סטעטן איילענד- נייע ישוב?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

סטעטן איילענד- נייע ישוב?

הודעהדורך ממי_שאמרו » דינסטאג אפריל 29, 2014 9:22 pm

עס ווערט לעצטענס מער און מער די רעדט פון שטאט וועגן נאך און נאך אידן וועלכע האבן געקויפט דארטן דירות. די עמי מאגאזין (טפו) גייט מארגן האבן א לענגערע אפהאנלונג איבער די נייע געדאנק.

למעשה האבן שוין ארום 15 גורע משפחות און 10 סקעווערע משפחות געקויפט דארט דירות און מופן אריין שוין דארט.

יונג איזראעל שוהל האט שוין צוגעשטעלט א מנין פאר זיי שבת שפעטער אינדערפרי.

למעשה איז די פחד אזוי:
צו גייט עס נישט ווערן א נייע סיגעיט אדער בעיסוואטער?
אויב גייען זיך אהינרוקן די מער קולע אינגעלייט גייען די ערענסטע מער נישט דארט זיין, און יעדע שטאט דארף פון אלע סארט.

די וועג פאר די קינדער קיין בארא פארק גייט נעמען א קנאפע האלבע שעה אן טרעפיק, וואס דאס איז יענץ געשעפט פאר קליינע קינדער וועלכע דארפן א בית הכסא די מינוט וואס מ׳פארט ארויף אויפן הייוועי. און מיט אלע סטאפס גייט עס נעמען א שיינע 45-50 מינוט און א גוטע טאג. און א טאג וועלכע איז דא טרעפיק קען די וועג נעמען א פיינע שעה. אבער דאס איז נאר ביז ווען עס איז שוין דא ארום 100 משפחות פון א קרייז וועלכע וועט עפענען א מוסד.

די אלע ברוקלינע אידן וועלכע זענען צוגעוואוינט צו זיין אין ארבעט 10 מינוט פון דערהיים, זיין א שעה יעדן טאג ביז די ארבעט און אהיים איז נישט די געשמאקסטע זאך.

וואס האלט דער עולם דא?
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1443
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 8:45 pm
האט שוין געלייקט: 536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1486 מאל

הודעהדורך שטילע אינגערמאן » דינסטאג אפריל 29, 2014 9:47 pm

מיינע קינדער זענען אויפן באס יעדען טאג א גוטע האלבע שעה אפי איך וואין נישט ווארט פונעם חדר/שולע,
כ'מיין ס'נישט קיין נפק''מ צווישען א האלבע שעה קריכען די היימישע גאסן אין טרעפיק אדער א האלבע שעה אויפן הייוועי.
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1002
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 686 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2078 מאל

הודעהדורך אליבא דאמת » דינסטאג אפריל 29, 2014 10:58 pm

פונקט האב איך אנגעהויבן טראכטען פון דעם. איינער ווייסט אפשר ווי אין סטעטען איילענד היימישע האבן שוין געקויפט? א גאס/אדרעס.
באניצער אוואטאר
אליבא דאמת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 03, 2012 12:42 pm
האט שוין געלייקט: 271 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 255 מאל

הודעהדורך ממי_שאמרו » דינסטאג אפריל 29, 2014 11:38 pm

נעבן יונג איזראעל
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1443
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 8:45 pm
האט שוין געלייקט: 536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1486 מאל

הודעהדורך בן בג בג » דינסטאג אפריל 29, 2014 11:45 pm

Wow כ'האב זייער הנאה דערפון, ווען איך פלעג דארטן אהין פארן פלעג איך אייביג טראכטן אז הלוואי ווען איך קען דארט וואוינען, איך האף אז ס'וועט זיך אויסארבעטן
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך בן בג בג אום מיטוואך אפריל 30, 2014 12:22 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
כ'רעד צום זאך? דיין לייק טוט עס באשטעטיגען
באניצער אוואטאר
בן בג בג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 21, 2014 2:20 am
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

הודעהדורך מאטי » מיטוואך אפריל 30, 2014 12:17 am

ממי, אויב איינער גיבט דיר 400k בתנאי אז דו דארפסט פארן אויף א באס איין שעה א טאג, צופרי און ביינאכט, וואס וואלסטו געטון?
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2961
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3683 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4172 מאל

הודעהדורך ממי_שאמרו » מיטוואך אפריל 30, 2014 12:37 am

אינצווישן דארף איך געבן הונדערט טויזענט דאלער פאר א חלום וואס קען זיך ענדיגן זייער שנעל זייער נישט גוט.
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1443
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 8:45 pm
האט שוין געלייקט: 536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1486 מאל

הודעהדורך מאטי » מיטוואך אפריל 30, 2014 12:46 am

דאס איז שוין א טענה... אבער א יעדע ביזנעס דיעל האט זיך אירע ריסקס.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2961
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3683 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4172 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » מיטוואך אפריל 30, 2014 1:07 am

ממי_שאמרו האט געשריבן:נעבן יונג איזראעל


ווי קימט עס אויס? ווי טיף אריין אין ס''א? איך וויל טשעקען מיט גאגעל מעפס ווי ווייטער ס'איז פון ווילי און ב''פ
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6078
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5281 מאל

הודעהדורך ממי_שאמרו » מיטוואך אפריל 30, 2014 1:17 am

835 Forest Hill Rd
Staten Island, NY 10314
http://goo.gl/maps/HI9Fi
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1443
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 8:45 pm
האט שוין געלייקט: 536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1486 מאל

הודעהדורך גנדי » מיטוואך אפריל 30, 2014 1:26 am

בערך וויפיל קאסט א דירה דארט?
You must be the change you want to see in the world
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1180
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2013 12:21 am
האט שוין געלייקט: 2577 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1417 מאל

הודעהדורך ממי_שאמרו » מיטוואך אפריל 30, 2014 1:42 am

400-600 פאר א מאנסי סטייל הויז
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1443
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 8:45 pm
האט שוין געלייקט: 536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1486 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » מיטוואך אפריל 30, 2014 1:53 am

ממי_שאמרו האט געשריבן:835 Forest Hill Rd
Staten Island, NY 10314
http://goo.gl/maps/HI9Fi

לויט גאגעל קימט עס אויס (יעצט ביינאכט) 22 מינוט פון אינמיטען ב''פ און 39 מינוט פון אינמיטען ווילי.
מיין שאלה איז פארוואס גייט מען נישט מער רעכטס נענטער צו די וועריזאנא, וואס קען מאכן די וועג מיט 5-10 מינוט קערצער
בייגעלייגטע פיילס
IMG_20140430_015046.jpg
IMG_20140430_015046.jpg (151.89 KiB) געזען געווארן 3657 מאל
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6078
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5281 מאל

הודעהדורך Chuchem » מיטוואך אפריל 30, 2014 11:03 am

ככל שאני יודע, חסידי גור קנו בתים ליד בית הכנסת של הרב פולק

https://maps.google.com/maps?q=93+ruper ... CAgQ_AUoAQ
באניצער אוואטאר
Chuchem
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 145
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 11:30 am
האט שוין געלייקט: 212 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 111 מאל

הודעהדורך Chuchem » מיטוואך אפריל 30, 2014 11:25 am

בית הכנסת שלו ממוקם ב
98 Rupert Ave.
https://maps.google.com/maps?q=98+Ruper ... CAgQ_AUoAQ

היא קרובה לרחוב ראשי, שדרת ברדלי
באניצער אוואטאר
Chuchem
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 145
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 11:30 am
האט שוין געלייקט: 212 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 111 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » מיטוואך אפריל 30, 2014 11:53 am

באקימען אין אימעיל


א גרויסע היימישע עולם גרייט זיך צו מופען אין די נעקסטע פאר חדשים אין א הערליכע געגענט אין ניו יארק סיטי. 20 מינוט פון וויליאמסבורג אין 10 מינוט פון בארא פארק. פאראינטערעסירטע- ביטע שיקט א email מיט אייער נאמען אין טעל # צו: StatenIslandGroup@Gmail.com רענטען אדער קויפען אוועלעבעל.
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6078
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5281 מאל

הודעהדורך נאך א פשט » דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:59 pm

איך בין זייער צופרידען דאס צו הערען, פיינעלי טוט מען צום זאך. איך האף אז עס וועט זיין א סאקסעס און דאס וועט געבען די קוראש פאר אנדערע נאכצוטוהן
איבער יו"ט האט מיר א חבר פארציילט אז אין וויליאמסבורג איז דא 10 חתונהגעהאטע קאפלס וואס וואינען ביי די עלטערן ווייל זיי האבן נישט געקענט טרעפן קיין דירות

ווייסט איינער צו דאס איז אמת?
The pessimist complains about the wind. The optimist expects it to change. The leader adjusts the sails. - John Maxwell
באניצער אוואטאר
נאך א פשט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 218
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:12 am
האט שוין געלייקט: 114 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

הודעהדורך אפטעמיסט » דאנערשטאג מאי 01, 2014 9:04 pm

ביי עלטערן ווייס איך נישט, אבער בשעת איך שרייב די שורות זענען דא עטליכע פארפעלקער וואס וואוינען אין פוינט פלאזא האטעל.
For evil to flourish, it only requires good men to do nothing ~ Edmund Burke
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2291
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 3193 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3566 מאל

הודעהדורך לית דין בר נש » פרייטאג מאי 02, 2014 9:56 am

דאכט זיך מיר אז די עמי מעגאזי"ן רעדט דערוועגן דער וואך
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1501
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 6687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1267 מאל

הודעהדורך מנשה לוסטיג » מוצ"ש מאי 03, 2014 10:14 pm

ס'איז שוין דא א ליסטע פון צוואנציג יונגעלייט פון סקווער אויפן ציל דארט זיך צו באזעצן
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 211 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל

הודעהדורך אנאליזירער » מוצ"ש מאי 03, 2014 10:26 pm

נישט 20, נאר 11. און אויך 13 גורער יונגעלייט.
אנאליזירער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 274
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 9:12 am
האט שוין געלייקט: 200 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל

הודעהדורך סטעטען איילענד » דינסטאג מאי 06, 2014 3:39 pm

שלום עליכם טייערע אידן,

די אינטערעסע אין זיך אריבערציען קיין סטעטען איילענד וואקסט ב"ה יעדן טאג, און ס'איז כדאי צו אפדעיטן דעם עולם וואס ס'גייט פאר.
צום ערשטן דארף מען קלאר מאכן אז דא רעדט מען נישט פון קיין דעוועלאפמענט וואס מ'גייט יעצט בויען, נאר מ'רעדט פון זיך אריינציען אין דעם עקזיסטירנדן שטאט, און זיך באזעצן דארטן. סטעטען איילענד איז בערך 25 מינוט אוועק פון בארא פארק, אבער די פרייזן פון הייזער זענען בערך 40% ביליגער.

2.JPG
2.JPG (88.93 KiB) געזען געווארן 2807 מאל

די וועג פון וויליאמסבורג, ביז בארא פארק, ביז סטעטען איילענד

רוב הייזער זענען איין-פאמיליע הייזער, און שטייען אויף א לאט פון 40X100. עס זענען דא פארשידענע סארט הייזער פון אלע מיני פרייזן – פונקט ווי אין יעדע אנדערע באוואוינטע שטאט. א קלענערע הייזקע קען מען קויפן פאר אזוי ביליג ווי $350,000, און גרעסערע הייזער קענען גיין ביז $700,000. א נארמאלע הויז פון 2,100 סקווער פיס + א בעיסמענט קען לויפן פון $475,000 און ארויף. דאס איז אלעס איין פאמיליע הייזער, מיט א גרויסע לאט, פארשטייט זיך מיט א דרייוו-וועי.

פארשטייט זיך אז די פרייזן ווענדן זיך אויך אויף די קוואליטי פון די הייזער, ווי אלט די הויז איז, און צי עס איז געבויט פון ציגעל אדער נישט.
די הויפט מעלה פון סטעטען איילענד – חוץ דאס אז עס איז אזוי נאנט צו בארא פארק – איז אז עס איז שוין דא א שטארקע אידישע אינפראסטראקטשור, מיט בתי מדרשים, מקוה, הצלה, וכו'. פאלגענד איז א מאפע פון די אידישע געגענט.

1.jpg
1.jpg (201.71 KiB) געזען געווארן 2807 מאל


די בלויע ליניע ארום איז דער עירוב. די געגענט איז איינגעטיילט אין דריי חלקים. אין חלק A וואוינען די היימישע ליטווישע, א חרדישע תורה'דיגע עולם. עס וואוינען אויך אסאך יאנג איזראעל טייפ אידן. עס איז מסתמא בערך 75% אידיש. אין חלק B וואוינען בעיקר יאנג איזראעל אידן. אין חלק C וואוינען אויך בעיקר יאנג איזראעל אידן, אבער ס'איז דא אסאך מער גוים. די רויטע סימן אין חלק A איז וואו עס געפינט זיך דער ביהמ"ד פון הרב פאלאק שליט"א, חתן הגה"צ ר' יונתן בנימין גאלדבערגער שליט"א.

עס זענען שוין יעצט דא צוויי חסידישע גרופעס וואס ארבעטן פעסט אויף זיך אריבערציען קיין סטעטען איילענד. א גרופע פון איבער 10 סקווערע יונגעלייט, און 15 גערער יונגעלייט. כ"ק האדמו"רים מסקווער און גער שליט"א האבן שוין געגעבן ברכת קדשם אויף דעם פראיעקט, און טייל פון די יונגעלייט שליסן שוין אדער האלטן שוין ביים שליסן דעם מקח. אויך איז דא א גרופע פון וויזניצע יונגעלייט וואס טוען שטארק אין דעם ענין. די אלע קוקן בעיקר דירות אין די געגענטער פון A און B.

פארשטייט זיך אז דער פראיעקט איז נישט געבינדן דווקא צו גרופעס פון חסידים. יעדער מענטש קען זיך אויפהייבן און אריבערציען קיין סטעטען איילענד, און מ'דארף נישט קיינעמ'ס הסכמה. יעדער קען צאמנעמען דריי פיר חברים און מחליט זיין צוזאמען זיך אריבערצוציען, און עס זענען טאקע דא אסאך וואס טוען שטארק אין די נושא.

דער עולם איז מכובד צו פרעגן שאלות, און כ'וועל פראבירן צו ענטפערן עד מקום שידי מגעת.
סטעטען איילענד
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 7
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 06, 2014 1:36 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דינסטאג מאי 06, 2014 3:48 pm

א דאנק!
דאס הארץ וואקסט פון פרייד און גליק ווען מען זעהט עפעס פירות נאך יארן ליידיגע קאמפלעינטס און וויינערייען וואס האט געפירט אין ערגעץ נישט, און ענדליך זעהט מען עפעס זאכליך, די ישועה הייבט אן שפראצן, עס איז דא ווי די ברכה זאל חל זיין.
מיר וואונטשן פאר די דעוועלאפער, עסקנים, און די משפחות וואס ציען זיך אריבער, רוב ברכות והצלחה בכל מעשי ידיהם בכל אשר יפנו.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14404
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 16407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16877 מאל

הודעהדורך געשוויסטער » דינסטאג מאי 06, 2014 3:56 pm

@סטעטען איילענד, לויט ווי איך פארשטיי, וועט מען צוזאמענשטעלן א ווען צו א באס פאר די קינדער, זיי צו פירן קיין בארא פארק יעדער טאג.

דו קענסט אפשר מער מסביר זיין ווי אזוי דאס וועט ארבעטן, און אזוי אויך, אויב מען וועט צושטעלן א ווען פאר פרויען וואס דארפן פארן צו זייערע דזשאב אין ברוקלין?
געשוויסטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 53
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 03, 2013 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

הודעהדורך אפטעמיסט » דינסטאג מאי 06, 2014 4:02 pm

און וואס איז די מעשה מיט די ריעל עסטעיט דארט, איז דא גענוג הייזער צום פארקויפן אז סזאל קענען ווערן א ישוב?
For evil to flourish, it only requires good men to do nothing ~ Edmund Burke
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2291
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 3193 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3566 מאל

נעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט

cron