תלמידי חכמים מרבים שלום בעולם

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
האט שוין געלייקט: 786 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 780 מאל

תלמידי חכמים מרבים שלום בעולם

שליחה דורך פלעין יודיש »

יארמער רב שליט''א האט אמאל געזאגט, ער האט א ראייה אז די עולם האט נישט אינזין די ווערטער וואס זיי זאגן ביים דאווענען, דאי לאו הכי מיר זאגען יעדן טאג תלמידי חכמים מרבים שלום בעולם וכו', און קיינער שיסט נישט אויס פאר געלעכטער.
ס'איז ליידער א ביטערע געלעכטער, ווען מ'רעדט פון רבי'ס איז ליידער רוב מאל די מחשבה פאליטיק און מחלוקת, א רבי אהן א ציקריגטע ברודער איז קיין רבי נישט, און אויב די רבי האט קיין ברידער נישט ובא גואלו הקרוב אליו זיכט מען אפיר די נאנטסטע קרוב און מ'איז רעדי פאר די פייט,
פארפאלען ס'איז א זאך וואס ליגט אין די בלוט,
וויאזוי האט יענער רבי נאר געזאגט ווען ער האט זיך אנגעהויבן שלאגן מיט זיין ברידער וואס האט אים גערן פארגינען די גאנצע רעביסטעווע און איז אים בכלל נישט געשטאנען אין וועג, האט אים די ברידער געפרעגט מה פשעי ומה חטאתי כי דלקת אחרי לאמיר לעבן באחדות נעם דיר אלעס איך בין נכנע צו דיר ווי א חסיד צום רבין און שלום על ישראל, ענטפערט אים די ברידער וואס קען מען טון בליט איז נישט קיין וואסער....
וואס קען מען טון פאליטיק בויט חסידות און בויט יודישקייט (דאס איז די איינציגע היתר)
מימות עולם די ערשטע רגע פון ווען ס'איז נאר נולד געווארן די מושג פון ברידערס, קין און הבל זענען געבוירן געווארן, האט מען זיך שוין געהארגעט,
לעצטענס איז עפעס אריין א רוח טהרה און ס'איז געווארן א סטייל פון שלום, יעדער צוויי וואכן שרייען די פראנט פעידזשעס פון די היימישע אויסגאבעס און די בילדער מאגאזינען מיט גרויסע קידוש לבנה אותיות און לעבערדיגע בילדער ווי צוויי רבי'ס זיצען ביי א טיש פון געשמאקע רויטע טרויבען וואס ווערט נישט ציגערירט, און מיט נאר צוויי דריי גבאים אינטער זיך וואס ס'איז געווען א תנאי קודם למעשה אז נאר דעי לאזט מען אריין און די אנדערע זאלן שיינערהייט בלייבן נייגעריגערהייט אינדרויסן, און די נייעס איז אז נאך צענדליגע יארן האט מען שלום געמאכט און די רבי'ס האבן גערעדט צווישען זיך ווי קיינמאל ביפאר, איינס ביי איינס בעטן זיך איבער, מ'פארדעקט אלטע וואונדען און די מחלוקת גייט אריין אין די היסטאריע ביכער.
די אשכול איז געווידמעד פשוט צו מודיע זיין ווער נאך האט זיך איבערגעבטן (נאר רבי'ס און חסידות וכדו')

לעצטענס איז געווען אין די נייעס אז די צוויי תולדות'ן ברידער תוא''י און תו''א האבן גערעדט צווישען זיך פאר 22 מינוט (וליתר דיוק האבן מאנכע ציגלייגט 22 מינוט און פערצן חלקים)
דאס האט זיך אפגעשפילט ווען די תוא''י רבי איז זיך אום ערווארטעט געקימען באטייליגען ביי א בר מצוה פון זיין ברידערס א אייניקעל בנו של ר' ישראל יוסף קאהן בן האדמו''ר מתו''א, ווי באוויסט איז דאס א זעלטענהייט, מ'האט שוין געהערט פארקערט אז תו''א רבי איז געקימען קיין תוא''י, אבער ביז יעצט איז תוא''י געווען זייער אנגעווייטאגט אויף תו''א און איז כמעט נישט געקימען צו זיינע שמחות, און בתוך השמועס האט אים תוא''י רבי געלאדענט צום חנוכת הבית פון א נייע בנין וואס ווערט יעצט געבויט פאר א מוסד זיינע צו א ביהמד''ר (כ'האב נישט פילע דיטעילס).
ווי די נייעס קוועלער ריפן עס אהן, ממש ימות המשיח!!!!!

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=9Ae1j_9j7TA[/youtube]

דער אשכול פארמאגט 69 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר