וואלט מען שנעלער געקומען אויף זיינע שפורען און דער איד וואלט אזוינע באריכטען נישט געקענט ליפטערן לעיני השמש.

ס'איז נאך דאמאלס נישט געוועין קיין אינטערנעט, בכלל. נו, דאס איז דאך איינס פון די הויפט טענות פון די וועלכע מוטשען זיך צו לערנען פשט, פארוואס די רבנים (א טייל) זענען ארויס בחרב ובחנית אקעיגן (געפילטערטן) אינטערנעט... :roll: :lol: :? :x :P :oops: :cry: :o
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9298 מאל

הודעהדורך אבטולמוס » מאנטאג מאי 26, 2014 11:06 am

.
בייגעלייגטע פיילס
6.JPG
6.JPG (185.95 KiB) געזען געווארן 2903 מאל
באניצער אוואטאר
אבטולמוס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2657
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3654 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10428 מאל

הודעהדורך חתם סופר » מוצ"ש יולי 08, 2017 11:35 pm

ווען סאטמער האט געשטיצט העלבראנץ
באניצער אוואטאר
חתם סופר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 912 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1115 מאל

הודעהדורך מיש-נייעס » מוצ"ש יולי 08, 2017 11:37 pm

אפשר וועט איהם די ארטיקלן צוניץ קומען בעלמא דקשוט
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 210 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג יולי 09, 2017 12:10 am

מיש נייעס: דארט ליינט מען נישט דעם איד. און דעם בלאט אויכעט נישט. דארט איז דאך עפעס דער עולם האמת. און די 2 בלעטלעך באשטייען בלויז פון שקרים און שטותים.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9298 מאל

הודעהדורך קנאק-יענקל » זונטאג יולי 09, 2017 11:51 am

ערגעץ אין די תש"ן'ס איז געווען א מערכה צווישן צוויי קאשוי רב'ס (ברכת שמים) אייניקלעך, קעגן הרב העלבראנץ.
דאכט זיך אז ס'האט געהאט צוטוהן וועגן א 'היתר מאה רבנים' פון איינעם טעללער.
און ס'איז דאן געווען א גאנצע זייט אין איד "אפ עד" קעגן אים.
מענטשן האבן זיך געהויבן די ברעמען, וואס גייט דא פאר?
ביז מ'איז אנגעקומען אונטן פונעם מודעה, איז געשטאנען "באצאלטער אנאנס".

איינער ווייס פון וואס איך רעד???
אדער איינער קען ברענגען א קאפי??
קנאק-יענקל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2016 2:43 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

הודעהדורך חתם סופר » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 10:41 pm

If memory serves me right I was about 9 years old, so give or take 30 years ago when Helbrans was in prison we young impressionable fourth graders were talked dinto writing plea letters tkt he presiding judge on his case pleading for rabbi helbrans release.

Fast forward 30 years... his children and followers have taken his example and more and his ability to spread his sadism, incest and violence was passed down to another generation of children who will never know better.

To everyone crying rescue... We must help these innocent children.... where were you 30 years ago? Rallying for the tzadick's release and enabling him to grow the powerful cult and what it has become today?
Stood behind a rasha who removed a child from his dear mother's arm in the name of saving his soul? How is what he did then differerent to what he was doing and his followers are doing today? Why did Satmar stand with him and involve young children to wrtire letters to the judge?
The bloods on the hand of the people who supported his release 30 years ago. Peopke who thought kidnapping a child is OK if you mask it as yiddishkiet rescue mission.

Let's wake up. Before we cry for someone's release form prison before we take sides in custody battles that rob a child from a parent, let's think how are we different? We gotta be human before anything, and if we can't retain our humanity we allow for the crazy radicalization that helbrans created, which finally got our attention.

Cp
באניצער אוואטאר
חתם סופר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 912 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1115 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 11:13 pm

קנאק-יענקל האט געשריבן:ערגעץ אין די תש"ן'ס איז געווען א מערכה צווישן צוויי קאשוי רב'ס (ברכת שמים) אייניקלעך, קעגן הרב העלבראנץ.
דאכט זיך אז ס'האט געהאט צוטוהן וועגן א 'היתר מאה רבנים' פון איינעם טעללער.
און ס'איז דאן געווען א גאנצע זייט אין איד "אפ עד" קעגן אים.
מענטשן האבן זיך געהויבן די ברעמען, וואס גייט דא פאר?
ביז מ'איז אנגעקומען אונטן פונעם מודעה, איז געשטאנען "באצאלטער אנאנס".

איינער ווייס פון וואס איך רעד???
אדער איינער קען ברענגען א קאפי??

איך ווייס נישט פון וועלכע ארטיקל דו רעדסט, אבער פון וועלכע טעלער ווייסט שוין יעצט יעדער.....
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1152 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1447 מאל

הודעהדורך יואליש » זונטאג נאוועמבער 18, 2018 12:15 pm

מ'דארף געבן קרדיט פאר איין איד, מענדל עקשטיין פון ק"י. נאך בימים ההם האט ער געהאט די קוראזש און איין פרייטאג צונאכטס ארויפשפאצירט שלא ברשות אויפן באלעמער אין די ק"י צענטעראלע שול און אויסגעשריגן אז ארז שלמה העלבראנץ איז א רשע און מ''טאר אים נישט שטיצען. עקשטיין האט נישט באקומען קיין כבוד פאר זיין דרייסטע שריט.
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2541
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3971 מאל

הודעהדורך דאכצעכמער » זונטאג נאוועמבער 18, 2018 1:29 pm

אויב דענק איך גוט איז דאן בערך א יאר צייט געלאפן אין פארזעצונג די מעשה מיט ישי פימא אין דער איד
דאכצעכמער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 168
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 27, 2018 12:31 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

הודעהדורך דאכצעכמער » זונטאג נאוועמבער 18, 2018 1:29 pm

יואליש האט געשריבן:מ'דארף געבן קרדיט פאר איין איד, מענדל עקשטיין פון ק"י. נאך בימים ההם האט ער געהאט די קוראזש און איין פרייטאג צונאכטס ארויפשפאצירט שלא ברשות אויפן באלעמער אין די ק"י צענטעראלע שול און אויסגעשריגן אז ארז שלמה העלבראנץ איז א רשע און מ''טאר אים נישט שטיצען. עקשטיין האט נישט באקומען קיין כבוד פאר זיין דרייסטע שריט.


ווער איז ער עקשטיין
דאכצעכמער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 168
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 27, 2018 12:31 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 18, 2018 1:52 pm

עפל סיידער האט געשריבן:עס איז א בייזער בלבול אויף די צייטונג ''דער איד'', איך בין דעמאלטס געווען א לאנג תקופה אין א שטוב מאחד הרבנים ז''ל וואס איז יארען לאנג פארבינדען געווען מיט אט דעם רב העלבראנס, און עס האט נאך געדויערט א היבשע שטיק צייט נאכען משפט פון פימא ביז מען האט אנגעהויבען צו תופס זיין ווער דער פארשוין איז, איך בין זיכער אז ווען קאווע שטיבעל און @אבטולמוס וואלטען דעמאלטס עקזיסטירט וואלט מען שנעלער געקומען אויף זיינע שפורען און דער איד וואלט אזוינע באריכטען נישט געקענט ליפטערן לעיני השמש.

עפל סיידער: (אויב דו לעבסט נאך אויף קאווע שטיבל.) נאר איין קליינע הערה. דער עיקר פו זיין שם רע איז ארויסגעגאנגען נאכדעים וואס ער האטציך פארפלאנטערט מיט קאשוי. און ר'האט גורם געווען א צושטערונג פון שלום בית ביי אן איינקל פונ'ם קאשוי'ער רב זצ"ל. וואס קאשוי'ער רב האטציך אויסגעשטרעקט פאר איהם. זיי האבן איהם געהאלפן אויף א יעדן טריט. אפילו דעם יונגל שי פימא האט מען געברענגט צו קאשוי'ער ישיבה. איך בין פונקט געווען אין קאורט, ווען אן עדות פון די רעגירונג האט געוויזן א פיקטשער, געכאפט פון א העליקאפטער (קיין דראונס זענען נאך דאמאלס נישט געווען.). אין יענעם טאג וואס מ'האט געברענגט שי פימא קיין קאשוי. אויך האט א גוי וועלכער איז געווען דער דזשעניטאר אין די ישיבה עדות געזאגט אז ער האט געזעהן ווען מ'האט געברענגט דעם יונגל צו קאשוי. דער גוי האט אויך פארציילט אז ער האט תיכף געוואוסט אז דער יונגל איז נישט א חלק פון ישיבה. ווייל די אנדערע בחורים זענען געווען חסיד'יש געקליידעט. און דער בחור איז געגאנגען מיט אן אראפגעבויגענע הוט. און א נעקטיי. ער (דער גוי) פארציילט אז דאס איז געווען פארנאכטס. און מ'האט איהם אריינגעלייגט אין א ליידיגע כיתה. מ'האט איהם געברענגט צו עסן. און אויך מסדר געווען אין א רום...און קאשוי האט טאקע געליטן דערפאר...אבער שפעטער האט מען איהם (שלמה העלבראנס) פאריאגט פון דארטן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9298 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט