בלאט 25 פון 150

הודעהפורסם: מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 7:00 pm
דורך זר זהב
איך האב נישט געזאגט אז מ'טאר נישט גארנישט טון. דערווייל האט נאך קיינע נישט אויפגעוויזן אז מ'מעג ע"פ תורה אים איינזעצן פאר לייף אין תפיסה און נאך דורך אזאנע וואס האבן קיינמאל נישט עקסטער ליעב געהאט חרדישע אידן.

SORRY

הודעהפורסם: מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 7:01 pm
דורך יידל
און אז מ'רעדט פון דעת תורה: דעת תורה איז אז דינא דמלכותא דינא. די גויים זענען נישט מחוייב צו עדאפטן אידישע הלכות (חוץ ז' מצות ב"נ).

זר זהב האט געשריבן:איך האב נישט געזאגט אז מ'טאר נישט גארנישט טון. דערווייל האט נאך קיינע נישט אויפגעוויזן אז מ'מעג ע"פ תורה אים איינזעצן פאר לייף אין תפיסה און נאך דורך אזאנע וואס האבן קיינמאל נישט עקסטער ליעב געהאט חרדישע אידן.

SORRY

מ'דארף נישט אויפווייזן עפעס וואס איז נישט אפגעפרעגט.

הודעהפורסם: מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 7:02 pm
דורך outspoken
זר זהב האט געשריבן:אויב יא?

אויב יא הייב איך הענט, וו'ב זאל צאלן 50 טאלער אבער די גרויסע מצוה פון ולו תהיה לאשה תחת אשר ענה, קען ער ליידער נישט מקיים זיין ווייל זי איז אן אשת איש.
חוץ אויב התאחדות וועט מפקיע זיי די קדושין...

הודעהפורסם: מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 7:03 pm
דורך זר זהב
רעדסט נישט צום זאך. ענטפער מיין פריערדיע תגובה.

הודעהפורסם: מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 7:04 pm
דורך outspoken
זר זהב האט געשריבן:רעדסט נישט צום זאך. ענטפער מיין פריערדיע תגובה.

http://ia700505.us.archive.org/1/items/ ... philes.pdf

הודעהפורסם: מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 7:06 pm
דורך זר זהב
איך האב נישט קיין צייט צו קיין לינקס. מיין שיטה איז אז סתם פאר נקמה טאר מען דאס נישט טון. און לויט ווי ס'קוקט מיר אויס איז ער נישט קיין קראנקער רעפיסט. און די מיידל מיט זיין בויפרענד דארפן רעווענדזש.

הודעהפורסם: מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 7:08 pm
דורך דבילה
גאלד האט געשריבן:איך גיי זיין זייער אנעסט לבי נוטה אז רגלים לדבר,
אבער מיטדעם אלעם האלט איך מוז מען ע"פ תורה פארארבעטן אלעס אין די וועלט אז דער גויאישער אמעריקאנער יוסטיץ סיסטעם זאל נישט מצליח זיין צו איהם מיט זיינע משפחה פאר אומגליקליכן לנצח נצחים, דאס איז פונקט ווי ס'זאל איהם ווען דראוען טויט שטראף, אונז האמיר נישט קיין רעכט איהם צו ווארפן אין לייבן גרוב אריין, הי' לא תהי'

און ווער עס שטיצט עס איז א רוצח ועתיד ליתן את הדין


ס'קומט זיך דיר א לייק פאר עכ"פ קענען פארטראגן צו הערן אז וו"מ איז מעגליך שולדיק. אבער מה נעשה אז דיין הנחה אז ווער ס'שטיצט דעם וויקטים דא איז א רוצח הערט זיך עפעס פאלש. לוי אראן האסטו אויך אזוי פארטיידיקט? אויב ביסטו מקבל אז רגלים לדבר האט א צווייטער א רעכט מקבל צו זיין מער ווי דעם. און דאן ביסטו נאך אלץ זיכער אז קיינער האט א רעכט עם צו ווארפן אין א לייבן גריב?

הודעהפורסם: מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 7:08 pm
דורך זר זהב
לוי אראן האט מודה געווען. האט וו"ב אויך?

אראנ'ס קעגנערס זענען נישט געווען אפגעפארענע אינגעטשן מיט אן אנגעדע, איז דא אויך אזוי?

הודעהפורסם: מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 7:12 pm
דורך outspoken
רבותי לאמיר גיין דאווענען מעריב, מארגען איז א פרישע טאג...

הודעהפורסם: מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 7:13 pm
דורך דבילה
זר זהב האט געשריבן:לוי אראן האט מודה געווען. האט וו"ב אויך?


למאי נפק"מ זיין הודאה. אדם קרוב אצל עצמו. כ'קען דיר ברענגן פלענטי סיבות פאר אראן מודה צו זיין אן באמת זיין שולדיק ע"פ תורה.


זר זהב האט געשריבן:אראנ'ס קעגנערס זענען נישט געווען אפגעפארענע אינגעטשן מיט אן אנגעדע, איז דא אויך אזוי?



וו"מ קעגנערס רעכענען אריין רב הורוביץ, ער ווערט דאך נאר אן אפגעפארענע אינגאטש ווייל ער ווייגט זיך צו זאגן אז וו"מ איז שולדיג. קודם זאלסטו ערלויבן מענטשן צו זיין קעגנערס פאר וו"מ דערנאך 'עסטו שוין איינמאל טרעפן!!!

הודעהפורסם: מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 7:16 pm
דורך זר זהב
סארי, אבער די וועג וויאזוי ער שרייבט אין דיין תגובה וואס האסט פריער געברענגט פארלירט ער זיין גאנצע לעגיטימיטעט פון א קעגנער אן א אגענדע.

הודעהפורסם: מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 7:19 pm
דורך יידל
זר זהב האט געשריבן:איך האב נישט קיין צייט צו קיין לינקס. מיין שיטה איז אז סתם פאר נקמה טאר מען דאס נישט טון. און לויט ווי ס'קוקט מיר אויס איז ער נישט קיין קראנקער רעפיסט. און די מיידל מיט זיין בויפרענד דארפן רעווענדזש.

וועלן מיר זען צו די שופטת וועט אננעמען דיין טענה אז עס איז סתם פאר נקמה. דערווייל איז עס נאר דיין השערה וועלכע איז עטליסט אין טייל באזירט אויף וומבס"ג בייעסד מידיא פראפעגאנדע וועלכע וויל נישט זיין אן OTD באזיגן א היימישן.

הודעהפורסם: מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 7:21 pm
דורך זר זהב
וויאזוי קענסטו עס אפטייטשן עפעס אנדערש ווי נקמה? גייט עפעס ווינדער פאסירן צום מיידל אויב איינער גייט אפזיצן אין תפיסה?

הודעהפורסם: מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 7:33 pm
דורך יידל
עס איז נישט נקמה, די מיידל איז נישט די קלעגערין, די שטאט איז. עס איז וואס ר' חנינא סגן הכהנים רופט "מוראה של מלכות". מ'דארף דאך פרעווענטן דעם איש את רעהו חיים בלעו. און עס הייסט עונש נישט נקמה.

הודעהפורסם: מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 7:34 pm
דורך זר זהב
אקעי, אבער די שטאט קען נישט קלאגן אן איר פארטיסיפעשין.

עניוועי. וואטעווער.

הודעהפורסם: מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 8:18 pm
דורך יאיר
אוודאי איז עס נישט 50/50, אין מיינע אויגן איז עס 65/35 - 65% שאנס אז וועבערמאן איז עפעס שולדיג. די סיבה פארוואס איך האלט אזוי איז ווייל א רעפוטאציע פון אן "אנשטענדיגער מענטש" שטעלט זיך ארויס ווי גארנישט-מיינענד ווען עס קומט צו ענינים פון עריות, ווי חז"ל זאגן שוין. ווידער אז א מיידל זאל באווייזן אנצוהאלטן איר געשיכטע אזויפיל יארן, איינרעדן אירע עלטערן (וועלכע זענען פונקט אזוי באקאנט ווי אנשטענדיגע מענטשן), אירע טעראפיסטן, וכו', איז שטארק רחוק מן השכל - כאטש ס'איז דאך א מעגליכקייט.
אפילו די וואס לייקענען די רעיפ באשולדיגונגען מיין איך אז זיי זענען נישט מחולק אויף דעם אז וועבערמאן האט געהאנדלט היבש אוממאראליש: ער האט זיך מייחד געווען מיט דעם מיידל; ער האט איר געגעבן טעראפיע-סעסעיס פון לאנגע שעות; און ער האט זיך פארגעשטעלט ווי א טעראפיסט אן דער מינימאלער טרענירונג. צו דעם קומט נאך צו נאך פרטים וועלכע זענען נישט קלאר, א שטייגער ווי דער פרייז פון $250 א שעה וואס ער האט אנגעבליך גערעכנט.
און וועגן אנדערע רומערס, הרב הורוויץ פון מאנסי איז אין מיינע אויגן נאך אזא אנשטענדיגער מענטש ווי וועבערמאן, און ער זאגט קלאר אז עטליכע פרויען האבן אים אליין דערציילט נאך אזעלכע געשיכטעס וואס זיי האבן מיטגעמאכט מיט וועבערמאן.

איך ווייס נישט פונקטליך די מציאות, אבער צו האט זי שוין דעמאלט גע'טענה'ט אז ער האט איר געטשעפעט? אויב יא, דאן פארוואס האבן אירע עלטערן געלאזט גיין צו אים? אויב איז זי יעצט געקומען מיט טרערן אין די אויגן צו אירע עלטערן, דעמאלט זע איך נישט פארוואס זיי זאלן איר נישט גלייבן, און איר טעראפיסט דארף איר אודאי גלייבן, אויב נישט איז זי נישט קיין טעראפיסט.
דינע אוממאראלישע טענות אויף וועבערמאן קענסטו האבן אויף כמעט יעדן אזוי גערופענעם היימישן טעראפיסט און שלום בית מאכער, טייל פון זיי זייער קלוגע און געלונגענע מענטשן וואס האבן שוין אסאך אויפגעטון. אודאי איז דאס אן עולה אז טעראפיסטן אן טרעינינג רייסן צוויי - דריי הונדערט דאלער א שעה, אבער דאס קומט נישט דא אריין. אבער לאמיר נאר אזויפיל זאגן, עס איז מעגליך אז ער איז שולדיג, ווייל ווי דו זאגסט, קיינער איז נישט גאראנטירט, פונקט ווי אסאך אנדערע נארמאלע אידן און גויים וועמען מען האט געכאפט ביי אזעלכע עוולות. אבער דאס וואס די פרוי זאגט איז ביי מיר זייער נישט קאנווינסינג. עס איז קלאר אז זי האט סתם אזוי א ביטערע שנאה אויף חסידים בכלל און אויף אים בפרט, און אפשר מיט רעכט, און עס איז זייער גרינג צו טראכטן אז זי זאל דערציילן אזא מעשה מיט'ן הייליגן ציל אים אונטערצוברענגען צוזאמען מיט די גאנצע קהילה, און פונקט ווי חסידים זענען ביי מיר נישט באגלייבט ווען זיי זאגן אויף איינעם אז ער איז נישט קיין מאלעסטער, אזוי איז זי ביי מיר גאנץ שוואך באגלייבט אז ער איז יא א מאלעסטער. בכלל די גאנצע מעשה הערט זיך עפעס נישט בסדר, ער האט איר שוין ביי די ערשטע סעסיע במשך דריי שעה די גאנצע צייט אנגעכאפט, עפעס הערט זיך נישט בסדר. הגע בעצמך, איך זע אז דו האלטסט אויך אז עס איז נאר 65% אז ער איז עפעס שולדיג. איך גלייב אז ביי די יעצטיגע שערוריא וועגן הרב ה. ביסטו מער איבערצייגט אין זיין שולד. אויב יא, מיינט דאס אז ביי דיר האט זי אויך א שוואכערע נאמנות, מיר קריגן זיך נאר וויפיל דעגרי עס גייט. אגב, איך ווייס נישט וואס דער עפעס מיינט, קען זיין אז אויב ער האט איר אנגעכאפט אויפ'ן אקסל איין מאל וועלדנדיג עפעס מסביר זיין הייסט עס אויך עפעס.

הודעהפורסם: מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 8:39 pm
דורך געפילטע פיש
זר זהב האט געשריבן:
"וויאזוי קענסטו עס אפטייטשן עפעס אנדערש ווי
נקמה? גייט עפעס ווינדער פאסירן צום מיידל
אויב איינער גייט אפזיצן אין תפיסה?"

גייט לייבי קלעצקי ווערן צוריק לעבעדיג וועגן אראן זיצט אין לעבענסלענגליכע תפיסה פארטיליגט פון ביידע וועלטן? ס'דא אזא זאך ווי א שטראף וואס העלפט בעצם גארנישט פארן וויקטים.

הודעהפורסם: מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 8:41 pm
דורך זר זהב
אראן קומט זיך טויט שטראף ע"פ תורה אויב ער איז באמת דער רוצח. וו"ב קומט נישט לייף טיים תפיסה

הודעהפורסם: מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 8:43 pm
דורך ראשעקאל
אראן קימט זיך נישט טויט שטראף. עס איז נישט געוועהן קיין עדות און אויך נישט קיין התראה!

הודעהפורסם: מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 8:43 pm
דורך ראשעקאל

הודעהפורסם: מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 8:44 pm
דורך זר זהב
איך רעד דא אויב ס'וואלט געווען 2 עדות.

הודעהפורסם: מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 8:45 pm
דורך ראשעקאל
זר זהב האט געשריבן:איך רעד דא אויב ס'וואלט געווען 2 עדות.

ס'איז אבער נישט דא

הודעהפורסם: מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 8:46 pm
דורך זר זהב
אויב ס'וואלט יא געווען

הודעהפורסם: מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 8:48 pm
דורך ראשעקאל
וואסא חילוק אויב ס'וואלט יא געוועהן. יעצט למעשה טאר אראן נישט באקימען טויט שטראף עפ"י תורה און אויך נישט זיצן אין תפיסה. יעצט פליז לאמיר זאגן תהילים פאר לוי בן וואטעווער אז ער זאל שוין נעבעך ארויסגיין מאפילה לאור גדול

הודעהפורסם: מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 8:49 pm
דורך זר זהב
ס'נישטא קיינער וואס "ווייסט נישט" אז ער איז דער רוצח. סוי וואס דרייסטו א קאפ?