מקווה דרייערס - א רויבעריי!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
רוח קדים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 2:40 am
האט שוין געלייקט: 139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 230 מאל

מקווה דרייערס - א רויבעריי!

שליחה דורך רוח קדים »

קום איך מיך אן מיט מיין שויער זעקל אין סמעדריש, און אלץ וואס איך וויל איז בלויז אריינגיין אין מקווה. כ׳האב נאר אראפגעלייגט מיין בעג אינדרויסן פאר א סקונדע, אפצורייניגן מיינע ברילן. קיין סוד אז רעגן איז לעצטנס אין סטייל. איך זע שוין ווי עפעס א שאור, א ספק-מאלעסטער נישטערט דארט, וואס, אה ניין, ער זוכט זיין מעיל, און ער ברויך אויך א בעג פאר זיין הוט. אנטשולדיגט! געקלערט אפשר ליגט דארט נאר שמות, אדער זילבער פאפיר פון עפעס א מפגר, וואס האט גראדע ערליך געזאגט ברכת המזון, פארט אבער נישט געשפירט פאר וויכטיג צו טראגן דאס איבריגע צום מיסט קאסטן.

בין איך טאקע א חסיד, אבער מקווה געלט צאל איך. לאו דוקא ווייל גניבה איז פון די עשרת הדיברות (הע! בגונב נפשות הכתוב מדבר, חחח. זאג, גראמאטיק פארריכסטו אויך?) נאר פשוט צוליב מענטשליכקייט.

א קארטל האב איך נישט פאר עטליכע סיבות. איינס ווייל יעדן טאג בין איך טועם א צווייטע מקווה, איך רעד זיך איין דארט זענען די האנטוכער ריינער. אז איך זע פארפלעקטע אנגמויזאכטע האנטוכער, ווייס איך נישט וועמענס שולד דאס איז. צו איז דאס דעם ערל׳ס, וואס נעמט נישט די וואשעריי אזוי ערנסט; אדער לעולם וואשט ער יא ווי ס׳ברויך צו זיין, און ס׳האנדלט זיך פשוט פון עטליכע אומערצויגענע חזירים, וועלכע נוצן דעם האנטוך פאר צוועקן שהצניעות יפה להם, אויף אזאנע עקסטרעמע שטאפלן, אזש זיי קומען איבער די מאכטפולע שארפע רייניגונג כעמיקאלן.

וויאזוי ס׳זאל נאר זיין, די וועלכע נעמען האנטוכער אין מער טינקעלע קאלירן, האבן געוויס ווייניגער פראבלעמען. פארט איז דאס מיטברענגן אן אייגנעם האנטוך רעקאמאנדירט, אפילו ווען די מקווה לויפט נישט אויס פון האנטוכער.

סיבה נומער צוויי, איך קום צומאל שפעט אין מקווה, ווארום איך וויל דאך נישט פארפאסן צו הערן די מעשיות אויפ׳ן בעל הילולא. אויך וויל איך נאך קענען טרינקן קאפי ווען ס׳איז נאך דא קאפס, און חלילה פארפאסן דאס לעצטע שטיקל פאליטיק וועלכע אינוואלווד עזריאל גליק׳ס פטירה, פויפסט אין ישראל, און אנגייענדע עדויקעישאן גזירות איבער דער וועלט .

מיטן גיין נאך חצות אין מקווה, האט מען ריוח אויך, אז מ׳טוט פארמיידן שישקערייען ביים שפריצן דיאוידערענט, והעולה על כולם, בריוון אין די אומאפהעניגע ארגאנען איבער דעם בהרג ואל יעבור איסור דאורייתא פון ״זיך זייפן״. שטעלט זיך אבער ארויס דאס גיין אין מקווה נאך חצות צאלט מען א פרייז ס׳מקווה קארטל ארבייט נישט, און באצאלט דערפאר האב איך אומזינסט.

ברויך איך איצט אריינשטעלן צוויי סינגלס אינעם מאשין, ארום וואס ס׳בליטשקענען קאלירפולע לעמפלעך. מ׳קען מיינען איך גרייט מיך אריינצוגיין צו קאסינאויס. די סאבוועי דרייערס משום איזה סיבה זענען איינפאכע. וואטעווער, כאילו איך בין יעצט אויף א מיסיע אפצו׳חוזק׳ן פון זאכן וועלכע שטערט קיינעם, אינקלודינג דעם שרייבער פון די שורות.

הכלל, דער ערשטער דאללער מאכט זיין וועג אריין ווי א וועזאלין געשמירטן בחור, מיטן צווייטן ווידעראום טרעף איך מיך אין מלחמה צושטאנד. איך שטופ אים אריין, און ער טאנצט ארויס. איך פראביר נאך אמאל, אבער ער שפרינגט צוריק. איך גראד אים אויס, און כ׳לייג אים מיטן קאפ אויף ארויף, די גמרא זאגט דאך ״פניו כלפי מעלה סימן יפה לו,״ אבער נישט ביי אונזער פאל. איך פריוו צו לייגן מיטן פיטם אראפ, מיטן עוקץ ארויף -- דער מאשין געהערט קענטליך צו דעם קשה עורף. נישטא קיין ספעציעלע סיבה, אבער דער דאללער מיטן מאשין טרעפן נישט קיין אויסגלייך.
איך טאפ מיינע טאשן פאר א דריטן דאללער, אבער אויך צווישן מיינע טאשן האט דאס שלימאזאלעס באוויזן אריינצודרינגען. איך פראביר אפשר אינעם וועסטל טאש צווישן דעם טאשן זייגער קייטל און לוח המפואר, אבער פונקט איז דאס א פינפער

עוד אני מחפש, והנה, דער מאשין צעפאפט זיך. דאס סקרין לויטעט: אויב לייג איך נישט נאך א דאללער אין א קורץ באגרעניצטער צייט, דאן פארליר איך דעם ערשטן דאללער.

אזוי ווערן נעלם דאלארן פון אידן אויף א טעגליכן פארנעם. גניבה בדרך כבוד. איך קען נישט פארשטיין די חוצפה. אין באנק אז א טרענזעקשאן גייט נישט דורך, פארלירט מען נאכנישט דאס קארטל. אויב איז צוויי דאללער עדמישאן אפצאל פאר דער מקווה, וועל איך דאס גערן צאלן. ס׳וועט מיך נישט שטערן צו צאלן מער ווי צוויי דאללער אויך. וואסי פשט אבער אז דער ערשטער דאללער ווערט פשוט און פראסט ״פארלוירן״. אין אנדערע ווערטער: ״באראבעוועט״. איך ווייס נישט וויפיל דאלארן איך האב שוין אין לויף פון מיינע יארן אנגעוואוירען אין דעם מאסיוון שווינדל. מ׳ברויך לאזן הערן די קול מחאה, אפשר מאכן אן אסיפה קעגן די שטילע קייט- גניבות בית מדרש אייגנטומער האבן באשלאסן צו נוצן אלס מיטל צו שארן געלט. דאס איז נישט איין בית מדרש, נישט צוויי. א סיסטעם פון גניבה וואס גייט אן שוין פאר יארן אין מערערע בתי מדרשים, ואין פוצף פה ומצפצף.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רוח קדים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר