בלאט 1 פון 1

סטעטן איילענד- נייע ישוב?

נשלח: דינסטאג אפריל 29, 2014 9:22 pm
דורך ממי_שאמרו
עס ווערט לעצטענס מער און מער די רעדט פון שטאט וועגן נאך און נאך אידן וועלכע האבן געקויפט דארטן דירות. די עמי מאגאזין (טפו) גייט מארגן האבן א לענגערע אפהאנלונג איבער די נייע געדאנק.

למעשה האבן שוין ארום 15 גורע משפחות און 10 סקעווערע משפחות געקויפט דארט דירות און מופן אריין שוין דארט.

יונג איזראעל שוהל האט שוין צוגעשטעלט א מנין פאר זיי שבת שפעטער אינדערפרי.

למעשה איז די פחד אזוי:
צו גייט עס נישט ווערן א נייע סיגעיט אדער בעיסוואטער?
אויב גייען זיך אהינרוקן די מער קולע אינגעלייט גייען די ערענסטע מער נישט דארט זיין, און יעדע שטאט דארף פון אלע סארט.

די וועג פאר די קינדער קיין בארא פארק גייט נעמען א קנאפע האלבע שעה אן טרעפיק, וואס דאס איז יענץ געשעפט פאר קליינע קינדער וועלכע דארפן א בית הכסא די מינוט וואס מ׳פארט ארויף אויפן הייוועי. און מיט אלע סטאפס גייט עס נעמען א שיינע 45-50 מינוט און א גוטע טאג. און א טאג וועלכע איז דא טרעפיק קען די וועג נעמען א פיינע שעה. אבער דאס איז נאר ביז ווען עס איז שוין דא ארום 100 משפחות פון א קרייז וועלכע וועט עפענען א מוסד.

די אלע ברוקלינע אידן וועלכע זענען צוגעוואוינט צו זיין אין ארבעט 10 מינוט פון דערהיים, זיין א שעה יעדן טאג ביז די ארבעט און אהיים איז נישט די געשמאקסטע זאך.

וואס האלט דער עולם דא?