קימחע דעשמיסכע!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

קימחע דעשמיסכע!

הודעהדורך רוח קדים » זונטאג אפריל 27, 2014 12:10 am

באקומען פון א חבר:

ס'כאפט ממש אן עקל א בליק צו טאן אריבער די ראמען פון די פילע נייעס נעצן און פארברייטערטע איבערוואגיגע אויסגאבען, און זען ווי די עוסקים בצרכי ציבור טון זיך פראפאגאנדירן מיט בילדער פון פאליטיקאנטן וועלכע שטייען ווי נר לרגלי די נויטבאדערפיגטע קלאצענדע קארס. לולא דמסתפינא וואלט איך געוואגט צו זאגן, אז דאס ציעט א פאראלאל אין זיכרון צו די שוידערליכע מיטליידנע סצענס, וועלכע האבן זיך אפגעשפילט אין האיטי נאך איר שווער ליידענע קאטאסטראפע. אנשים נשים וטף דרייען זיך ארום פארשוויצט און אנגעשטרענגט, אלץ צו קריגן אביסל עסן אויף יו"ט אויף מער אינדוסטריאלע שטאפלן.

ס'איז א ווייטאג צוזען, ווי דוקא אזא גרויסע מצוה, להחיות עניי העיר מיט אביסל קמחא דפסחא, איז פארוואנדלט געווארן אין א שפאטישען צירקוס שפיל.

וואס זענען די מאטיוון, און איבער וואס זענען זיי געווידמעט. זענען די חלוקות אויסשליסלעך דעזיגנירט געווארן אלס א גוט גייענדער ווינקל פאר יחידים אויפצוטרייבן אביסל אויפמערקזאמקייט? אויף וועמענס חשבון, אויף די תבירי לבא וועלכע קומען אהין פארוואנדלט צו ווערן אין מכיכי רוחא? פארוואס ברויכן די יעניגע וועלכע זענען נהנה פון די ברייטהארציגע חסד, זיין אויסגעשטעלט צו זיצן מיט אפענע טירן און הונקעדיגע וועגענער, לעיני כל העמים השרים והקעמרע'ס פאר לענגערע שעות, פארשעמט צו ווערן, און צו פארדינען די געווינטשנע ברייטע דעקונג דורך די וואוילטעטיגע נייעס קוועלער? עניי העיר וועלכע קומען אפנעמען א זאק קארטאפל מוזן זיך דערנידערן אזש צו אזאנע נבזה'דיגע אוסשטעלן?

אני הקטן בין שוין ב"ה בייהילפיג עטליכע יארן כולן שווין לטובה בעיר התורה מאנסי, וואו ס'קומען פאר וועכנטליכע חלוקות, און אלץ גייט צו אויף א גאר באשיידנעם, און העכסט קאנפידענציאלע פארנעם.

צענדליגע טרעקלעך אנגעלאדנט מכל טוב וטוב, לאזן זיך ארויס איבער די גאסן באישון לילה, און מיט א ספעציעל-ארגאניזירטער סיסטעם, אזוי אז קיינער זאל נישט וויסן למי החותמים והקארטאפל, ווערן די קוואנטומס עסן אראפגעשטעלט דורך וואוילטעטיגע פלייסיגע וואלענטירן פארענט פון די טירן. דערביי טוט מען שטילן די נויטווענדיגקייט פון די פילע נצרכים בדרך כבוד גדול, פארזיכערנדיג די סענסעטיווקייט פון זייער אידענטיפיקאציע, צו א מאקסימאלער גראד.

און לאמיר גיין א טריט ווייטער. וואלט דען נישט בעסער געווען אז די עוסקים בצרכי ציבור באמונה זאלן אויסטיילן מיט די געלטער זיי זאמעלען פון די נדיבי לב, באשטימטע סערטיפיקיטס פאר די פילע נצרכים, אזוי אז דער נצרך היקר זעלבס, זאל דאס קענען ארויסנעמען אין זיין אייגענעם גראסערי בכבוד גדול בלי שום רעש ופגע, איז דאס נישט מער שכל'דיג?

ובזה יצאתי ידי חובתי לפקוח עינא דציבורא. סיי די מנדבים, און אזוי אויך די חשובע אנ"ש וועלן דאס נעמען אין באטראכט, און בעז"ה וועט מען קענען ווייטער טוהן ארויסהעלפן איין איד דעם צווייטן אויף א שיינער פארנעם, און מיט אן איבערגעגעבענער מאס רעספעקט, ווי ס'פאסט זיך פאר אידן וועלכע האבן אין זיך די מידות פון רחמנים וגומלי חסדים.
באניצער אוואטאר
רוח קדים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 3:40 am
האט שוין געלייקט: 139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 225 מאל

הודעהדורך ישמעאל הכהן » זונטאג אפריל 27, 2014 12:12 am

מוז מען זאגן אז די אלע וואס זיצן שעות פאר א זאק פאטעטא אונטער די קאמערעס זענען גאר נישט קיין נצרכים... נאר אז מ'טיילט, פארוואס זאל מען נישט נעמען? ודו''ק
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 12:54 pm
האט שוין געלייקט: 1807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2167 מאל

הודעהדורך דריידל » זונטאג אפריל 27, 2014 1:19 am

איך האב דיר געלייקט. ביטע שיק עס ווייטער פאר דיין חבר וואס האט דאס געשריבן...
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1143
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 1:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1369 מאל

הודעהדורך סמיילי » זונטאג אפריל 27, 2014 7:03 am

די זאק פאטעטויס מיט א באקס גרעיפ דשוס העלפט נישט קיין סאך פאר אזא יו"ט. אז מען טיילט, נעמט מען , אז די שטאט צאלט שוין יא איז פארוואס זאל מען נישט נעמען?
איך האב פאר דיך נייעס אז תומכי שבת וכו ארבעט נישט אזוי
און וואס גייט דיך אז מר שמויגער כאפט בילדער פון זעך? דאס איז זיין הנאה און לעבען, ווילאנג ער שלאגט מיך נישט זאל ער טוהן וואס ער וויל
סמיילי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 7:23 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט