ווער איז לייכטזיניג און ווער איז ערנסט?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 953
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2183 מאל

ווער איז לייכטזיניג און ווער איז ערנסט?

שליחה דורך פארוואס? »

איך דריי זיך ארום מיר, און איך באקוק די מענטשהייט, איך באטראכט די אינטערעסן פון די פארשידענע פארשוינען וואס איך בין ארומגענומען, זעה איך אז פון א געוויסע שטאנדפונקט קען מען זיי אנקוקן צוטיילט אין צוויי קאטאגאריעס:
איך וועל רופן איינעם אוריאל און דעם אנדערן רפאל, (מיכאל און גבריאל זענען שוין פארכאפט געווארן).
אוריאל איז דער יונגערמאן וואס גייט מיט תמימות, ער גלייבט אלעס וואס מען פארקויפט איהם, זוכט נישט צו איבערקליגן זיינע לערערס, ער מיינט נישט אז די אנדערע זייט איז גרינער. ער איז פארנומען מיט זיין שטעטל, זיין קהילה. ווען אוריאל קומט אין קאווע שטיבל, לייענט ער די אידישע נייעס, און לייגט צו אביסל צימעס, בעיסיקלי אלע מחלוקת׳ן אין די היסטאריע זייט קין והבל, איז דאך תלוי אין די מחלוקת פון דער רבי און זיין ברודער, און אזוי פיהרט ער זיין וועלטל. 
ווען עס קומט צו דיונים אין ענייני השקפה ומחשבה, הערט מען נישט פון איהם קיין פיפס. און אויב יא, איז עס מיטן פולסטן עם-הארצות וואס קען נאר זיין.
ווידער קומט דער רפאל, און ער ערלויבט זיך צו פרעגן ״פארוואס?״ ״אפשר נישט?״ און אזוי ווייטער. ער מיינט אייביג אז יעדע זאך דארף ער פארשטיין, און אז אלעס קען מען חקר׳נען. ער ערלויבט זיך צו פארשן עניינים שאין לנו שמץ של השגה בהם. ער קומט מיט אלע מיני לומדות׳ן אויפווייזן, אז צו זיין אויפגעקלערט איז נישט קיין כפירה, און אז צו זאגן אז חז״ל האבן נישט געוויסט די מציאות, דארף מען נישט זיין קיין אפיקורוס. 
ווידער ווען עס קומט צו אידישע נייעס, אינטרעסירט איהם עס כקליפת השם, אין ק״ש טרעפט מען איהם נישט אין צימעס ווי גרויס די טאג איז. ער האלט זיך העכער פון די אלע שטותים. בקיצור, ער איז באגראבן טיף אינעם העמק-דבר. 
מיין בליק ביז לעצטנס איז געווען, אז אוריאל איז אן ערנסטער מענטש, ער זוכט נישט צו זיין קיין אויבער-חכם, בשעת ווען רפאל איז א קאלטער לץ, א קל-דעת, ער האט נישט קיין פראבלעם צו האנדלען מיט זאכן וואס זענען זיך גובל מיט כפירה. 
אבער לעצטנס, האט זיך מיין בליק אינגאנצן געטוישט, איך האב געזעהן אין גאנצן אן אנדערע מלפני אוריאל, און מאחורי רפאל האט זיך מיר אנטפלעקט אלס אן אנדערער סארט טיפ אינגאנצן. 
איך זעה, אז דער אוריאל ער איז גאר דער לץ, דער לייכטזיניגער, ער נעמט אן די לעבן אלס א נארישע דזשאק, ווי כאילו אלע 125 ביליאן גאלעקסיעס זענען באשאפן געווארן, אז איינער אויף ראדני סטריט זאל ענדזשויען עפעס א זאפטיגע לשון-הרע. עס אינטרעסירט איהם באמת נישט צו די יסודות אויף וואס ער שטייט זענען באפעסטיגט, אידישקייט איז ביי איהם נישט מער ווי א קאלטור וואס ער מוז נאכפאלגן איהרע שטרענגע געזעצן, כדי צו האבן א געזונטע סאשעל לייף. א קשיא דארף נישט קיין תירוץ, און א תירוץ מוז נישט קיין קשיא. וואס מען פארשטייט פארשטייט מען, און וואס נישט איז נישט. 
פון די אנדערע זייט דער רפאל, ער איז אן איבערגעטראכטער מיושב׳דיגער יונגערמאן, ער נעמט אן די לעבן מיטן פולסטן ערנסטקייט, ער קען נישט פארנעמען אויב זאכן שטימען נישט, א קשיא דארף א תירוץ, א פראבלעם דארף א לייזונג.
ער וויל טאקע מאכן זיכער אז די מסורה וואס ער נעמט פון זיין טאטע און געבט איבער ווייטער צו זיין זוהן, איז נאך געבליבן אונטערן חזקה פון אין אדם מוריש וכו׳, אדער עס איז שוין געווארן א ריעותא אינעם חזקה. 
ער גייט נישט נאך זיין סביבה ווי א בלינדער מאן, ער פראבירט צו פארשטיין מיט אן ערנסקייט. איז עס דען א קינדער שפיל? דאס לעבן איז צו א טייערע ארטיקל אויף צו פארפאטשקען פאר קאלירענע בעקיטשעס. 
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום פארוואס?, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר