פארברענען א מגן דוד? פערדן!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1444
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:45 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1429 מאל

פארברענען א מגן דוד? פערדן!

שליחה דורך ממי_שאמרו »

געוואלד, וואס איז געווארן מיט אונז קנאים?

די פארגאנגענע וואך איז ארומגעפארן א קליפ ווי עפעס א קנאי'שע ישיבה, ערגעץ וואו אין די צוריקגעשטאנענע אייראפע, פראוועט א ל"ג בעומר מיט א באזונדערע שמחה? ס'איז געווען א דאפלטע שמחה: מען האט געמאכט א הדלקה לכבוד רבי שמעון און מען האט פארברענט א... מגן דוד!

פוסטע משוגעים, וואנזיניגע עמי הארצים. דער מגן דוד וואס איז פאר יארן לאנג באוואוסט געווען אלס איינע פון די הייליגסטע סימבאלן פון כלל ישראל, דער מגן דוד וואס איז יסודתו בהררי קודש פונעם הייליגן אר"י הקדוש און דער ספר רזיאל המלאך, און ס'ליגט דערין געוואלדיגע סודות ע"פ קבלה, אזש דער אר"י הקדוש האט אויסגעשטעלט די קערה ביים סדר טיש אין פארעם פונעם מגן דוד, האבן די שוטים פארברענט און געטאנצן מיט שמחה ארום דעם פייער, אזוי ווי די אנטיסעמיטן אין אלע דורות וועלכע האבן געטאנצן ארום די הדלקות אין וועלכן זיי האבן פארברענט ספרי תורה תלמוד בבלי.

איך געדענק ווען איך בין געווען א יונגל האט מיין מלמד, אן עלטערער דורכגעווייקטער סאטמארער חסיד, גערעדט צו אונז קינדער און אונז מסביר געווען אז דער מגן דוד איז א הייליגער סימבאל, און אין דער אלטער היים האט זיך עס געפינען אויף יעדן בית הכנסת, ארון קודש, און פרוכת, נאר וויבאלד די ציונים האבן עס געמאכט אלס זייער סימבאל באניצן מיר זיך מער נישט דערמיט. (ענליך האט ער אויך געזאגט ווען ער האט מסביר געווען פארוואס מיר גייען נישט צום כותל.)

די נטורי קרתא איז געגאנגען א טריט ווייטער און פארברענט דעם דגל הציוני. דאס איז שוין געווען איבערגעטריבן, אבער אקעי, מען קען עס נאך פארנעמען. יעצט אבער קומען די עשבים שוטים און געבויט א מגן דוד אליין און עס פארברענט. און מען זעט נאך ווי די נארישע מחנכים זייערע האבן א זיגרייכן שמייכל אויפ'ן פנים און פרייען זיך מיט די טיפשות. וואס איז נעקסט? מען וועט אויפבויען א כותל און עס אונטערצינדן און טאנצן ארום דעם?

שולדיג אין דעם געפערליכן הפקירות זענען די מחנכים פון די קינדער וועלכע זענען נישט מסביר די קינדער די סאטמארער שיטה. אנשטאט זיי צו ערקלערן אז די אלע זאכן זענען קדוש ומקודש און פארוואס מיר שטייען ווייט דערפון, זאגט מען די קינדער אז דער כותל איז טמא, דער מגן דוד איז טמא, דער מערת המכפילה איז טמא (עפ"ל).

דער רבי זי"ע וואלגערט זיך אין קבר פון גרויס צער, וואספארא נאראנים ס'איז ארויסגעקומען פון זיין הייליגע שיטה.

דא האט איר א קאפיע פונעם הייליגן רזיאל המלאך. איבער'ס יאר וועט מען דאס אויך אריינווארפן אינעם הדלקה פייער:


ק/פ.
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.

דער אשכול פארמאגט 29 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר