איך יא, דו נישט

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3940 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3589 מאל

איך יא, דו נישט

שליחה דורך ברסלבער »

[justify]עס איז מיר אויסגעקומען לעצטנס מיטצוהאלטן א מקוה-שמועס פון עטליכע אידן וועלכע באלאנגען אלע צו איין קרייז. זיי האבן אויסגעשמועסט די אויפפירונג פון זייער רבי'ן ביי די לעצטע גרויסארטיגע מסיבה וואס איז פארגעקומען אין זייער הויף.

זיי האבן לאו דוקא גערעדט פאזיטיוו לגבי זייער רבי'ן, זיי האבן אויסגעדרוקט אנטריסטונג איבער זייער רבי'ס התנהגות, זיי האבן געהאלטן אז ער האט זיך נישט אויפגעפירט ווי עס פאסט, ער וואלט נישט געדארפט זאגן געוויסע זאכן וואס ער האט געזאגט, און אזוי ווייטער האבן זיי אויסגעשמועסט אז דער רבי איז ארום גענומען מיט אינשי דלא מעלי וואס פירן אים ביי די נאז און דאס פירט אים אין באד אריין. "וואס קען מען טוהן, דער רבי ווערט נישט אינגער, און ער ווייסט נישט גענוי ווי אזוי אומצוגיין מיט די היינטיגע סטאנדארטן" – האט זיך איין חסיד אויסגעדרוקט.

איך האב נישט שלעכט אנגעקוקט דעם שמועס, עס איז העכסט נארמאל פאר חסידים צו דורכשמועסן זייער רבי'ס באנעמונג, עס איז אפילו נישט קיין חוצפה פון זייער זייט צו רעדן אזוי אויף זייער רבי'ן, ווי לאנג עס איז א נארמאלע באזעסענע שמועס. עס איז נישט קיין ענין צו ווארפן פראבלעמען אונטערן טעפיך, זיי מעגן ווערן אויסגעשמועסט אויף א פארשטענדליכע וועג.

אבער וואס עס איז מיר יא געווען אינטערעסאנט איז געווען אז מיט עטליכע מינוט שפעטער האט זיך אנגערוקט א צווייטער אינגערמאן, א חסיד פונעם קעגנערישן צד, און ער האט אנגעהויבן זאגן ממש די זעלבע טענות אויף זייער רבי'ן, די זעלבע וואס די אייגענע חסידים האבן פריער ערווענט. אבער יעצט זענען זיי שוין געווארן צוהיצט, ס'טייטש, אזוי צו רעדן אויף אונזער רבי'ן, דער קדוש אלקי, וואס יעדע ריר זיינע איז אויסגערעכנט און איז קודש קדשים. זיי האבן אזוי באהאגלט דעם לעצטן, אז ער האט שוין חרטה געהאט פארן זיך געפינען דארט אין דעם אומבא'טעמ'טן מינוט.

איך, אלס זייטיגער צושויער וואס האט נישט קיין ספעציעלער נייגונג צו סיי וועלכע פון די צוויי רבי'ס, האט עס מיר נישט אזוי שטארק אינטערעסירט צי די טענות אויף דעם רבי'ן זענען יא אמת אדער נישט. עס איז מיר נאר געווען מאדנע צו זעהן ווי די זעלבע פערזאנען וואס האבן א מינוט פריער אליין אראפגעריסן זייער רבי'נס התנהגות, האבן אזוי ספאנטאן געטוישט דעם טאן ווען א צווייטער איז געקומען מיט אקוראט די זעלבע טענות.

דאס האט מיר געמאכט טראכטן וואס עס קען זיין די סיבה דערצו. קען זיין דער אורזאך איז ווייל ווען פראבלעמען ווערן אויסגעשמועסט אינערהאלב די היימישע, איז עס מיטן ציהל צו פארבעסערן און צו פארשענערן, דאקעגן ווען א צווייטער זאגט די זעלבע זאך איז עס מיטן ציהל אראפצורייסן. קען זיין אז עס ליגט אונטער דעם אנדערע פסיכילאגישע הסברים. בכל אופן איז דאס אבער דער מציאות, מענטשן קענען זיך נישט ערלויבן צו הערן פון א צווייטן אפילו זאכן וואס זיי אליין האלטן אויך אזוי, און זענען אפילו מסכים דערצו הונדערט פראצענט.

אין איין ווארט: איך יא, דו נישט.


דאס איז א לימוד וואס קען אונז זייער בייהילפיג זיין אויך ווען עס קומט צו שלום בית. מאנכע זענען זייער ברוגז אויף זייער שווער און שוויגער, זיי פארפעלן נישט קיין געלעגנהייט דאס צו מפרסם זיין און ארויפברענגען צום אויבערפלאך, אז יא, זייער שווער און שוויגער זענען פון די שלעכטע סארט וואס מישן זיך אייביג אריין און גייען אויף די נערווען און רודפ'ן זייערע קינדער עד חרמה.

דאס איז איין זאך, דער עיקר פראבלעם הויבט זיך אן ווען מען רעדט צו די ווייב קעגן אירע עלטערן, דאס איז א פאטאלע נארישקייט וואס מען מאכט, וואס שפייט דערנאך צוריק אין פנים מיטן פולסטן קראפט. מען דארף פארשטיין אז דאס איז איר בלוט און פלייש, דאס זענען אירע עלטערן וועלכע האבן איר געהאדעוועט און מיט וועם זי האט געלעבט פאר אן ערך פון צוואנציג יאר. ווי געלונגען דער מאן איז, און ווי גוט דער מאן איז צו איר, וועט זי נאך אלץ נישט פארלירן איר געפיהל צו אירע עלטערן, און עס שטעכט איר זייער שטארק צו הערן ווי איר מאן מאכט אוועק אירע עלטערן. און דאס וועט, פריער אדער שפעטער, צוריק קומען צו אים מיט גרויסע פראצענטן.

אבער אפילו דער מאן וואס וועט זיך יא צוריק האלטן פון צו רעדן צו זיין ווייב קעגן אירע עלטערן, ווען זיין ווייב וועט אבער זיך אליין אמאל אויסרעדן איר שווער הארץ וואס זי האט אויף אירע עלטערן וואס האבן זיך נישט אויפגעפירט צו איר ווי זי האט געוואלט, דאן וועט דער מאן, זיך וועלנדיג שטעלן אויף זיין ווייב'ס זייט, מיטהאלטן מיט איר און איר געבן גערעכט, "טאקע, דיין טאטע איז אזא רשע, דיין מאמע אזא רשע'נטע, צו מיר זענען זיי אויך אזוי שלעכט, און בכלל זענען זיי זייער שלעכטע מענטש". דאס איז שוין א גרויסער טעות, ווייל אפילו ווען די פרוי וויל זיך אויסרעדן אירע געפיהלן כלפי אירע עלטערן, וויל זי אבער נאך אלץ נישט הערן קיין שלעכט ווארט אויף זיי פון איר מאן. אזוי ווי די מעשה אויבן, טראצדעם וואס די חסידים וועלן זיך אויסרעדן וועגן זייער רבי'ן, וועלן זיי אבער ווערן ווילד ווען א צווייטער וועט עס טוהן, די זעלבע איז ביי מאן און ווייב, כאטש זי זעלבסט וועט רעדן קעגן אירע עלטערן, וועט זי אבער דאס נישט וועלן הערן פון איר מאן. און אפילו אויף די מינוט זעהט עס נישט אויס אזוי, וועט עס אבער שפעטער בעקפייערן מיט פראצענטן.

אוודאי דארף דער מאן האבן מיטגעפיהל מיט זיין ווייב, ער דארף איר אויסהערן און מיטפיהלן איר צער, מען דארף אבער זייער אכטונג געבן צו גיין צווישן די טראפן, פון איין זייט טאקע מיטפיהלן איר ווייטאג, אבער פון די אנדערע זייט נישט רעדן קעגן אירע עלטערן. אדרבה, אויב וועט ער פרובירן אויף א שיינע וועג צו פארענטפערן אירע עלטערן אז בעצם זענען זיי נישט אזוי שלעכט, נאר זיי זענען דורך שווערע צייטן, וכדומה אנדערע תירוצים, דאן וועט די פרוי עס זייער ארויפקוקן, זי וועט מחשיב זיין אזא מאן וואס פארענטפערט גאר אירע עלטערן.

עס איז זייער אינטערעסאנט, אבער דאס איז דער פאקט. אפילו ווען די ווייב האט טענות אויף אירע עלטערן, וויל זי דאס אבער נישט הערן פונעם מאן. און א מאן מיט די קאפ אויף די פלייצעס וועט וויסן ווי אזוי צו באהאנדלן אזא סיטואציע.

אין איין ווארט: איך יא, דו נישט.


אין שו"ע ווערט גע'פסק'נט "חייב אדם לכבד חמיו" און דער ב"ח לייגט צו "וה"ה חמותו", דער גר"א זאגט אז וואו עס שטייט 'חייב' מיינט דאס ביז מסירת נפש. עס איז נישט גרינג מכבד צו זיין א שווער, ובפרט ווען ער איז א שווערע שווער, און ווער רעדט נאך פון א שוויגער, נאך אלץ דארף מען זיך אנשטרענגען זיי מכבד צו זיין יותר מכפי יכולתו.

דאס איז נישט סתם א חוק בלי טעם, פאקטיש האבן זיי שווער געארבעט אויפצוהאדעווען זייער טאכטער און דערנאך האבן זיי דיר דאס געגעבן במתנה, מען קען נישט יעצט אויסדרייען דעם רוקן צו זיי אדער זיי לאכן אין פנים.

יעדער טראכט אז ווען ער וועט האבן איידימער וועט ער זיך גארנישט אריינמישן אין זייערע געשעפטן. דאס איז זייער גרינג צו זאגן ביז ווען עס קומט למעשה. אודאי וועט דיר נישט באדערן די זאכן וואס עס באדערט פאר דיין שווער, אבער דו וועסט האבן דיינע זאכן וואס וועלן דיר יא באדערן, און דו וועסט זיך נישט קענען צוריקהאלטן פון זאגן פאר דיין איידעם וואס דו האסט צו זאגן.

דאס מיינט נישט אז מען דארף זיך אונטערווארפן די פיס פונעם שווער און פאלגן ככל היוצא מפיו. אבער מען דארף אים באהאנדלען מיט כבוד און רעספעקט, אויסהערן וואס ער האט צו זאגן, אים געבן גערעכט, נישט צוריקווארפן אין פנים, און דערנאך איידלערהייט מסביר זיין "מיר איז שווער דאס צו טוהן, איך פארשטיי אנדערש, עס זעהט מיר אויס אז אזוי וועט מיר אויסקומען בעסער", און טוהן למעשה ווי אזוי מען פארשטייט פאר ריכטיג צו טוהן.

דער עיקר וואס א געווענליכע שווער דארף האבן, איז רעספעקט. איינמאל מען געבט אים דאס נאך, וועט ער זיך שוין נישט אריינמישן אזוי סאך אין זיין איידעמ'ס געשעפטן, אבער אז דער שווער פיהלט אז דער איידעם האט אים אין בוידעם, זיין איידעם לאכט פון אים אין די פויסטן, וועט דאס מאכן אז ער זאל זיך ווי מער אריינמישן, צו ווייזן אז ער איז יא א מענטש, ער פארשטייט יא אן עסק. קומט אויס אז ווען מען געבט אפ פארן שווער זיין כבוד און רעספעקט וואס ער ברויך, דאן ווערט מען פיל שנעלער פטור פון אים, ווי ווען מען חוזק'ט אפ פון אים.

און אלס א זייטיגע בענעפיט וועט דאס שטארק צוהעלפן צום שלום בית. ווען די פרוי זעהט אז איר מאן האט רעספעקט פאר אירע עלטערן, האט זי זייער שטארק הנאה פון דעם, דאס מאכט אז זי זאל ארויפקוקן איר מאן, און מער אויסהערן וואס ער האט צו זאגן.

זיי קלוג און נישט גערעכט.[/justify]
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר