לאמיר מאכן א קידוש השם

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 780 מאל

לאמיר מאכן א קידוש השם

שליחה דורך שרגא »

איך האב היינט מיטגעהאלטן (נישט צום ערשטן מאל) ווי א אידל קומט ארויס פון א געשעפט און פארקלאפט דעם טיר אין פנים פון דעם גוי וואס איז געקומען צו גיין ממש הינטער אים. כ'האב געזען ווי יענער קוקט אים אן מיט גרויסע בייזע אויגן. ער האט נאך געשאקלט דעם קאפ פון רעכטס אויף לינקס און צוריק זיבן מאל און געבליבן קוקן אויף יענעם ווי פון דער לבנה ביז ער האט זיך אריינגעזעצט אין קאר. עס האט מיך געבאדערט, (אפילו איך קען יענעם פארשטיין אז ער איז אויפגעוואקסן אין אן אנדערער אטמאספערע און באגרייפט נישט אפשר געהעריג די אמעריקאנער קולטור און ווי די קלייניגקייטן קענען זיי נעמען זייער ערנסט).

גענוג האבן שוין מיטגעהאלטן אזעלכע סצענעס ווי א צווייטער אידל מאכט א "לאקאלע" חילול השם, צי ביים זיך אריינכאפן אין דער ליניע, צי זיך שטעלן טענה'ן מיט'ן קעשיער א האלבע שעה אז ער האט געזען אן אנדערע פרייז אויפ'ן שעלף, ריטוירנען ראסטיגע עירקאנדישאנס נאכ'ן זומער, אן קיין רעסיט, טענה'ן מיט'ן באנק מענעדזשער א האלבע שעה וועגן א געקראכטע טשעק ווייל ס'געווען פרייטאג נאך די שקיעה, שיסן באנאנעס אין חיות-גארטן טראץ די בייזע וועכטער, צי אנדערע מטעמים אין פאבליק. עס איז קלאר אז מיר זענען ווייט נישט די איינציגע וואס קענען זיך צומאל אויפפירן "מאדנע", אבער למעשה זענען מיר אידן און דארפן זיך אלס דער עם סגולה מער היטן זיך אויפצופירן דוקא נאר ווי עס פאסט.

אבער אנשטאט זיך סתם נעמען באשעלטן די "פרומאקעס", האב איך היינט באשלאסן צו טון עפעס קאנסטרוקטיוו. שפעטער אין טאג האב איך אריינגעסטאפט אין א גאז סטאנציע (אין א היימישער געגנט) ווייל איך האב געדארפט "ארויסגיין". פונקט איז "ארויסגעקומען" אן אנדערער היימישער איד. איז מיר אריינגעטאנצן א מחשבה'לע אז מסתמא קומען דא כסדר אריין אידעלעך און באניצן זיך מיט דעם ביה"כ לרחצה, מיט אלע קינדערלעך אין די רייע, און אנטלויפן. אפי' עס איז אפשר נישט ממש טעכניש קיין "חילול השם" און אפשר איז עס נישט סטריקטלי געמאכט בלויז פאר קאסטומערס, שמעקט עס מסתמא נישט אזוי פאר'ן גויאישן אייגנטימער.

אלזא, ביים ארויסקומען בין איך צוגעגאנגען צום קעשיער און איך האב אים דערלאנגט א פינעווער, זאגנדיג "איך האב גענוצט די טוילעט, דו האסט מיר דערמיט צוגעשטעלט א סערוויס, און איך וויל דיר באצאלן דערפאר."

איר וואלט געמוזט זען ווי נאך א סעקונדע פון דעם שאקירטן בליק האט ער ממש אויפגעלאכטן מיט א שיינענדיגן פנים. ער האט מיר אויסגעשטרעקט די האנט און שטארק געדריקט, זאגנדיג מיט גלאנצענדיגע אויגן פיר מאל "טעינק יו, טעינק יו."

גלייבט מיר, איך האב נאך געשפירט בעסער פון אים (יותר ממה שהעגל רוצה לינוק וכו', אויך וויסנשאפטליכע שטודיעס באשטעטיגן די טיפע אלטרואיסטישע הנאה).

אבער בעיקר האב איך געשפירט אז אויף א געוויסע אופן האב איך דא עפעס "געטאן" קעגן יענעם טיר-פארקלאפער. עפעס "אויפגעטאן". און אזוי דארפן מיר אלע פרובירן טון. מיר דארפן פרובירן זיך אויפפירן ספעציעל איידל, דזשענטעל, געלאסן, צו מאכן א קידוש השם ווי נאר עס קומט אונטער. מיט אזעלכע קלייניגקייטן קען מען אנקומען ווייט.

אלזא, לאזט וויסן ווען איר מאכט אמאל עפעס א לאקאלן קידוש השם. אפשר אז איר וועט וויסן פון פאראויס אז איר וועט עס דערנאך דא אראפשרייבן, וועט עס געבן מוט צו אויספירן דעם נאבעלן אקט.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu

דער אשכול פארמאגט 58 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר