בלאט 19 פון 150

פורסם:
דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 5:35 pm
דורך קרעקער
פארוואס ברענגט ער נישט די 4 פרויען צי א ערענסטע רב אדער בית דין און זיי זאלען האבען די ביצים ארויסציגעבען א פסק אז וועברעמאן איז א ח.
און עס וועט אלעס ווערען אויסגעקלאהרט
א שאד אויסציגעבען אזויפיל יודיש געלט פאר זיינע לויערס און מאכען עלילת דם 75
כפארשטיי נישט פארוואס מהאט עס נאכנישט געטין ביז יעצט

פורסם:
דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 5:35 pm
דורך בן תמליון
Court is done for the day. Alleged victim's testimony at #webermantrial will continue tomorrow

פורסם:
דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 5:41 pm
דורך לעיקוואד
אויס מענטש
טאקע אינטרעסאנט וואס דו פארציילסט, אבער פארוואס קלערסטו אז די מענער טויגען בעסער? האסט עפעס א הסבר דערפאר?
[דרך אגב, איינער קען מיר מסביר זיין פארוואס איינער וואס גליטשט דארף א טעראפיסט? איך קען פארשטיין אז ער דארף א רב א מוסר זאגער א משגיח וכדו', אבער וואס האט דאס מיט טעראפי צוטוהן? גליטשען איז עפעס א מחלת נפש?]

פורסם:
דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 5:47 pm
דורך אוהב דעת
לעיקוואד האט געשריבן:אויס מענטש
טאקע אינטרעסאנט וואס דו פארציילסט, אבער פארוואס קלערסטו אז די מענער טויגען בעסער? האסט עפעס א הסבר דערפאר?
[דרך אגב, איינער קען מיר מסביר זיין פארוואס איינער וואס גליטשט דארף א טעראפיסט? איך קען פארשטיין אז ער דארף א רב א מוסר זאגער א משגיח וכדו', אבער וואס האט דאס מיט טעראפי צוטוהן? גליטשען איז עפעס א מחלת נפש?]
לעקוואד איך גלייב נישט אז ׳די׳ פרעגסט אזא קשיא ביזטו סערקעסטיק?

פורסם:
דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 5:54 pm
דורך מורינו הרב
תכלית. וואס איז געווען אין קארט היינט?
ווי אזוי קוקט אויס דער מצב יעצט?

פורסם:
דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 5:55 pm
דורך לעיקוואד
אוהב דעת האט געשריבן:לעיקוואד האט געשריבן:אויס מענטש
טאקע אינטרעסאנט וואס דו פארציילסט, אבער פארוואס קלערסטו אז די מענער טויגען בעסער? האסט עפעס א הסבר דערפאר?
[דרך אגב, איינער קען מיר מסביר זיין פארוואס איינער וואס גליטשט דארף א טעראפיסט? איך קען פארשטיין אז ער דארף א רב א מוסר זאגער א משגיח וכדו', אבער וואס האט דאס מיט טעראפי צוטוהן? גליטשען איז עפעס א מחלת נפש?]
לעקוואד איך גלייב נישט אז ׳די׳ פרעגסט אזא קשיא ביזטו סערקעסטיק?
פארוואס? איך מיין אינגאנצען ערנסט.
על כל פנים, שטעל זיך פאר אז א צווייטער האט דאס געפרעגט און ענטפער בבקשה.

פורסם:
דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 5:59 pm
דורך outspoken
[

פורסם:
דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 6:00 pm
דורך שמעקעדיג
כאוהב דעת ועוד לקרא,
לעיקוואד איינער האט געוויס געהעקט דיין אקאונט און אריינגעשריבן אזא מאדנע שאלה...

פורסם:
דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 6:04 pm
דורך sunbar
קפנדריא האט געשריבן:סאנבאר, קוק איין תגובה פאר מיינס פון וויליאמסבורגער, געפין דארט דעם ענטפער.
איך האב געקוקט. איך בין גארנישט קלוגער געווארן...

פורסם:
דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 6:08 pm
דורך sunbar
קרעקער האט געשריבן:פארוואס ברענגט ער נישט די 4 פרויען צי א ערענסטע רב אדער בית דין און זיי זאלען האבען די ביצים ארויסציגעבען א פסק אז וועברעמאן איז א ח.
און עס וועט אלעס ווערען אויסגעקלאהרט
א שאד אויסציגעבען אזויפיל יודיש געלט פאר זיינע לויערס און מאכען עלילת דם 75
כפארשטיי נישט פארוואס מהאט עס נאכנישט געטין ביז יעצט
די האלטסט טאקע אז דאס וועט העלפן? די רבנים וועלן זיי סך הכל סטראשען מיט ארויסווארפן די קינדער פון די מוסדות...

פורסם:
דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 6:10 pm
דורך outspoken
לעיקוואד האט געשריבן:אוהב דעת האט געשריבן:לעיקוואד האט געשריבן:אויס מענטש
טאקע אינטרעסאנט וואס דו פארציילסט, אבער פארוואס קלערסטו אז די מענער טויגען בעסער? האסט עפעס א הסבר דערפאר?
[דרך אגב, איינער קען מיר מסביר זיין פארוואס איינער וואס גליטשט דארף א טעראפיסט? איך קען פארשטיין אז ער דארף א רב א מוסר זאגער א משגיח וכדו', אבער וואס האט דאס מיט טעראפי צוטוהן? גליטשען איז עפעס א מחלת נפש?]
לעקוואד איך גלייב נישט אז ׳די׳ פרעגסט אזא קשיא ביזטו סערקעסטיק?
פארוואס? איך מיין אינגאנצען ערנסט.
על כל פנים, שטעל זיך פאר אז א צווייטער האט דאס געפרעגט און ענטפער בבקשה.
עס דערמאנט מיר א מעשה, א איד איז אריינגעלאפען צום רב און שרייט רבי מיין זין איז מושוגע געווארן, ער האט פארברענגט מיט א זונה גאנץ ערב יום הקדוש און האט אויפגעגעסן א האן בעצם היום.
זאגט אים די רב, בארואיגט אייך, ווען ער וואלט ווען פארברענגט מיט א האן און אויפגעגעסן א זונה וואלט ער געווען מושוגע, אזוי איז ער א געזינטע שגץ.

פורסם:
דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 6:13 pm
דורך לעיקוואד
איך פארשטיי נישט פארוואס דער עולם נעמט נישט ערנסט מיין שאלה, אויסער אפשר אויב מיינט מען צו זאגען אז עס איז נישטא אויף וועם עס צו פרעגן. אזויווי אויטספאקען זאגט דא, אפאפרען איז גאנץ א געזונטע זאך, א מענטש האט א בחירה א יצר טוב מיט א יצר הרע און אמאל איז ער בוחר ברע, וואס האט דאס אלץ מיט טעראפי צוטוהן?
ובאתי על החתום, ההעקר שפרץ לאקונט של לעיקוואד.

פורסם:
דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 6:27 pm
דורך שמעקעדיג
דו פארשטייסט אז א גרויס חלק פון די סיבה פארוואס די חברה פארן אפ איז צוליב די רבנים וועמען זיי האסן?
נו זאג דו, אין קטיגור נעשה סניגור... (הגם לויט דברי מיכאל שניטצלער יא, אבער אכמ"ל)
און וואס מיינסטו טוט א טעראפיסט? ער דרוקט באטענס? ער מאכט כישוף?
אפפארן קומט פון ווייטאג אויף א געוויסע זאך, ס'איז נישט סתם אזוי פשוט ווי דו לייגסט עס אראפ, אז איינער איז פשוט בוחר ברע.
טעראפי טוט (עכ"פ פרובירן) פארהיילן די ווייטאג. אין אנדערע ווערטער: א גייסטישער דאקטאר.
ודו"ק כי קצרתי.

פורסם:
דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 6:33 pm
דורך אוהב דעת
ניין, אפפארן איז נישא א גוטע זאך, עס ווייזט אז דער מענטש איז mentally נישט מסודר, ער דארף א דאקטער/טעראפיסט וואס וועט זיך אריינלייגן און פארשטיין וואס איז ראנג מיט די מענטש, פארוואס קען ער זיך נישט האלטן.
בדרך כלל וועט מוסר נישט העלפן, דו מוזט אריינקוקן אין דעם שורש פון דעם פראבלעם, איז ער געווארען אביוזד ביי זיינע עלטערן? וכו'.
ווען דו זאגסט מוסר אדער שיינע דרשות רעדסטו בכלל נישט צו דעם מענטשס נפש, וועסט קיינמאל נישט זען א טעראפיסט זאגן מוסר ...
רבנים בדרך כלל האבען נישט די טרענינג פאר דעם...
דאס איז די הסבר בקיצור. ביזט מסכים ?

פורסם:
דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 6:35 pm
דורך outspoken
לעיקוואד האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס דער עולם נעמט נישט ערנסט מיין שאלה, אויסער אפשר אויב מיינט מען צו זאגען אז עס איז נישטא אויף וועם עס צו פרעגן. אזויווי אויטספאקען זאגט דא, אפאפרען איז גאנץ א געזונטע זאך, א מענטש האט א בחירה א יצר טוב מיט א יצר הרע און אמאל איז ער בוחר ברע, וואס האט דאס אלץ מיט טעראפי צוטוהן?
ובאתי על החתום, ההעקר שפרץ לאקונט של לעיקוואד.
"לעיקוואד" מיט מיין JOKE מיינט נישט אז איך האלט ווי דיין שיטה...
אוודאי איז דא א בחירה און א יצר הרע צו טון שלעכטס, היינט ליידער קען מען טון עבירות און אויסקוקן נארמאל צווישען משפחה און קאמיוניטי. אויב טוישט מען זיך די לבוש, איז דאס געווענליך ווייל מ'איז זייער נישט צופרידן פון ''זיך'', דערפאר קען מען נוצן א טערעפיסט אדער סייקייעטריסט.

פורסם:
דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 6:39 pm
דורך sunbar
שמעקעדיג האט געשריבן:דו פארשטייסט אז א גרויס חלק פון די סיבה פארוואס די חברה פארן אפ איז צוליב די רבנים וועמען זיי האסן?
נו זאג דו, אין קטיגור נעשה סניגור... (הגם לויט דברי מיכאל שניטצלער יא, אבער אכמ"ל)
און וואס מיינסטו טוט א טעראפיסט? ער דרוקט באטענס? ער מאכט כישוף?
אפפארן קומט פון ווייטאג אויף א געוויסע זאך, ס'איז נישט סתם אזוי פשוט ווי דו לייגסט עס אראפ, אז איינער איז פשוט בוחר ברע.
טעראפי טוט (עכ"פ פרובירן) פארהיילן די ווייטאג. אין אנדערע ווערטער: א גייסטישער דאקטאר.
ודו"ק כי קצרתי.
אפפארן קומט נישט אייביג פון ווייטאג. טייל פון זיי האבן פשוט נישט קיין געדולד צו אידישקייט.. .

פורסם:
דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 6:39 pm
דורך לעיקוואד
איך ויל נישט צופיל פארפארען, אבער לאמיר זאגען אזוי.
איך בין א בחור איך בין ברוגז אויף מיין רבי, ממילא גיי איך בדווקא צו מיין רבי'ס ברודער וועם מלערנט ביי אונז אויס אז ער איז א עוכר ישראל. קומט די חסידות און זיי שיקען מיר צו א טעראפיסט, וויבאלד איך האב דאך א וייטאג, איז דאס דאך א טעראפיסט געאייגענט צו היילען דער וייטאג.
איז דאס מוצדק?
כמיין צו זאגען א פשוטער זאך, ווען א בחור אדער מיידל מוטשעט זיך מיטע עפעס א וייטאג און עס איז קענטיג אז ער דארף הילף, אוודאי למצווה גדולה ייחשב אז איינער וועט עם העלפן. דא רעדט מען אבער אז נישט דער וייטאג איז דאס וואס שיקט עם צום טעראפיסט, נאר וויבאלד דער וייטג האט עם געמאכט טון עפעס וואס איז נישט ייודיש וכדו', און וויבאלד דער וייטאג האט געברענגט צו דעם שיקט מען צו א טעראפיסט, דער קאטאליסט צום טעראפי, ווי אויך זיין מטרה, איז נישט פשוט צו הלעפן בגשמיות זיך אן עצה געבן מיט די וייטאג נאר דער רוחניתדיגער פראבלעם, וואס אמת עס האט שרשים און מקען יענער פארשטיין ער איז נעבאך אנגעוייטאגט, אבער דער טעראפיסט קומט דא בכלל נישט עם צו העלפן נאר עם פראבירן מחזיר בתשובה זיין.
נאך א משל, אין רוסלאנד איז אויך געווען אזא כלל, יעדער נארמאלער קלוגער מענטש פארשטייט דאך אז מדארף זיין א קומוניסט, ממילא ווער עס פארשטייט נישט איז דאך א חולה נפש, נו באלאנגט ער אין משוגעים הויז. עס קען אפילו זיין אמת אז מלעבט אין רוסלאנד און משטימט נישט מיט וואס יעדער דארט האלט וייזט דאס אויף עפעס א נפשותדיגע פראבלעם, דאך פארשטייט יעדער אז דער פראבלעם פון דער מענטש איז נישט אז ער איז משוגע נאר אז ער איז נישט קיין קאמאניסט, און דאס וואס מלייגט עם אין משוגעים הויז איז נישט ווייל מוויל העלפן חולי נפש נאר ווייל מוויל אויסראטען התנגדות צו די רעגירונג.

פורסם:
דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 6:39 pm
דורך אוהב דעת
איך מיין אז איך און שמעקעדיג זאגן די זעלבע נקודה, ער לייגט צו אז עס איז דא די שנאה (חנם?) צום רב, קען זיין.... האממממ, מ'קען אויך טרעפן אז איינער וועט באקומען א שנאה צו זיין טערעפיסט אויב האט ער נישט מצליח געווען, וועט יענער האבן טענות, אזוי ווי די קענסט האבן טענות אויף א יעדע דאקטער...
Sunbar, א טערעפיסט וועט אויך אויסהיילן מענטשן וואס האבן נישט קיין 'געדולד'. געווענליך ווען איינער צו אידישקייט בלייבט ער א נארמאלע מענטש אין די קאמיוניטי אזוי ווי outspoken האט געזאגט, איינער וואס גליטשט האט נישט קיין געדולד צו די מענטשהייט, דאס דארף א תיקון.

פורסם:
דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 6:46 pm
דורך ראשעקאל
הארעוויץ רעדט צו רעפארטער'ס

פורסם:
דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 7:01 pm
דורך לעיקוואד
outspoken האט געשריבן:לעיקוואד האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס דער עולם נעמט נישט ערנסט מיין שאלה, אויסער אפשר אויב מיינט מען צו זאגען אז עס איז נישטא אויף וועם עס צו פרעגן. אזויווי אויטספאקען זאגט דא, אפאפרען איז גאנץ א געזונטע זאך, א מענטש האט א בחירה א יצר טוב מיט א יצר הרע און אמאל איז ער בוחר ברע, וואס האט דאס אלץ מיט טעראפי צוטוהן?
ובאתי על החתום, ההעקר שפרץ לאקונט של לעיקוואד.
"לעיקוואד" מיט מיין JOKE מיינט נישט אז איך האלט ווי דיין שיטה...
אוודאי איז דא א בחירה און א יצר הרע צו טון שלעכטס, היינט ליידער קען מען טון עבירות און אויסקוקן נארמאל צווישען משפחה און קאמיוניטי. אויב טוישט מען זיך די לבוש, איז דאס געווענליך ווייל מ'איז זייער נישט צופרידן פון ''זיך'', דערפאר קען מען נוצן א טערעפיסט אדער סייקייעטריסט.
היייסט עס וויבאלד מען קען זיין א פולקאמער היפאקריט אדער "אנוס" אפטוהן כל עבירות שבתורה און וייטער גיין מיט א בארד און פיאות, איז ממילא מוכח אז דער וואס שערט זיך יא די פאות איז סתם א שוטה.
וואס זאגסטו אויפן געדאנק אז עס זענען דא אזוינע מענטשען וואס זיי האבען עפעס אזא גלייכקייט אין זיך און זיי זענען נישט סובל צו לעבן א דאפעלטע לעבן, זיין יושר זאגט עם אז אויב איז ער א שייגעץ א כופר איז נישט גלייך אפצונארען יעדעם און זיך מאכען ערליך, ממילא טוט ער זיך אויס דער לבוש. ווייל ער וויל זיין תוכו כברו. א מאדנע געדאנק, ניין?

פורסם:
דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 7:08 pm
דורך gehlungen
מורינו הרב האט געשריבן:תכלית. וואס איז געווען אין קארט היינט?
ווי אזוי קוקט אויס דער מצב יעצט?
It looks like "devurim hayoitzim min halev nechnusim el halev " people were crying when she testified !

פורסם:
דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 7:10 pm
דורך געפילטע פיש
בן תמליון האט געשריבן:Oren Yaniv @OrenNYDN
Direct examination over. Accuser held up well, didn't stumble. Appeared vulnerable and quiet. Real test will come during cross, around 2:30
אויב ברענגט די דעפענס איר נישט צו אן אפן ליגנט אדער סתירה דארף נ.וו רחמים. אויב זאגט איר תהלים נאו איז דע טיים. נחמיה צבי בן דינא.
עד שאתה מתפלל על נחמיה בן דינה, דאווען ענדערש אז די אמת, סיי וואס ס'זאל נאר זיין, זאל ארויסקומען.

פורסם:
דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 7:14 pm
דורך לעיקוואד
געפילטע פיש האט געשריבן:בן תמליון האט געשריבן:Oren Yaniv @OrenNYDN
Direct examination over. Accuser held up well, didn't stumble. Appeared vulnerable and quiet. Real test will come during cross, around 2:30
אויב ברענגט די דעפענס איר נישט צו אן אפן ליגנט אדער סתירה דארף נ.וו רחמים. אויב זאגט איר תהלים נאו איז דע טיים. נחמיה צבי בן דינא.
עד שאתה מתפלל על נחמיה בן דינה, דאווען ענדערש אז די אמת, סיי וואס ס'זאל נאר זיין, זאל ארויסקומען.
וואסארא ענין איז דאס דער אמת זאל ארויסקומען? ווי האסטו אויפגעפיקט אזא מין אידייע? איך האף די ליינטס נישט די טריפה'נע בלאגס, לא כך קבלנו מאבותינו ורבותינו, דאס איז גאר א מאדערנע משכילישע שפראך. ביי אונז איז דער אמת קיינמאלנישט געווען אן ארטיקל.

פורסם:
דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 7:22 pm
דורך outspoken
לעיקוואד האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:בן תמליון האט געשריבן:Oren Yaniv @OrenNYDN
Direct examination over. Accuser held up well, didn't stumble. Appeared vulnerable and quiet. Real test will come during cross, around 2:30
אויב ברענגט די דעפענס איר נישט צו אן אפן ליגנט אדער סתירה דארף נ.וו רחמים. אויב זאגט איר תהלים נאו איז דע טיים. נחמיה צבי בן דינא.
עד שאתה מתפלל על נחמיה בן דינה, דאווען ענדערש אז די אמת, סיי וואס ס'זאל נאר זיין, זאל ארויסקומען.
וואסארא ענין איז דאס דער אמת זאל ארויסקומען? ווי האסטו אויפגעפיקט אזא מין אידייע? איך האף די ליינטס נישט די טריפה'נע בלאגס, לא כך קבלנו מאבותינו ורבותינו, דאס איז גאר א מאדערנע משכילישע שפראך. ביי אונז איז דער אמת קיינמאלנישט געווען אן ארטיקל.
ביזט גערעכט, לאמיר זאגען אז ס'אז אמת וואס וואלט מען אזא איינעם געגעבען 2000 צירוק ווען ס'געווען די עא סנהדרין, זיכער נישט 75 יאר.

פורסם:
דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 8:18 pm
דורך יאיר
היייסט עס וויבאלד מען קען זיין א פולקאמער היפאקריט אדער "אנוס" אפטוהן כל עבירות שבתורה און וייטער גיין מיט א בארד און פיאות, איז ממילא מוכח אז דער וואס שערט זיך יא די פאות איז סתם א שוטה.
וואס זאגסטו אויפן געדאנק אז עס זענען דא אזוינע מענטשען וואס זיי האבען עפעס אזא גלייכקייט אין זיך און זיי זענען נישט סובל צו לעבן א דאפעלטע לעבן, זיין יושר זאגט עם אז אויב איז ער א שייגעץ א כופר איז נישט גלייך אפצונארען יעדעם און זיך מאכען ערליך, ממילא טוט ער זיך אויס דער לבוש. ווייל ער וויל זיין תוכו כברו. א מאדנע געדאנק, ניין?
טעארעטיש ביסטו גערעכט, אבער למעשה איז דער פאקט אז גאר א גרויס חלק פון די וואס פארן אפ האבן זייטיגע פראבלעמען, בעת די וואס האבן אמת'ע שכל'דיגע ספיקות אין אמונה לאזן נישט אזוי שנעל אפ אידישקייט. ממילא איז נישט מער ווי רעכט אז דער טעראפיסט זאל דערגיין אויף א בחור וואס גליטשט זיך פארוואס דאס האט פאסירט. איך בין זיכער אז א נארמאלער טעראפיסט וואס מען שיקט אים א בחור און יענער רעכנט אויס שכל'דיגע טענות קעגן אידישקייט און כשלעצמו איז ער הונדערט פראצענט אקעי, דעמאלט לאזט ער אים גיין און ער זאגט אים דו האסט א בחירה.