ווען הצלה איז אותיות הלצה

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7045 מאל

ווען הצלה איז אותיות הלצה

שליחה דורך כוכב »

נעכטן איז -- ווי באקאנט -- פארגעקומען די יערליכע מלוה מלכה פאר די הייליגע און געשעצטע הצלה ארגאניזאציע אין בארא פארק, און ווי אן אנשטענדיגער איינוואוינער האב איך אויך גענומען די מי אנטיילצונעמען און צייגן סאלידאריטעט פאר די מסירת נפש'דיגע וואלונטירן, וועמען איך שעץ באמת זייער ארבעט.
נאך דערצו אז איך האב באקומען א פרעזינגליכע איינלאדענונג פון יוסי בלומענפעלד וכת דילי' און די שטאט איז איבערגעקערט געווארן מיט די "בי" סלאגאן, איז דאך מי פתי צו בלייבן זיצן אינדערהיים.
האמת אגיד אז סאיז מיר נישט אזוי צום הארצן די אטמאספערע ביי די הצלה פארטי, ס'האט מער די צורה פון א פיקניק אדער א קארניוועל ווי א דינער, מטרעפט אלע וואס איז נייעס בחורים און קילע יונגעלייט וואס זענען גענצליך נישט מיין גלאז פון חמין במוצאי שבת, אן אנלויפעניש און אן איבערקערעניש, טיקעטס מיט פרייזעס, אן אויסשטעל מער געאייגענט פאר די עם בפני עצמן'ניקעס, אבער ווען עס קומט צו אזא ארגאניזאציע ווי הצלה לייגט מען אלע פריוואטע חשבונות אין א זייט, און מ'לויפט צולייגן א האנט, ווארום זיי טוען דאך די זעלבע פאר אונז דורכאויס'ן קייליכיגן יאר.

עס איז שוין געווען הארט צוועלף אזייגער כחצות הלילה ווען איך האב מבשר געווען פאר מיין טייערער אשת חיל אז איך גרייט מיך ארויסצוגיין צו די מלוה מלכה, א בשורה וואס זי האט נישט אויפגענומען מיט איבריג צופרידנהייט, אבער, זי פארשטייט אויך, וואס טוט מען נישט פאר הצלה.
אן קאמפאני גייט מען נישט, וואס העל איך טון דארט, קייען א בילקע ווי ביי סעודת המפסקת איינזאם אליין? האב איך אנגערופן מיין ברודער, אן עלטערער בחור וועמען דער מזווג זיווגים אלט זיך נישט עפעס באזונדער אים צוצושטעלן א פאר, קום, לאמיר אנהויבן די וואך מיט א מצוה, מ'גיימיר שטיצן הצלה.

האב איך אויפגעזוכט מיין בערזל ארויסגענומען הונדערט און צוואנציג דאלער, א צוואנציגער פאר מיין ברודערס וועגן ער זאל נישט זיין א בלויזער אוכל ואינו עושה, און ויסעו, אבער, מיט די פוס. די קאר האב איך נישט זיך געטרויעט מיטצונעמען וויסנדיג אז פארקינג וועט זיין בבל יראה ובל ימצא, גיימיר צופיס, וואס טוט מען נישט פאר הצלה.

און דא האט זיך אנגעהויבן א מסכת וואס איך וויל מיטטיילן פאר'ן ציבור.
אנקומענדיג אויף פערצנט עוועניו פרוביר איך אריינצוגיין אינעם זאל, אבער, א שלעפ, די טיר איז פארשלאסן, מן הסתם איז די אריינגאנג אויף די סטריט.
איך דריי מיך איין ביים ווינקל און איך הייב אן זוכן אן אריינגאנג, נאכ'ן דורכגיין עטליכע פארמאכטע טירן און א טענט, באמערק ענדליך דעם לאנג געזוכטן פתחו לי פתח, ווי א יונגערמאן קאנטראלירט א טיר און ער לאזט אריין עטליכע יונגעלייט.
גיי איך אויך אהין, כאפ איך א שטופ פון דעם יונגערמאן אז דא איז אן אמת אן ארויסגאנג, און איך זאל ביטע ארומגיין די גאס און אויפזוכן דעם אריינגאנג, איי די יונגעלייט וואס ער האט יעצט אריינגעלאזט תיקו.מיין מוט איז שוין אביסל געפאלן, איך בין נישט די סארט יונגעלייט וואס גלייכן ווען משטופט זיי ביי די אקסלען, אבער שוין זאל זיין, א גוטע זאך קומט אן שווער.

צו מאכן א לאנגע מעשה קורץ, אויפן וועג אריין בין איך אפגעטיילט געווארן פון מיין ברודער ווייל בחורים זענען נישט ערלויבט אונטן אינעם זאל, און אנקומענדיג דארט האב איך נישט געטראפן קיין בענקל.
נו, אז סאיז נישטא קיין פלאץ איז א גוטע סימן, דער עולם שטראמט אין די מאסן פאר הצלה, בין איך געבליבן שטיין און פרובירט אזוי מיטצוהאלטן דעם פראגראם. פססס יונגערמאן דו שטערסט, מקען נישט זען.
נישט איז נישט, גיי איך ארויף אויפן טעראסע וואו סהאט זיך איבערגעשפילט בערך די זעלבע געשיכטע. בחסדי ה' האב איך געטראפן א צאמלייג בענקל ביי אן ענגל ווי מקען גארנישט זען האב איך מיך דארט באזעצט, און, מגייט עסן מלוה מלכה.
וואס ווען ווי, איינער וואס איז נישט געקומען אין די פופצן מינוט וואס מהאט אויסגעטיילט די עסן האט נישט געהאט אין מויל צו נעמען דורכאויס די גאנצע נאכט.
נאכן זיצן דארט פאר פינף מינוט האב איך אנגעהויבן כאפן אז סאיז ביטער הייס, איך שוויץ געפערליך.
בחסדי ה' האב איך געטראפן א דומע טינקעלע לאנטש רום וואו סאיז געווען אביסל לופט, און איך האב ענדליך געטראפן א מקום מנוחה ארומגענומען מיט הונדערטער פערצן יעריגע בחורימלעך האב איך געקענט אנהויבן מיטהאלטן דעם פראגראם.
מיינע הערות'לעך אויפן פראגראם בין איך נישט אויסן יעצט צו דיסוקסירן און כעל עס איבערלאזן פאר א צווייט מאל, צי איז דאס די צביעות פון ר' חיים דוד כץ וואס לאזט נישט המזמרים זינגען פאר בוני עולם בימי ספירה צו האסטעזשן דעם גאנצן וועד הרבנים אז ער איז בעל בית, און דא קומט ער געבן דברי ברכה צו ווייזן ער איז שטאטס רב, ווען עס איז דא ידידים און דערצו א פראדוקציע מיט מוזיק בימי ספירה וואס איז קעגן די מנהג פון רוב באטייליגטע.
און חזן שטארק איז קיינמאל נישט אנגעקומען, נאר אנשטאט אים חזן ברעכער, כ'מיין, ער איז גאנץ פאר א קבלת שבת אבער ער איז נישט חזן שטארק.
ווען מאטי אילאוויטש האט געזינגען אז הצלה איז אותיות צהלה איז ביי מיר נולד געווארן דעם געדאנק אז היינט נאכט הצלה איז אותיות הלצה, מ'רופט צאם די גאנצע שטאט, מלייגט טעפלעך איבעראל אין אלע שולן, און ממאכט חוזק, מילא פלאץ הגם סאיז אויך אן עוולה גדולה, אזויפיל קומט זיך פאר א שטיצער א בענקל, און מ'וואלט עס געדארפט פאראויסזען אז דאס פלאץ דערהייבט נישט, אבער ניטאמאל אביסל לופט, מהאט געקענט אויסגיין פון היץ ווער רעדט נאך פון א כזית זיך צו וואשן פאר איינער וואס קומט אביסל שפעט. איך בין נישט געווען דער איינציגער, און פון אלע ווינקעלן האב איך געטראפן אחים לצרה אויפגעברויזטע יונגעלייט.

עס איז שוין געווען גוט שפעט ארום צוויי אזייגער ווען איך האב מיך געכאפט אז מיינע פוס טוען מיר וויי פון שטיין אויף א באנק און זיך שטיפן צווישן די בחורים מיטהאלטן די פרעזענטאציע, א פערטל נאך צוויי בין איך אנגעקומען אהיים ווי איך האב ארויסגענומען א בילקע פון פריזער זיך צו וואשן און דערכאפן דאס הארץ, מיין אידענע איז שוין געוויס געשלאפן.
און, דער הונדערטער איז געבליבן אין מיין טאש, אפשר וועט דאס מיין פרוי ניצן ווען זי וועט אנטיילנעמען ביי די טשייניז אוקשען.
א דינער ווי א האלבער עולם גייט אהיים אויפגערעגט איז א קלארער דורכפאל, מ'פארלירט שטיצע ס'רעגט אויף מענטשן, און לאמיר האפן אז נעקסטעס יאר וועט די סלאגאן זיין "בי עי מענטש".

דער אשכול פארמאגט 41 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר