די וועבערמאן סומאטאכע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך בן תמליון » מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 4:36 pm

CharlesRose ‏@CharlesRose19
@OrenNYDN I finally learned how to read reports... 'no new revelations' means he actually made a super great job.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1455
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1876 מאל

הודעהדורך פארווע » מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 4:39 pm

יידל האט געשריבן:
פארווע האט געשריבן:
outspoken האט געשריבן:דער "באט" מיינט, אז קיינער CARED נישט וואס זיי זאגען, ער איז GUILTY EVEN PROVEN INNOCENT. אין די אויגן פון די פרעסע.

אה דאס האב איך געוואלט הערן! און ער איז שוין פון די ריפארטערס וואס זענענן אפיציעל נישט בייעסד.

און מר. היינס וויל נאך וויסן פארוואס אונז לייג מיר נישט קיין געוויכט אויף די "אבדזשעקטיווע" מידיע ריפארטס. ס'ארא געלעכטער...

אוטספאקן האט נישט גוט אפגעלערנט פשט.
קוק זיינע קומענדיגע טוויטס נאכן באט, ווי ער זאגט פארשידענע אומגינסטיגע זאכן (די ועד הצניעות עקזעסטירט יא, א סומאטאכע צו זי איז יא אדער נישט געזעצן אויף וו"ב שויס, צו זי האט יא אדער נישט געזאגט פאר איר חבר'טע אז "איך האב געדארפט טון וואס כ'האב געדארפט טון to get by" וכו').

איך האב שוין פריער געענפערט וועגן זיינע נאכפאלגענדע טוויטס און איך גיי דיר עס נאכאמאל שרייבן:

ביטע צייג מיך אן גענוי וועלכע פון די נאכפאלגענדע טוויטס דיסקרעדיטירט די ליין אז קיינער פון די אנדערע (וואס ווי ער טוויט שפעטער האבן זיי אפילו געוואוינט ביי נחמי'ן!) זענען נישט אביוזד געווארן דורך עם?
די ועד הצניעות עקזעסטירט יא
אשע"כ?

א סומאטאכע צו זי איז יא אדער נישט געזעצן אויף וו"ב שויס, צו זי האט יא אדער נישט געזאגט פאר איר חבר'טע אז "איך האב געדארפט טון וואס כ'האב געדארפט טון to get by" וכו'
פארוואס האסטו (במכוון?) אויסגעלאזט איין ווארט? ער שרייבט קלאר אז די אלע קלאנגען האט די פרוי denied אין איר testimony !

אלא מאי קום איך צוריק צו מיין פריערדיגע מסקנא אז ער האט שוין געפאסט זיין באשלוס אז וו"ב איז שולדיג אפגעזעהן וואס דער אדער יענע עדות וועט נאר טעסטיפייען, און דערפאר ווען ער טוויט א געוויסע סטעיטמענט וואס קען אויסקוקן גונסטיג פאר וו"ב וועט ער אבער זיכער מאכן שאינו יוצא מתחת ידו טוויט שאינו מסוכן... ווי נוטראל ער פרובירט זיך אהערצושטעלן קען אבער דאך איינער וואז איז נישט זייער נאאיוו ארויסקוועטשן וואס עס ליגט עם אין הארץ.

איי וועסטו פרעגן פארוואס איך מאך אזא עסק פון איין נערישע BUT? להודיעך אז אפילו דער נוטראלער ריפארטער איז אויך בייעסד.
פארווע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 55
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 4:57 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

הודעהדורך יידל » מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 4:41 pm

פארווע, אדער פארשטייסטו נישט וואס but מיינט, אדער מאכסטו זיך טאמעוואטע.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4329 מאל

הודעהדורך פארווע » מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 4:46 pm

גערעכט. ביי די ווארט BUT האב איך געווארפן לימענעס אויף מיין ענגליש טיטשער.

בוט (וואס?) וויאזוי ס'זאל נישט מיינען, וועסטו אויך מודה זיין אז ער האט נישט פארגינען דער וואס וועט ליינען יענע טוויט זאל אוועקלויפן מיט א גוטן טעם אין מויל, ער האט געשפירט פאר זייער וויכטיג צוצולייגן דעם BUT (אין upper case) אז דו זאלסט וויסן אז איך האב נאך עפעס אנדערש אין מיינד, ווי דו וועסט ליינען ווייטער. עפעס וואס ער האט קיינמאל בעפאר נישט געטוהן ווען ער האט געטוויט עפעס פאזעטיוו אין פעיוואר פונעם אנגעבליכע וויקטעם. (על אף וואס דארט איז געווען גענוג און נאך BUT'ס...)
פארווע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 55
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 4:57 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

הודעהדורך שעפטל » מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 5:09 pm

שעפטל האט געשריבן:נחמי' צבי בן דינה איז יעצט אויפן סטענד!

ער האט שוין געענדיגט זיין טעסטימאני. יעצט איז קראס-עקזעם
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3443
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 3450 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3365 מאל

הודעהדורך קופערניקוס » מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 5:23 pm

שעפטל האט געשריבן:
שעפטל האט געשריבן:נחמי' צבי בן דינה איז יעצט אויפן סטענד!

ער האט שוין געענדיגט זיין טעסטימאני. יעצט איז קראס-עקזעם

קרויס עקזעם כצ"ל
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 2953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4179 מאל

הודעהדורך Starbucks » מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 5:25 pm

אין אן אנדערער פלאץ, און אין אן אנדערען צייט, וואלטן אידן איצט געציטערט פחד מות. דער גלח וואלט שוין געגרייט זיין דרשה, דער פרוץ וואלט גערייצט די הינט, און די גוים וואלטן געשארפט די מעסער, זיך נוקם צו זיין אין די יידן, די קרייץ מערדער. אזא משפט וואלט געלייגט אין געפאר גאנצע שטעט און דערפלעך להרוג ולאבד למכה ולחרפה.

ווי אנדערש איז היינט, מיר זיצן דא אין טרינקן קאווע רואיג, יעדער זאגט זיין דעה, זיין בויך סברה, און די וועלט פארט ווייטער. דער משפט איז סך הכל אינטערעסאנטע מקוה נייעס פונקט ווי די חאמאס געשאסענע ראקעטן פון לעצטע וואך, ס׳רירט נישט קיינעם אהן פערזענליך חוץ די גאר נאנטע משפחה פון ביידע צדדים.

אפשר דארפן מיר אבער יא נעמן אין אכט וואס דא גייט פאר, אפשר רירט עס אונז יא אהן פערזענליך..

טראכט א מינוט, וויפיל נאך אזעליכע סומאטאכעס קענען מיר אויסהאלטן? וויפיל נאך שקאנדאלן קענען מיר פארטראגן? יעדער אזא פרשה ציפט און רייסט אוועק די צאמהאלטונג פון אונזער געזעלשאפט, מיר פארלירן טאג איין און טאג אויס נאך א קומץ יונגעלייט, נאך אפאר ווייבלעך, בגוף ובנפש. טאקע דער גלח העצט נישט, די מעסער קעגן אונז שארפט מען נישט, אבער מיר זענען פונקט אזוי אין געפאר, און דאס מאל קומט דאס געפאר מתוך המחנה.

איטליכע טענה׳ן אז מיר דארפן פשוט בעסערע פי. אר., פראביר אבער אנצוטוהן א חזרת א ריין ווייסע כלה קלייד, א חזרת בלייבט חזיר און וועט זיך ווייטער וואלגערן אין בלאטע און קוויטשען מיט שמחה טאנצענדיג אין א טאפ צואה.

דא ביי דעם קעיס האט מען מגלה טפח געוועהן אויף גניבות וואס אהן אזעליכע גניבות קען אונזער קהילה נישט אויסלעבן דעם טאג. וויפיל נאך קעיסעס וועט דארן ביז אלע אונזערע גארבידש וועט זיין אויף דיספלעי לעיני כל הגוים? ווי לאנג נאך ביז די פאליטישע פירער וועלן זיך שעמען און אונזער ד׳ אמות שטיין. וועליכע פי. אר. קען פארוואשן אונזערע שמיי-דרייעליכע פינאנצן? וויאזוי פארטיידיגט מען אונזער בתי דין, כוללים וואס גנבענען פעלל און טעפ גרענטס, וויקטים און עדות אינטימידעשאן, וכו׳ וכו׳?

שששא... הערט אייך איין שטיל וועט איר הערן די מעסערס שארפן, די הונט רינט שוין די שפייעכץ, אבער דאס מאל זענען מיר די הייצער און די שארפער, מיר קאכן זיך אליין אפ דעם טעפל צואה, נו רבותי.. גיימער כאפן א רקידה׳לע...
באניצער אוואטאר
Starbucks
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 258
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:59 pm
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 226 מאל

הודעהדורך הירשל ציג » מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 5:31 pm

Starbucks האט געשריבן:אין אן אנדערער פלאץ, און אין אן אנדערען צייט, וואלטן אידן איצט געציטערט פחד מות. דער גלח וואלט שוין געגרייט זיין דרשה, דער פרוץ וואלט גערייצט די הינט, און די גוים וואלטן געשארפט די מעסער, זיך נוקם צו זיין אין די יידן, די קרייץ מערדער. אזא משפט וואלט געלייגט אין געפאר גאנצע שטעט און דערפלעך להרוג ולאבד למכה ולחרפה.

ווי אנדערש איז היינט, מיר זיצן דא אין טרינקן קאווע רואיג, יעדער זאגט זיין דעה, זיין בויך סברה, און די וועלט פארט ווייטער. דער משפט איז סך הכל אינטערעסאנטע מקוה נייעס פונקט ווי די חאמאס געשאסענע ראקעטן פון לעצטע וואך, ס׳רירט נישט קיינעם אהן פערזענליך חוץ די גאר נאנטע משפחה פון ביידע צדדים.



און דאס איז אלץ א דאנק כ"א כסלו?
באזוכט מיין בלאג
hirsheltzig.com
באניצער אוואטאר
הירשל ציג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 4:41 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

הודעהדורך פרענטש וואנילע » מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 5:32 pm

סטארבוקס, איך הער ליידער זייער גוט די מעסער שארפען און די הינט בילען ווען ס'רינט זיי די שפייעכץ, טאקע נישט פון גלח אדער פריץ, נאר פון א אייגענע ברודער, פון איינער וואס איז געבוירען צו אידען, פון דיין תגובה הערט זיך זייער קלאר און הויעך די העצעריי בילעריי און שארפעריי...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך פרענטש וואנילע אום מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 5:33 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פרענטש וואנילע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 184
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 10:51 am
האט שוין געלייקט: 173 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 105 מאל

הודעהדורך לאדיך אפ » מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 5:33 pm

בן תמליון שעפטל און די רעסט ריפארטערס: טענקס פאר אונז האלטן אפדעיטעט! ק.נ.א. סיינינג אוט... (ראשי תיבות: קאווע נייעס אגענטור...)
באניצער אוואטאר
לאדיך אפ
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 660
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 243 מאל

הודעהדורך מורינו הרב » מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 5:34 pm

צדיק, איך האב דיר געלייקט, אבער עס קומט ליידער צו וויינען.

און יא, מען רייצט יא די הונט, דער גלח גרייט יא צו די דרשה, מען שארפט יא די מעסערליך, אבער אויף אן אנדערן וועג ווי אמאל, מער דיפלאמאטיש, א בחינה פון 'מיד אחי מיד עשו'.

אוי, דארף מען רחמי שמים.
מורינו הרב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1125
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 188 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 553 מאל

הודעהדורך אוהב דעת » מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 5:39 pm

וואס איז געשען starbucks סטאקס איז געפאלען? פליז relax, יעדער איז אנגעצוגען יעדר נעמט עס ערענסט אין פערזענליך,
די גאנצע וועלט (וואס ליינען צייטונגען און בלאגס) ווייסט פון אלע אונזערע גנבות סאיז אלטע נייעס,
די פאלעטישענס האבען זייער דיקע הויט זיי האבען נישט קיין מידת בושה, ווילאנג אונז גייען to the votes וועלן זיי אונז בעקן
איך ווייס נישט אויב אונז דארפען פארטיידיגען אונזער בתי דינים , סאיזגוט וויאזוי עס איז, עולם כמנהגו נוהג ...
אונזר כח הנהגה דארף א שטארקע תיקון!
 
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
אוהב דעת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 5:44 pm

למעשה, ווי אזוי קוקט עס אויס נאכן היינטיגן טאג?
איינעמ'ס דעת איז געווארן געטוישט מער לטובת ר' נ"ו?
וואס גייט זיין מארגן דער פראגראם?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15101
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18103 מאל

הודעהדורך בן תמליון » מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 5:48 pm

Pervaiz Shallwani ‏@Pervaizistan
Def. attorneys ask Weberman right off the bat if he ever "inappropriately touched" victim. He testifies: "never ever." #webermantrial @WSJNY

Weberman: no counseling training. Career began after approached by a family member. Since, business grown by word of mouth.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1455
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1876 מאל

הודעהדורך צדיקל » מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 6:10 pm

דער דעפענס האט געוואלט ברענגן שאלאמאן זאל טעסטיפייען
היינט צופרי איז געווען א קאנפרענס דער דזשאדזש און דער לויער און די DA, און דער דזשאדזש האט געזאגט אז אויב קומט שאלאמאן אראפ, גיייט מען אים ארעסטירן. ווייל ווען ער האט נאך געהאט זיין קעיס האט ער נישט געטארט רעדן מיט איר, און זי האט עדות געזאגט אז ער האט יא גערעדט מיט איר יענע צייטן.

ע"כ קען ער נישט קומען עדות זאגן, וואס איז ליידער א גרויסע שאדן פאר וועבערמאן, ווייל ער זאגט קלאר אז די מעשה האט מען געמאכט אלס נקמה פארן אים ארעסטירן
צדיקל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 98
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 3:23 pm
האט שוין געלייקט: 124 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

הודעהדורך אוהב דעת » מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 6:17 pm

אויב דארף מען עם ארעסטירען זאל מען דאס טון , וואס האט עס מיט דעם אז ער קומט עדות זאגען ??? זאל ער גיין און תפיסה און ארויס קומען זאגען עדות!
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
אוהב דעת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל

הודעהדורך Starbucks » מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 6:18 pm

הירשל ציג האט געשריבן:
Starbucks האט געשריבן:אין אן אנדערער פלאץ, און אין אן אנדערען צייט, וואלטן אידן איצט געציטערט פחד מות. דער גלח וואלט שוין געגרייט זיין דרשה, דער פרוץ וואלט גערייצט די הינט, און די גוים וואלטן געשארפט די מעסער, זיך נוקם צו זיין אין די יידן, די קרייץ מערדער. אזא משפט וואלט געלייגט אין געפאר גאנצע שטעט און דערפלעך להרוג ולאבד למכה ולחרפה.

ווי אנדערש איז היינט, מיר זיצן דא אין טרינקן קאווע רואיג, יעדער זאגט זיין דעה, זיין בויך סברה, און די וועלט פארט ווייטער. דער משפט איז סך הכל אינטערעסאנטע מקוה נייעס פונקט ווי די חאמאס געשאסענע ראקעטן פון לעצטע וואך, ס׳רירט נישט קיינעם אהן פערזענליך חוץ די גאר נאנטע משפחה פון ביידע צדדים.



און דאס איז אלץ א דאנק כ"א כסלו?


וועליכע פרט?
באניצער אוואטאר
Starbucks
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 258
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:59 pm
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 226 מאל

הודעהדורך צדיקל » מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 6:27 pm

אוהב דעת האט געשריבן:אויב דארף מען עם ארעסטירען זאל מען דאס טון , וואס האט עס מיט דעם אז ער קומט עדות זאגען ??? זאל ער גיין און תפיסה און ארויס קומען זאגען עדות!


שאלאמאן איז נישט גרייט צו גיין אין תפיסה
צדיקל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 98
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 3:23 pm
האט שוין געלייקט: 124 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

הודעהדורך אוהב דעת » מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 6:41 pm

מיין שאלה איז וואס האט דאס עדות זאגען מיט די תפיסה ???
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
אוהב דעת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל

הודעהדורך נס קאווע » מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 6:41 pm

וואס איז פשט פון זאגן אז אויב יענער גייט קומען עדות זאגן גייט מען איהם איינשפארן אויף א אלטע עבירה?
אויב דארף מען איהם איינשפארן שפאר איהם איין, אויב נישט שפאר איהם נישט איין, וואס האט דאס מיט די קעיס?

אוהב האקט
באניצער אוואטאר
נס קאווע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 410
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 5:56 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

הודעהדורך פארווע » מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 6:43 pm

צדיקל האט געשריבן:דער דעפענס האט געוואלט ברענגן שאלאמאן זאל טעסטיפייען
היינט צופרי איז געווען א קאנפרענס דער דזשאדזש און דער לויער און די DA, און דער דזשאדזש האט געזאגט אז אויב קומט שאלאמאן אראפ, גיייט מען אים ארעסטירן. ווייל ווען ער האט נאך געהאט זיין קעיס האט ער נישט געטארט רעדן מיט איר, און זי האט עדות געזאגט אז ער האט יא גערעדט מיט איר יענע צייטן.

ע"כ קען ער נישט קומען עדות זאגן, וואס איז ליידער א גרויסע שאדן פאר וועבערמאן, ווייל ער זאגט קלאר אז די מעשה האט מען געמאכט אלס נקמה פארן אים ארעסטירן

שמעקט נישט מיט intimidation?
פארווע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 55
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 4:57 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

הודעהדורך מורינו הרב » מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 6:44 pm

אין אנדערע ווערטער: דער דזשאדזש האט נישט געוואלט אז עס זאל זיין אזא קלארע באווייז קעגן די קעיס פון קרויס, האט ער נישט געוואלט לאזן די עדות קומען זאגן בעד וועבערמאן.

(הגם איך ווייס נאכנישט וואס ער וואלט דארט געזאגט).
מורינו הרב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1125
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 188 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 553 מאל

הודעהדורך ענן כבד » מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 6:47 pm

ס'הייסט נאר טאמער קומט ער אין געריכט קומט אים תפיסה? כאפניש.
ויהי קולות וברקים וענן כבד....... ויחרד כל העם!
באניצער אוואטאר
ענן כבד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 19, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

הודעהדורך נס קאווע » מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 6:48 pm

ענן כבד האט געשריבן:ס'הייסט נאר טאמער קומט ער אין געריכט קומט אים תפיסה? כאפניש.

ווי ס' קוקוט מיר אויס האלט ער אז ס' קומט איהם תפיסה פאר אלטע חטאים און אויב גייט ער קומען עדות זאגן גייט ער איהם עס צוטיילן
באניצער אוואטאר
נס קאווע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 410
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 5:56 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

הודעהדורך פארווע » מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 6:53 pm

נס קאווע האט געשריבן:
ענן כבד האט געשריבן:ס'הייסט נאר טאמער קומט ער אין געריכט קומט אים תפיסה? כאפניש.

ווי ס' קוקוט מיר אויס האלט ער אז ס' קומט איהם תפיסה פאר אלטע חטאים און אויב גייט ער קומען עדות זאגן גייט ער איהם עס צוטיילן

אוי! ווער ווייסט וואס ער האלט אויף מיר? א מזל כ'בין נישט אהינגעגאנגען...

ערנסט גערעדט, קוקט מיר די גאנצע שמועה אויס צו זיין הוילע שטותים.
פארווע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 55
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 4:57 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 5 געסט