דורך הדד בן בדד » דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 3:28 am
איך האב היינט נאכט געצינדן חנוכה לעכט גאר שפעט, איך שעם מיך צו זאגן ווען, ווייל איך בין פלעין געווען שוידערליך צובראכן, איך קען נישט קומען צו מיר.
יעצט גייט צוריק זייט מוחל צום אנהייב אשכול וועט איר זעהן אז איך בין געווען דער ערשטער צו שרייען אז דער גאנצער מהלך פון וויזוי זיין קאונסלינג איז צוגעגאנגען איז פעלערהאפטיג און טאר נישט איבערגע'חזר'ט ווערן, איך האב נאך דעמאלס געהאלטן אז עפעס איז נישט גלאטיג דא, אבער דאך האט דאס מיך זייער צובראכן. איך קען נישט וועבערמאן, און איך ווייס נאך יעצט נישט צו ער איז שולדיג אדער נישט. איך בין אבער כמעט זיכער אז די מעשה וואס זי האט דערציילט אין קאורט איז נישט אמת.
אבער לאמיך טרייען מיך מסדר צו זיין מייינע ווערטער. איך האב אפאר יאר צוריק גערעדט צו א גרויסן קרימינעל לויער זאגט ער מיר, אז אויב איך זאל היינט דארפן פארטיידיגן א מערדער, אדער איינער וואס האט געטרייט צו באשווינדלען א באנק, אדער נאך ערגער, די רעגירונג, וועל איך אננעמען דעם מערדער קעיס אסאך שנעלער ווי דעם שווינדל קעיס. און ער האט באטאנט אז מען רעדט נישט פון איינעם וואס האט פאקטיש אויסגעפירט דעם שווינדל, ער רעדט נאר פון איינעם וואס האט געטריייט.
און ער האט מיר אליינס געזאגט כהאי לישנא: א לאנד ווי א מארד איז א פיל קלענערער פאברעכן ווי טריייען צו שווינדלען, איז אין זייער א בעד שעיפ. דאס וווייזט אז געלט איז פיל ווויכטיגער ווי מענטשליכע לעבנס.
און דאס ווייזט אויף אונזער גאנצער (אומ)יוסטיץ סיסטעם ווי קארופטירט דאס איז.
מיינער א נאנטער מענטש איז אמאל געווען א עדות פאר די רעגירונג אין א טרייעל, און איך האב מיטגעהאלטן ערשט האנטיג ווי מען האט אים טרענירט גאנצעטע טעג מיט גאר געשולטע לויערס ווי אזוי צו רעדן אין קארט, ווואס צו זאגן, וויאזוי בייצושטיין א קראס עקזעמינעישאן, און צודעם האבן זיי אן קייין בושה צוגעלייגט צו די מעשה זאכן וועלכע זענען פאקטיש קיינמאל נישט געשעהן, און זיי האבן עס געווואוסט. און יענער איז נישט דירעקט א גרויסער חכם, און דאך האט ער געמאכט א גוטן דשאב, היינט ווען די מיידל קומט עדות זאגן, טוט זי דאס אויך נאר נאכדעם וואס זי איז דורכגעגאנגען גרונטליכע טרענירונגען, און זי איז דאכצעך מיר גאנץ א קלוגע מויד, דעריבער איז דאס וואס זי האט אזוי גוט גערעדט, קיין שום ראי' נישט.
בכלל דער געדאנק אז די רעגירונג קען אזוי שטארק צוגרייטן דעם עדות איז שוין א אנדייטונג אויף א פארפוילטער סיסטעם.
און נאך מער שוידערליך זענען די פארשריפטן. אמת, מען קען נישט ערווארטן אז עס זאלן זיין געהעריג עדים אויף יעדער רעיפ אדער מאלעסטעישאן קעיס, אבער מען דארף דאך דאס אליינס נעמען אין באטראכט און דעריבער טאקע דארף מען זיך רעכענען מיט דעם, און נישט קענען אוועקלייגן מענטש אויפן לעבן אויף אזעלכע סארט ראיות. ווי יאנקל האט שוין אויבן געזאגט, אז אזא סיסטעים וועלכע ערלויבן צו פאר'משפט'ן א מענטש אויפן לעבן, אויפן סמך פון דאס עקטן פון א שיין מיידל, איז דורכגעפוילט ביזן גרונד.
און מען קען מיינען אז די מענטשן דא באדערט טאקע אזוי שטארק שמוץ. אין אמעריקא איז דאך יעדע סארט שמוץ מותר. מותר? וואס רעד איך? עס איז גאר לויבנסווערד. און וואס מער אומווערדיגע דער מעשה איז, אלס מער לויבנסווערד איז עס. איי מיט וואס זענען זיי נאך מאראליש, מיט וואס פילן זיי זיך מער ווי די מאלפעס אין די דשאנגלען? מיט דעם וואס זיי באהאנדלען גאר גאר שטרענג מאלעסטערסס.
אבער נאך די גאנצע מעשה איז דאס גרעסטע וווייטאג אויף שמו הגדול המחולל בגוים. איך וויייס ניישט וואס צו זאגן, עס דערנענטערט זיך דעם טאג וואס עס וועט פשוט זיין א בושה צו גיין אנגעטוהן מיטן חסידישן לבוש, און די פאר וואס וועלן גיין אזוי, וועלן די בארי דיייטש'ס און ראביי האראוויץ'ס פון די וועלט אים באשרייען און באזינגען "מאלעסטער". אבער איך גלייב אז צום סוף וועט דער רבונו של עולם זיך אננעמען פאר זיין כבוד.
און צום לעצט. יא, איך בין גאר גאר דערשראקן, עס קוקט מיר אויס מער און מער אז א חסיד'ישער איד קען אין אמעריקא נישט האבן קיין פעיר טריייעל. דער קאנסטיטוציע וועלכע טוט גאראנטירן פאר יעדן בירגער א פעיר טרייעל גילט נישט ווען די רעדע איז פון א חסיד'ישן איד. און די פראקורארן ווייסן דאס, און זיי וועלן אנהייבן אפערן שווערערע און שווערערע פלי בארגענס און מען וועט נישט האבן קיין ברירה, ווייל אזוי וועט דאך נאך זיין נאך ארגער. און איר קענט זאגן וואס איר ווילט, אבער ווען דער פאוסט זאל ווען שרייבן אויף די שווארצע געמיינדע האלב פון וואס ער האט לעצטענס געשריבן אויף די חסיד'ישע געמיינדע, וואלט עס שוין געווען פארמאכט און צענדליגער לאו סוטס וואלטן זיך געהאלטן אינמיטן וועבן קעגן אירע בעלי בתים און שרייבער. אבער וווען עס איז אידן, איז אלעס מותר. יא, עס איז נוסח שטירמער, און עס איז פלעין און פשוט שרעקעדיג.
אידן, צו וועלכן לאנד קען מען זיך אריבערקלייבן. אבער ערנסט גערעדט.