די וועבערמאן סומאטאכע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 12:07 am

משולם טענענבוים האט געשריבן: אריינגעפירט ווערען אין א ספעציעלע "שעלטן אשכול"


:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

אוי וועט אזא אשכול זיין זיס צו ליינען....
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15256
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18072 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18450 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 12:11 am

שמעקעדיג האט געשריבן:
משולם טענענבוים האט געשריבן: אריינגעפירט ווערען אין א ספעציעלע "שעלטן אשכול"


:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

אוי וועט אזא אשכול זיין זיס צו ליינען....

גלייך צי יואליש'ס קללה לינק.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3817
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1896 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 12:13 am

אוהב דעת האט געשריבן:אזוי ווי איך באקום נישט קיין ענטפער אויף מיינע קשיאות וואס איך פרעג דא, בין איך איבערצייגט אז עס נישטא קיין שום פרוף אנטקעגען נחמי , הייב איך יעצט אן א הונגער סטרייק אויב נאך 2 טעג וועט עם נישט ארויסלאזען פון תפיסה גיי איך ארויסנעמען מיינע כלי מלחמה און ארויסגיין אנטקעגען די פארשאלטענע גאווערמענט, אזוי ווי מיין פוילישע זיידע האט געטאן! איך גיי נישט לאזען מייו ברודער זיצען אן קיין שום באווייז!
אונז האבען שוין געטרייט דורן, אונז האבען שוין געגעבן מתנה (די וואטס ) ,יעצט איז צייט למלחמה !!!!
ווי קען מען קויפן א גאן??????  

וואס איז מיט התגרות באומות? די רבי זי"ע וואלט דאס זיכער נישט צוגעלאזט.

פיקציע האט געשריבן:היינט שיקט מיר איינער א פאוסט פון דער OTD'ניק יושע בערגער וועלכער האט אנגעפירט מיט די הפגנה כ"א כסלו ווי ער שימפט און שוימט פארוואס דייטש און קרויס ווייסן נישט צו דאנקען פאר די אף די דרך געמיינדע אויף זייער שטיצע דורכאויס די סומאטאכע:

and as expected, not a single thanks to the secular or OTD community that had the backs of religious victims and their families when their 'supporters' were scared to be seen or heard throughout the process...of course we didnt protest, show up in court or do anything else to get thanx, but to listen to people giving thanx to god and throwing praise around for judaism when it was those elements that stood in the way of justice and it took secularism and us non conformists to break the walls of silence is repulsive... so yeah, a big F--- YOU to all u religious ingrates that are so f---ed in the head u still give thanx to some idiotic god that allowed the rape and molestation to take place initially... a freilichen chanukkah

גראדע האט בארי דייטש אויף די זאב ברענער שוי באדאנקט די סאפארט פון אינסייד, און אינדרויסען פון די קאמיוניטי.

קופערניקוס האט געשריבן:איך וויל ווידערהאלן מיין בקשה אז די דאזיגער אשכול דארף ווערן אפגעשפארט. עד מתי יהיה אשכול זה לנו למוקש?!

איי בעג טו דיסאגרי, נאך אביסל וועט זיך די עולם בארואיגן, און מ'וועט צוריק קוקן מיט א געלאסע געמיהט וועט מען זען ווי ווייט מ'קען פארפארן ווען מ'נעמט א דיסקוסיע צו פערסענאל, ווי די לאגיק איז כחלום יעיף, און די קללות זענען פורחות באוויר.

אבער דאס יא, ס'וואלט געווען א עצה אז ווען ס'קומט צו אזא האקעלע נושא זאלען קיין נייע ניקס נישט קענען אריינרעדן, ספעציעל ווען מ'זעט ווי ס'שפראצן ארויס ניקס ווי שוואמען נאך א רעגן.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6948
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7585 מאל

הודעהדורך באשטעטיגט » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 12:14 am

איך וויל נישט מזאל אפשפארען ,איך האף נאך אז עס וועט נאך נתברר ווערען כשמלה וואס די אמת איז ,ווער ווייסט
באשטעטיגט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 227
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 674 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 150 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 12:18 am

איך האב הנאה צו זעהן ווי מען קומט עטוואס נענטער צו אן עמק השווה,

דאס הייסט, רוב זענען נישט זיכער מיט זיין שולד, ווי אויך נישט מיט זיין אומשולד,

כי פליגי?

ווען מען שיקט אים ווען צוויי יאר אין תפיסה, וואלטען רוב זיך געווישט די נאז און געגאנגען ווייטער,

השתא, אז עס ווארט אים א סענטענס פין לייף,

איז די שאלה אזוי, אי נימא, אז וויבאלט א סענטענס פין לייף איז נישט יושר, פארדעם זאל מען אים ארויסלאזען פריי, און מען טאר אים נישט אנקלאגען אין געריכט בכלל, או דילמא, מען זאל אים אנקלאגען, און וואס וועט זיין וועט זיין.

ע"כ המחלוקת.

מען קען זאגען צדדים לכאן ולכאן, און וואס איך האלט ווייסען שוין רוב און מען דארף נישט איבער חזר'ן, ווי אויך וואס אנדערע האלטען ווייסט מען אויך.


א וויכטיגע נקודה למחשבה דא, אסאך האלטען אין איין איבער שרייבען אז די אמעריקאנער יוסטיץ סיסטעם איז קאראפטירט און גיט צופיל יאר פאר א מאלעסטער.

מיין נקודה איז, היות כידוע איז דער יוסטיץ סיסטעם געמאכט פאר גוים בעיקר, פרומע חרדים ווי אונז זענען דאך ממש א מיעוטא דמיעוטא, ניטאמאל איין פראצענט פין איין פראצענט פין די באפעלקערונג אין אמעריקא, דאס איז זיכער אז פאר גוים מאכט סענס אז ווען איינער טוט דאס צו א מיידל, דארף מען אים איינשפארען פאר לייף, ווייל היות ער איז חולה לאותו דבר ווערט ער עס זיכער טוהן נאך אמאהל און נאך אמהל ווען ער קומט ארויס.

אלזא, קומט דאך אויס אז די יוסטיץ סיסטעם אין אמעריקא איז גוט. נאר וואס דען? זיי וואלטען געמעגט פארשטיין אז פאר אונז אידען קומט צו זיין אן אנדערע סיסטעם, אידען האבען א נשמה, און ווען מען גיט זיי א קליינע עונש וואלטען זיי שוין נישט ריזיקירט צו טוהן אזעלכע אקציעס. און דער אמת איז, אז אזוי איז דאך געוועהן, פאר יארען לאנג האט דער די עי טשארלס היינז געקוקט אין דער זייט אויף וואס האט זיך אנגעטוהן צווישען אונז, און זיך איינגערעדט אז מען נעמט אליין שריט אויף צו קלינען די מאלעסטערס, און באשיצען דער קרבנות.

און זאל מיר איינער מסביר זיין וואס דאס איז אויב נישט א מלכות של חסד, ווי נאך אין דער וועלט וועט איר טרעפען א מדינה וואס א די עי וועט קוקען אין דער זייט אויף וואס טוט זיך אפ ביי חרדים און לאזט זיי אליין דן זיין דיני נפשות ווי דאס.

און וואס איז געשעהן?

געשעהן איז אזוי, טשארלס היינז האט געטוהן זיינס און געקוקט צו דער זייט, אבער "אונז" יא "אונז" האבען נישט געטוהן אונזערס און מיט דעם געזונדיגט גאר שטארק,

מען וואלט געדארפט אויפשטעלען בתי דינים וואס זאלען דן זיין די דין תורות פאר די ענינים, און אויסהערען אלע צדדים, און פסק'נן וואס דער באשולדיגטער מעג און טאר נישט, (למשל טאר נישט האבען קיין צוטריט צו חינוך דזאבס, טאר נישט גיין אין א מקוה וכו'), און ארויסגעבען א פאפיר בפומבי אויף פארשידענע פין די סכנות'דיגע מענטשען אז מען זאל זיי נישט אויפנעמען פאר מלמדים, און געבען א פסק כתוב וחתום אז אויב יענער איז עובר אויף דעם פסק בית דין גייט מען תומ"י צו ערכאות אהן קיין שום טענות ומענות.

דערווייל אבער האט מען גארנישט געטוהן, קינדער זענען געפייניגט געווארען דורך מיאוסער נידריגע עלעמענטען, אמאהל איין מאל, און אמאהל יארען לאנג, און ווען מען האט אויסגעפינען איז נישט געוועהן צו וועמען צו גיין, דער רב האט געשיקט צו יענעם, און דער עסקן האט גערעדט גראב, און דער בדחן האט געלאכט, און דער אינגעל איז ווייטער געווארען געפייניגט.

אזוי האבען מיר אלע געזינדיגט, און פארשטייט זיך אז דער עיקר שולד ליגט אויף די ראשי העדה, ווי עס שטייט אין פסוק ואשימם בראשיכם, און נישט אלע ראשים זענען די זעלבע שולדיג, מאנכע האבען יא געטוהן אין זייערע קהילה וואס מען דארף, געשטעלט שומרים ביי די מקוה'ס און די בית כסא'ס, געווארענט די מאלעסטערס כסדר, און געמאנט און געפאדערט פין זיי, אז זיי זאלען גיין אויף טעראפי וכו' וכו', אבער פאר די כלל איז נישט געוועהן קיין שום סענטראלע פלאץ ווי מען זאל דאס דן זיין.

ממילא, כשאין דין למטה, יש דין למעלה, און ווי מיר אלע גלייבען אז דער אויבערשטער פירט דער וועלט, ולא ינוח שבט הרשע על גורל הצדיקים, און ווען אונז האבען נישט דן געוועהן ווי עס דארף צו זיין, און געווארען א גרודער און די גאס, און די צייטונגען האבען אויפגעפאדערט פין טשארלס היינז היתכן ער טוט א זאך כזה, און ער האט אפילו נישט געקענט אנווייזען און זאגען אז "זיי", מיינט מען "אונז", האבען אן אייגענער סיסטעם וואס מען נעמט קער פין די ענינים, ווייל דער אמת איז געוועהן אז מיר האבען נישט געהאט קיין שום סיסטעם.

איז אין דער קעיס, איז נעבעך געפאלען דער גורל אויף וו"מ צו זיין א קרבן צבור, און ער איז נישט אן אומשילדיגער קרבן, נאר כלפי די חומרא פין זיין עונש איז ער א קרבן, און ער ווייזט פאר "אונז", נעמסט אכט אויף אזעלכע מענטשען ווי מיר, לאזט מיר נישט זינדיגען, העלפטס מיר ארויס פין מיינע וויסטע תאוות, לאזט מיר נישט גיין אין תפיסה מער.

איז דער איינציגער תיקון עולם וואס מיר דארפען מאכען, איז יעצט שטעלען א נאטראלע בית דין, וואס זאל אויפנעמען די טענות פאר די ענינים, און אזוי ארום וועט זיך אנשטילען די חרון אף, ולא ישמע שוד ושבר בגבולנו.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך איחוד פעלד אום דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 12:32 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1647 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 12:22 am

מקען זען פון תורה ודעת אז דער עולם איז אריינגעטוקן און סעמאטאכע.
איך בין געווען זיכער אז איך וועל די האלבע שעה ביים לעכט קענען לערנען און קונה זיין איבערן בית יוסף קשיא נארמאלע תירץ אדער קשיא מיעקרא ליתא,
איבער די סמאטכע פארוואס רבינו הק' דערמאנט כמעט נישט די הולכת חנוכה, די סאמאטכע איבער חג הנירית און יוסיפן.
גארנישט סטויט, כ'האב כמעט פארגעסן אז ס'חנוכה.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3817
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1896 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 12:33 am

נולד מאוחר האט געשריבן:מקען זען פון תורה ודעת אז דער עולם איז אריינגעטוקן און סעמאטאכע.
איך בין געווען זיכער אז איך וועל די האלבע שעה ביים לעכט קענען לערנען און קונה זיין איבערן בית יוסף קשיא נארמאלע תירץ אדער קשיא מיעקרא ליתא,
איבער די סמאטכע פארוואס רבינו הק' דערמאנט כמעט נישט די הולכת חנוכה, די סאמאטכע איבער חג הנירית און יוסיפן.
גארנישט סטויט, כ'האב כמעט פארגעסן אז ס'חנוכה.


גיימיר טאקע מתקן זיין, מיר גיימיר אהין אביסעל זיך מפלפל זיין.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1647 מאל

הודעהדורך משה געציל » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 1:07 am

משולם טענענבוים האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:קופארניקס, נא וועי ח''ו אפשפארן ווער סגלייכט נישט זאל נישט ליינען.

משה געציל האט געשריבן:איך בין הונדרעט פראצענט איינשטומיג מיט ר׳ קופערניקס׳ן, א יעדעס מאל איך בין אריין געקומען אין דעם אשכול האב איך מיך אנגעטאן די שטיוול מיטן באלעט פראוו וועסטל. גענוג איז גענוג, איטס טיים טא געט בעק טא לייף און לאזן דעם העכסט באלערנדן הענגל רוהן רוהיג במקום מנוחתה.
ת.נ.צ.ב.ה.


זיי מוחל פארקויף דיינע שטיוועל אין וועסטעל אויף איבעי אין קום נישט אריין אין דעם אשכול, איינער האט דיר געצווינגען צי דא אריינקומען ?, קיינערנישט,

יא געצווינגען נישט געצווינגען, נישט דאס איז געווען מיין פוינט. איך האף דו פארשטייסט אז איך האב עס נאר געזאגט לשבר את האוזן ווי אנגעצויגן די אטמאספערע איז דא.
וועסט פרעגן וואס שטערט מיר אז יענער שרייבט יא דא? ווען די רעדע איז פון א ניק וואס מען הערט נישט פון אים גארנישט באלערנד, ער איז נאר געבוירן געווארן מיטן איינעם ציל צו לאביאירן פאר א געוויסע צד, געזונטערהייט. אבער ווען מען רעדט פון ניקס וואס איך פארברענג שוין מיט זיי א לאנגע צייט, און איך קען נישט כאפן מיט זיי א נארמאלן שמועס פשוט ווייל זיי זענען מוראדי׳ג צוקאכט אין דעם פרשה, באדערט עס מיר, און איך שפיר אז עס קלאפט אראפ אביסל דעם ניווא און אינטאליגענציע פונעם שטיבל.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2957 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2758 מאל

הודעהדורך הדד בן בדד » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 1:12 am

משה געציל, אבער פון די אנדערע זייט ווייזט עס אויך אז די אידן מיט וועמען דו פארברענגסט שוין אזוי א שטיק צייט זענען נאר מענטשן, און זיי האבן געפיהלן וועלכע ווערן אמאל צוקאכט. פארוואס ווילסטו דאס אפשטעלן, זיי האבן דאך א רעכט צו ווערן צוקאכט. אפשפארן דעם אשכול צוליב דעם איז סעלפיש.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 843 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1128 מאל

הודעהדורך ענן כבד » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 1:32 am

"@UJOofWilliamsbu: Rabbi David Niederman of U.J.O. 2 appear thursday night on Zev Brenner Radio show & Saturday night on @HikindDov show about #WebermanTrial"
ויהי קולות וברקים וענן כבד....... ויחרד כל העם!
באניצער אוואטאר
ענן כבד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 19, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

הודעהדורך מורינו הרב » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 1:42 am

איך האלט אז עס איז וויכטיג אז נארמאלע מענטשן זאלן אריינרופן, געבן חיזוק פאר ר' משה דוד. ווייל גאנץ מעגליך אז עס וועט זיין א פלייץ פון אפגעפארענע וואס וועלן אריינרופן שעלטן - א זאך וואס וועט געבן קאראזש פאר יענע חברה צו ווייזן אז דער עולם איז מיט זיי, היל"ת.
מורינו הרב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1125
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 188 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 553 מאל

הודעהדורך יואליש » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 2:25 am

ס'איז זייער מערקבאר אז מ'האט ביז היינט נישט געהערט פון ר' משה דוד איבער די פרשה. כ'בין זיכער אז אינטער די קוליסן האט ער געהאלפן מיט טאט און ראט פאר די וועבערמאן משפחה, אבער אלס א לעגענדארער עסקן מיט שכל האט מען נישט געהערט פון אים ברבים. ס'וועט זיין אונטערעסאנט צו זעהן די שטעלע וואס ער גייט נעמען אויפן זאב ברענער פראגראם. ווער נאך ווי ער קען משיג זיין די טיפע מאראסט אין וואס מיר האבן זיך איינגעטינקן. כ'בין זיכער אז די גאנצע עסק שאדט אים אין זיין פעלד פון עסקנות, ווען מענטשן קוקען אונז אן פאר קאנאבאליסטן און זיכן זיך נישט צו אידענטיפיצירן מיט אונז. ס'איז ביטער.
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2525
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1600 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3919 מאל

הודעהדורך מורינו הרב » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 2:29 am

איך טראכט אז דארט וועט אויך ארויפקומען די רייכמאן פרשה. מסתמא וועט דזשאו פאנדזשעלאו אויך ארויפקומען און שעלטן.

בקיצור, מען דארף אריינרופן געבן חיזוק.
מורינו הרב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1125
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 188 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 553 מאל

הודעהדורך יואליש » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 2:34 am

לגבי אפשארן דעם אשכול: הגם די מאטיוו איז נאבעל, און כ'בין הונדערט פראצענט איינשטימיג אז די נושא ברענגט א פירוד אין די געשמאקע פאמיליע, אבער אפשפארן איז נישט א מהלך. ערשטענס ווייל דאס שמעקט פון צענזור, צו וואס איך בין זייער עמפינדליך. צווייטענס איז עס נישט פראקטיש. די סיבה פארוואס די געפילן לויפן דא אזוי הויעך און פארוואס קיינער קען נישט אוועקקריכן פון די נושא איז ווייל דאס איז פון וואס די גאנצע גאס רעדט יעצט, אין מקוה, און שול, און פאר גאד'ס סעיק ביי חנוכה פארטיס. אויב וועט מען אפשפארן די אשכול, וועט די נושא אויפשפרינגן אין יעדע אנדערע אשכול (כ'קלער נאך וויאזוי צו פארבינדן אסטראנאמיע מיט וועבערמאן), און דאס איז ווייל מ'קען נישט דערשטיקן וואס ליגט א מענטשן אויפן הארץ.

איך ווייס פון אינגעלייט וועלכע האבן געהאט הארץ ווייטאג יעדעס מאל מ'האט דא געשריבן מיט זלזול קעגן די וויקטעם בפרט און מינימיזירט די שאדן פון מאלעסטעשאן בכלל. אעפ"כ האבן זיי זיך געהאלטן צו א ציווילע דיסקארס, פרובירט צו רעדן לאגיש און געמאסטן. ווייל אזוי רעדן ערוואקסענע אינטעלעגענטע באזעסענע מענטשן. ס'איז צום האפן אז די געמיטער וועלן זיך אפשטילן און די פאמיליע וועט זיך ווידער צוזאמקומען אין פריידן און הנאה האבן אינאיינעם.
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2525
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1600 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3919 מאל

הודעהדורך משולם טענענבוים » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 2:38 am

משה געציל האט געשריבן:יא געצווינגען נישט געצווינגען, נישט דאס איז געווען מיין פוינט. איך האף דו פארשטייסט אז איך האב עס נאר געזאגט לשבר את האוזן ווי אנגעצויגן די אטמאספערע איז דא.
וועסט פרעגן וואס שטערט מיר אז יענער שרייבט יא דא? ווען די רעדע איז פון א ניק וואס מען הערט נישט פון אים גארנישט באלערנד, ער איז נאר געבוירן געווארן מיטן איינעם ציל צו לאביאירן פאר א געוויסע צד, געזונטערהייט. אבער ווען מען רעדט פון ניקס וואס איך פארברענג שוין מיט זיי א לאנגע צייט, און איך קען נישט כאפן מיט זיי א נארמאלן שמועס פשוט ווייל זיי זענען מוראדי׳ג צוקאכט אין דעם פרשה, באדערט עס מיר, און איך שפיר אז עס קלאפט אראפ אביסל דעם ניווא און אינטאליגענציע פונעם שטיבל.


כ'האב נישט קיין טענות אז ס'באדערט דיר, אבער די קענסט זיי נישט איינטיילען וואס צי ליינען אין וואס נישט, נאר ווייל די ווילסט זיי זאלען פארברענגען מיט דיר, זיי זענען נישט דיין אייגענטום, זיי זענען מענטשען מיט א אייגענע בחירה, אין די האסט נישט קיין רעכט זיי צי איינטיילען, סימפעל אז דעט,
משולם טענענבוים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 115
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 1:21 am
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

הודעהדורך יואליש » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 2:47 am

מורינו הרב האט געשריבן:איך טראכט אז דארט וועט אויך ארויפקומען די רייכמאן פרשה. מסתמא וועט דזשאו פאנדזשעלאו אויך ארויפקומען און שעלטן.

בקיצור, מען דארף אריינרופן געבן חיזוק.


אויב איך מעג ארויסהייבן א נקודה און כ'האף אז כ'וועל נישט רייבן קיינעם די ראנג וועי.

ביי אונז חסידים איז דא אזא אינסטינקט פון "לאמיך אים זאגן פונקטליך וואס איך האלט, זאל ער וויסן איינמאל פאר אלעמאל, און כ'וועל עס זאגן ווי העכער, ווי מער מאל, און דורך ווי מער מענטשן" פארשטייט זיך אז דאס איז נישט אלעמאל בייהילפיג. אויב נעמט איימיצער א פאזיציע וואס איז זייער געמיין אין די אויערן פון די צוהערער, טיט ער זיך נאר שאדן מאכן מיטן צייגן אז ניטאמאל באגרייפסטו אז דו מאכסט פון דיר א טאטלע FOOL, אדער ערגער, מאלסט זיך אפ אלס אן אומערצויגענע אכזר.

כלפי מה דברים אמורים. ס'איז וויכטיג צו פארשטיין, אז א דרויסענדיגער האט נישט די זעלבע געפילן ווי רוב מענטשן אינסייד האבן. צו זיי קוקט אויס זייער נארמאל די גאנצע גילטי פסק. וועבערמאן האט געהאט זיין דעי אין קאורט און ער איז געפינען געווארן שולדיג. די סענטענסינג געזעצן זענען נישט געמאכט געווארן נאר פאר וועבערמאן, מענטשן פאר אים האבן באקומען אזוינע הארבע שטראפן, און מענטשן נאך אים וועלן עס באקומען. צו זיי אויב איינער וויל נישט אנעמען די פסק, שרייט אז די די עי איז א רשע, די זשורי זענען טפשים, די פאלציי זענען פארפוילט, די קארעקשענס דעפארטמענט רוצחים, די געזעצען מידות סדום, די מידיא אנטעסימיטן, און וועבערמאן א צדיק - דאס טיט נאכמער צעמענטירן די מיינונג אז די מענטשן לעבן אין א הייל און זענען אוט אוו טאטש און האבן נישט דאס ביסעל רחמנות וואס יעדער מענטש וואלט געהאט כלפי די וויקטעם.

ממילא חכמים הזהרו בדבריכם. דאס וואס דו ריפסט "אריינרופן געבן חיזוק" קענען מאנכע אנעמען אז מ'ברויך דא "גיט אריינגעבן" פאר זאב ברענער און אויסגיסן דאס גאנצע הארץ ברבים. אבער די אפעקט קען זיין זייער קאנטער פראדוקטיוו.
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2525
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1600 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3919 מאל

הודעהדורך מורינו הרב » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 2:52 am

אוודאי דארף מען גיין בהשכל ובדעת, אבער עס איז וויכטיג צו וויסן אז זאב בראנער שאו איז מער ווייניגער פאר אונזער עולם (אידישע) און איז נישט געצילט פאר די גוי'אישע גאס.
מורינו הרב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1125
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 188 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 553 מאל

הודעהדורך יאנקל » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 3:09 am

מארסי העמילטאן, א בארימטע עקספערט אויף קאנסטיטוציאנעלער געזעץ און ארויסגעבערין פון עטליכע ביכער אויף דער סוגיא, האט נארוואס געשריבן איר איבערזיכט אויף דעם יאר 2012, אנצייכנדיג די וויכטיגסטע לעגאלע קעיסעס וואס האבן געהאלפן קרבנות פון סעקס-אביוז.
דער ערשטער אויף דער ליסטע איז דער וועבערמאן-קעיס. זי רופט וועבערמאן "א פארדארבענער פעדאפיל וועלכער פארדינט די מאקסימום שטראף," און ברענגט ארויס אז דער עיקר אויפטו פון דעם קעיס איז אז עס איז געבראכן געווארן די מויער פון שטילפארשווייגעניש אין דעם "סאטמאר קאמיוניטי".

אגב, היינט איז אויף דער ערשטער זייט פון "ניו יארק טיימס" ערשינען אן אינטערעסאנטן ארטיקל איבער דעם שטארקן און ווילדן האנט פון יוסטיץ, און ווי כמעט-אומשולדיגע מענטשן ליידן צומאל גאר א סך. ער איז דערציילט געווארן א מעשה פון א פרוי וועלכע איז 15 יאר צוריק פאראורטיילט געווארן צו לעבנסלענגליכער טורמע אן פאראל ווייל מען האט געפינען א פעקל קאקעין וואס איר חבר האט איבערגעלאזט אין איר הויז.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3797 מאל

הודעהדורך יאנקל » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 3:38 am

עס איז אינטערעסאנט צו לייענען וואס הירשל ציג האט געשריבן נאך דעם וועבערמאן פסק. ציג איז דורכאויס דעם געריכט געווען מער נוטה לטובת וועבערמאן. ער איז געווען שארף קעגן דער אנדערער אנטי-חרדישער זייט און האט אזוי געשריבן אויף זיין בלאג, און דוכט זיך אויך דא אין שטיבל. אבער יעצט שרייבט ער אז ער האט געהערט א נאנטער עדות'שאפט פון א קרוב פון אן אנדערן אנגעבליכן קרבן, וואס יענער איז א חלק פון דער קאמיוניטי און האט בכלל נישט קיין אינטערעסע צו באשמוצן. ציג זאגט אז יעצט קען ער שוין נישט שרייבן קיין גוט ווארט אויף וועבערמאן.

http://theantitzemach.blogspot.com/2012 ... ke-on.html
Dear readers: I had in mind to write a lengthy piece as soon as I heard the verdict. I did not feel good about it, not because I was so convinced that he was innocent, but because it didn't seem anything was proven beyond a reasonable doubt, and also because of who was on the other side. I'm sharing with you what my initial feeling was at that time. Ultimately it seemed like I could not be excited that he was found guilty when so many of those who really despise frum Jews were out to get him. They have hijacked this cause and now make it seem like they care about our kids more than we do. And we are to blame for this. Once we deal with this in a sane and just manner we will gain back some control of our communities. And the more we close our eyes to this the greater the damage. I realize that for the older generation it may be difficult to believe that stuff like this happens, especially at the hands of "pious" and "good" people, but we've been seeing this over and over again. Then I was privy to new information about Nechemia, and it wasn't good. Not from any self-proclaimed "child advocate," but from a close relative of another alleged victim. Someone who is very part and parcel of the establishment. He has no bones to pick, until now. Now NW is a monster to him too. Upon hearing this I decided that I could not in good faith write any words in his defense, even if it's just that the trial was skewed against him. So what we're left with is Chaim Berlin Tragedy's harsh take on reality. Truth be told I would not write some of the "terms of endearment" that he does, but sometimes I have no choice
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3797 מאל

הודעהדורך יואליש » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 3:58 am

כ'פארשטיי נישט די לאגיק פון פארטיידיגען וועבערמאן "ווייל" די שקצים זענען קעגן אים און ניצן עס אויס צו באשמוצען די געמיינדע. איפוך, אויב מיר וואלטן געהאנדעלט ריכטיג וואלט דאס אוועקגענומען די געווער פון ווער ס'וויל אונז באשמוצען. יעצט אז מיר האבן זיך נעבעך אינוועסטירט דאס גאנצע רעפוטאציע אונזערע אין וועבערמאן, און דאס אמת ווערט צוביסלעך מער און מער באקאנט פאר די וועלכע זענען אפען צו איר, האבן מיר אהינגעגעבן דאס גרעסטע געווער פאר די וועלכע ווילן אונז באשמיצען.
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2525
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1600 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3919 מאל

הודעהדורך gehlungen » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 8:28 am

הבדלה וויין האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:כאניש געהעט קיין טראפ צייט צו קאמענטירן זייט די ווערדיקט,
כעל עוד הפעם זיין זייער אנעסט, איך ווארן שוין אז ס'העט מעגליך נישט שמעקן פאר אסאך, ראו הזהרתוך,

איך בין זייער פיסט און פראסטרעיטעד,
ניין נישט אויף די נ.י. פאוסט, און נישט אויף טשארלס היינס,
איך האב דאך לכתחלה פאראויסגעזאגט אז דער וועבערמאן האט קיין שום שאנס צו פרייגעשפראכן ווערן,

כעל פרעגן א שאלה ניסוח "מייקל סעוועדש", (אויב מ'ווייסט נישט ווער דאס איז איז אויך גוט)
איך בין נישט קיין לויער, קיינמאל פראקטיצירט געזעץ, איך האב אויך נישט קיין פערזענליכע עקספיריענס און קרימינאלע קעיסעס,
איך בין קיין שום הויכגעשפריצטער אקטיוויסט, אדער איינער וואס ווייסט וואס טוט זיך ביי די הויכע פענסטערס,
איך בין א אחת מני אלף חסיד פון נ.י., א נאו נעים,
פארוואס איז דאס אז איך האב געוויסט וואס עס גייט געשען
און קיינער פון די עסקנים האט עס נישט געהעריג פאראויסגעזעהן, און נישט באצייטענס אפגעשטעלט דעם סירקוס בעוד מועד,

לאמיך אייך זאגן מיינע ברודער קלאר און דייטליך,
דער וועבערמאן האט פראקטיצירט פעדעפיליע קעגן דעם פרוי,
ניין כאניש קיין הארטע באווייז, כאניש קיין עדי ראי'
דער אנקלעגער איז טאקע א פראסטאק, און וועבערמאן א חסידישער איד בחזקת כשרות,
און קען טאקע זיין אז ע"פ תורה וואלט מען איהם נישט געקענט מחייב זיין,
אבער נישט קענען מחייב זיין מיינט נישט אז ער איז אומשולדיג,
ס'לייגט זיך טאקע נישט אויף שכל אז א נארמאלער מענטש זאל טאן אזאלעכע שענדליכע מעשים,
אבער אומעגליך איז דאך עס נישט,
און דאס אז א מענטש שטעלט זיך אויף א וויטנעס סטענד, שילדערט א געשיכטע מיט פונקטליכע דעטאלען פאר א דשאדש און א דשורי,
בשעת זי ווייסט גוט אז דאס קען אומגליקליך מאכן וועבערמאן מיט זיין משפחה אויף לעולם ועד,
דאס איז נישט קיין אבי "הי סעיד שי סעיד", דאס סאך אסאך ווייטער ווי סתם ריווענדש,
ס'איז פשוט דום אזוי צו קלערן,

ווי גערעגט לאמיר זאגן דער פרוי איז אויף וועבערמאן, און ווי א גרויסער אויסווארף זי זאל נישט זיין,
א מענטש וועט קיינמאל טון אזא עקסטרעמע זאך פאר רעווענדש, ס'פשוט נישט קיין קאמאן סענס,

גראדע איז שוין געווען אזא מין זאך פון פאלשע קלאגעס און אמעריקע,
אפאר יאר צוריק האט מען געמאכט א בלבול קעגן 4 סטונדענטן פון דוק יונעווערסעטי אין נארט קאראליינע,
אבער דארט איז דער אמת ארויסגעקומען פאר די טרייעל האט זיך אנגעהויבן,
כמעט קיין שום קעיס וואס איז אנגעקומען ביז א דשורי דעליבערעשן איז געווארן פרייגעשפראכן,
ס'פשוט נישט מעגליך אז אזא ליגנט זאל זיך האלטן אזוי לאנג,

צוריק צו מיין פוינט,
ס'עגבערט און קרענקט אין מיר א קשיא, פארוואס האט מען גענומען אלע חסידים פון ניו יארק אויף א ווילדע רייד,
דורך פשוט אומבאהאווענטע אומוויסענדע א"ג עסקנים,
וואס ווייסן נישט אז ווען א פרוי מאכט אזא הארבע באשולידגונג מיינט דאס אז רגלים לדבר וצריך בדיקה
וואס ווייסן נישט אז אזא סארט קעיס איז כמעט נישט מעגליך צו געווינען,
זיי זענען מיר און דיר שולדיג א פיוס,
האבן די עסקנים שוקל דעת געווען צו איז איז די קעיס טאקע ווערד צו אריינשלעפן און ריזיקירן די כבוד פון דעם טיפישן שטאפענע הוט איד,
זיכער נישט,
פאר דעם אליין אז ס'איז א נישט געווען קיין שום רעאליסטישע שאנס פאר סוקסעס

אפי' לאמיר זאגן אז ס'טאקע געווען בלבול,
דאס אליין איז געווען גענוג סיבה צו פירן די קאמף פריוואט און נישט אריינשלעפן די גאנצע שטאט,
על אחת כמה וכמה וואס איך גלויב אז ס'ליידער נישט געווען א "עלילה 75"
ודי בזה.



איך האב דאס כמעט די זעלבע ווערטער געשריבן אויף איי-וועלט און מען האט עס אראפגענומען פון דארט, די גאנצע קעיס איז געפירט געווארן דורך אזאלכע עסקנים ווי קלאר- צימערמאן, וואס ווייסן איין זאך צו גיין מיט די קאפ אין וואנט אריין, נישט פעיסען ריעליטי, און אפילו יעצט מיט די אלע העצע קאמפיינס וועט מען נישט גארנישט אויפטוען לגבי גרינגער מאכן די שטראף פאר ר' נחמי', עס קען נאך העלפען אסאך רחמי שמים, אז די דזשאדזש זאל נישט געבן אזויפיל יאר פאר אים.

וואס טוט מען אנשטאט דעם? מען רייצט אויף דעם עולם (און די עולם איז טאקע אויפגעשוידערט), און עס ווערט געטוען אזא מעשה ווי די בליעטש קעגן נחום, (איך זאג נישט אז וועבערמאן אדער די עסקנים איז שולדיג אויף דעם), וואס וועט די דזשאדזש טוען? ער וועט וועלן שיקן א מעסעדזש פאר די קאמיונעטי און ער וועט זיך באגיין מיט ר' נחמי' מיט די ארגסטע, און קיינער קען אים נישט איינטיילן וואס צו טוען און ער דארף אויך נישט געבן א דין וחשבון פאר קיינעם.

געדענקט עס איז פיקוח נפש און יעדן טאג ווייניגער וואס ער באקומט איז א ישועה מן השמים און אלץ איד מעג מען אפילו מחלל שבת זיין אז א איד זאל זיצן אפילו א טאג ווייניגער אין תפיסה.

און יא מען מעג זיך אפילו אראפזעצן מיט נחום ראזענבערג צו פרובירן אפשר וועט ער זען אז די ווייבל זאל זיך מרחם זיין און בעטן די דזשאדזש אז ער זאל זיין ברחמנות.

א חוץ טאמער צוליב די אייגענע כבוד וועט מען לאזן ר' נחמי' פארפאלען ווערן פאר אייביג, און ארויסקומען נאר אין אן ארון, יא עס איז דא א מעגליקייט אז אפילו יעצט זאל די דזשאדזש געבן למשל נאר 15 יאר.

I think you are 100% rite we should sit down with R' J. Horowitz & we should beg HIM that he & all the VICTIMS should be in court when sentencing & THEY should ask from judge Rachmones maybe that CAN &WIlL eyh"shm help !
gehlungen
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 681
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:05 am
האט שוין געלייקט: 213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

הודעהדורך קפנדריא » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 4:30 pm

זיי נישט נאיאיוו, מ'האט צו טון מיט שלעכטע מענטשן, מענטשן וואס ווילן סעליברירן אז א איד זיצט אין תפיסה, און אין איינוועגס פרובירן כאפן אטענשאן, איך האלט מ'מעג טראכטן וואס מ'קען טון, מער פראקטיש און רעאליסטיש.
Q X Y z 9 B הוכח שאינך רובוט
קפנדריא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 2:17 pm
האט שוין געלייקט: 426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 573 מאל

סאטמאר מהרז"ל ווייסט נישט וואס מען באשולדיגט וועבערמאן

הודעהדורך קופערניקוס » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 4:39 pm

אויב האב איך געמיינט אז די וועבערמאן פראבלעם, כ'מיין סומאטאכע... איז א גרויסע ווייטאג ביי סאטמאר מהרז"ל האב איך היינט געעפנט דער איד און איך זעה אז לא דובים ולא יער, אונזער גרעסטע סכנה וואס פעיסט אונז יעצט איז דאס אז מען האט ארעסטירט ר' דוד שמידל, גראדע דער מו"צ ב' טויב דערמאנט יא די פראבלעם פון וועבערמאן, אבער נאר אינמיטן פייערן וועגן שמידל, ווייזט אויס אז ער האט נישט די פאקטן און ער מיינט אז מען האט ארעסטירט וועבערמאן אלס א טייל פון די שמידל סומאטאכע, אפשר מיינט ער אז מען איז אים חושד אין מוחה זיין אויף קברים. מען דארף ווען אזא מו"צ אויפקלערן ער זאל פשוט האבן די פאקטן
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 2953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4222 מאל

הודעהדורך gehlungen » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 4:43 pm

קפנדריא האט געשריבן:זיי נישט נאיאיוו, מ'האט צו טון מיט שלעכטע מענטשן, מענטשן וואס ווילן סעליברירן אז א איד זיצט אין תפיסה, און אין איינוועגס פרובירן כאפן אטענשאן, איך האלט מ'מעג טראכטן וואס מ'קען טון, מער פראקטיש און רעאליסטיש.

I still think its a better idea then to spend over 1million $ for appealing !
gehlungen
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 681
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:05 am
האט שוין געלייקט: 213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

הודעהדורך gehlungen » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 4:45 pm

קופערניקוס האט געשריבן:אויב האב איך געמיינט אז די וועבערמאן פראבלעם, כ'מיין סומאטאכע... איז א גרויסע ווייטאג ביי סאטמאר מהרז"ל האב איך היינט געעפנט דער איד און איך זעה אז לא דובים ולא יער, אונזער גרעסטע סכנה וואס פעיסט אונז יעצט איז דאס אז מען האט ארעסטירט ר' דוד שמידל, גראדע דער מו"צ ב' טויב דערמאנט יא די פראבלעם פון וועבערמאן, אבער נאר אינמיטן פייערן וועגן שמידל, ווייזט אויס אז ער האט נישט די פאקטן און ער מיינט אז מען האט ארעסטירט וועבערמאן אלס א טייל פון די שמידל סומאטאכע, אפשר מיינט ער אז מען איז אים חושד אין מוחה זיין אויף קברים. מען דארף ווען אזא מו"צ אויפקלערן ער זאל פשוט האבן די פאקטן

:P
gehlungen
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 681
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:05 am
האט שוין געלייקט: 213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט

cron