סתם געדאנקען (2)

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4249
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 7225 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3628 מאל

סתם געדאנקען (2)

שליחה דורך טאמבל סאס »

ווען קנאות ברענגט אום-דירעקט צו השכלה



"וויאזוי רעדסטו? מ'זאגט נישט ארויס זיין נאמען! מ'זאגט "אותו האיש"
זייענדיג א אינג קינד, אזוי ווי היינט, האב איך ליב געהאט צו לייענען אסאך. דער בוך "אליינס אין וואלד" האט געלאזט אויף מיר א באדייטנדע השפעה. איך בין נאכ'ן עס לייענען צערידערט געבליבן אויף אפאר טאג. וואס איז טאקע פשט? וואו אזוי קען א ערליכע אידיש קינד אנקומען צו אזא שפל המצב און אזוי זיך אפקערן פון אידישן וועג? און נאכדערצו אזא גוטן קעפל. היינט געדענק איך שוין נישט פונקטליך די מעשה. אזויפיהל געדענק איך יא אז דער דראמאטישע געשיכטע פון מימון און די ספרים וועלכע האבן אים קאליע געמאכט האבן אנשטאט דעם בעאבזיכטיגע רושם וואס זיי האבן געזאלט אויף מיר איבערלאזן, געטוהן דאס פארקערטע. א קליינטשיג ווארימל בלייבט עגבערן אין געדערים, "ווי אזוי דערטראגט זיך א אידיש קינד צו אזא מצב און צוליב וואס?"

עס געדענקט יעדער איינער ווי זייענדיג אין חדר, ספעציעל דורכאויס די גאר קינדערישע יארן, האבן אונזערע מלמדים גערעדט אזויפיהל פון די חילוקים צווישן די שלעכטע רשעות'דיגע גוים וואס גייען איין טאג באשטראפט ווערן אויף זייערע זינד און אונז אידן וואס זענען הייליג און אויסדערוועלט, בעסער פון אלע פעלקער, וועלן קענען אויסהארגענען אלע גוים נאך גוג ומגוג וחבלי משיח. טראץ וואס די דאזיגע שווארץ-און-ווייסע דרשה'לעך און מוח-וואשונגען ווערן אין א געוויסן זין שוואכער שפעטער במשך די עלטערע חדר יארן ווערט עס אבער כסדר איבערגעקייעט אין די גאר יונגע עידזשעס דורך די געטרייע קינדער מלמדים, אלעמאל מיט עפעס א שייכות צו די וואכעדיגע סדרה. און די סיבה איז פשוט. די קאפ פון א קליינע פיהר-פינף יעריגע אינגל איז אפן און רייף. ער איז נייגעריג און פוהל מיט וואונדער איבער די וועלט ארום אים. די קאלירפולע וועלט מיט נאשערייען שמייכלען צו אים. ער האט קשיות און שאלות אויף יעדע נייע זאך וואס ער באגעגנט. יעצט איז די צייט ווען ער לערנט איבער די וועלט. זיין מח איז פריש צו יעדע נייע ערשיינונג. ער האט נאכנישט אויפגעבויעט זיינע מאדעלן מיט וועלכע ער וועט ערקלערן יעדע פענאמען וואס טרעפט זיך צו אים דורכאויס דעם טאג, פארוואס דאס אדער יענץ איז געשעהט. נאכמער, ער נעמט נישט אן זאכן פאר גראנטעד, אדער אז זיי פאסירן אויטאמאטיש. ווען ער קוקט ארויף אויפ'ן הימל און זעהט א בלויע הימל פרעגט ער פארוואס איז דאס בלוי? ווען ער גייט אויפ'ן גאס און זעהט א גויאיש אינגל געקליידעט אנדערש ווי אים פרעגט ער פארוואס? און ווען ער זעהט א גוי מיט א בארד וואונדערט ער זיך על מה?

מאכן א קידוש השם פאר אזעלכע וועמענס מיינונג איז קיין מיינונג נישט
אז א פופצן יעריגע בחור שפאנט אויפ'ן גאס מיט זיין פאטער און א גוי גייט פארביי און שטעלט אפ זיין טאטע פרעגן דירעקציעס וועט ער זיך נישט וואונדערן הלמאי זיין טאטע ענטפערט דעם גוי אזוי איידל און העפליך, ווייל ער קומט שוין מיט'ן ידיעה פון פאראויס אז כאטש טאקע די קרעציגע גוים וועלכע זענען בלויז באשאפן געווארן אונז צו דינען, האבן בעצם פיינט דעם איד; און ס'איז נישט כדאי צו רעדן אדער קוקן צולאנג אויף אים, פונדעסטוועגן דאך זענען מיר אין גלות און משום מלכותא דינא, אז ס'זאל נישט ארויסקומען א רעה פון דעם פאר א צווייטען איד, דארף מען זיך אויפפירן שיין צו אים, אזוי אז ער זאל ווערן פון די חסידי אומות העולם, און אפשר זיין פון די לאקי עבדים אונזערע, ווען משיח צדקנו וועט קומען.

אבער א קליין קינד האט נאכנישט דעם מהלך המחשבה סטרוקטור, אויסגעבויעט; דערפאר, דארף מען טאקע אין די פריע קינדער יארן, אריינפרעגלען אין דעם קינד ווי וויכטיג עס איז, צו שטיין ווייט פון דעם גוי, לערנענדיג אים דערביי נאך א באנטש מיט העסליכע דעגראדירענדע פאקטן איבער אלע גוים און קולטורן אויף די וועלט. צווישן די וויכטיגע בעיסיקס זענען אוודאי דאס אז א גוי איז טמא. מ'דארף אויסמיידן צו קוקן אדער רעדן צו אים. א גוי וויל אונז עכט שעדיגן אויב קען ער ווען. די שווארצע זענען וואס אן אמת נידערטרעכטיגטע קנעכט. אידן וואס גייען אנדערש געקליידעט ווי מיר גייען אדער וואס רעדן אן אנדערע שפראך זענען שקצים. אויב לייגט מען די הענט ווי מ'טאר נישט גייט מען ברענען אין גיהנום פאר אינפינעטי, וואס איז אייגענטליך א הייסע בריעדיגע פייער. און אויב לויפט מען לערנען תורה און מען איז מען וואויל און מ'פאלגט אלעס וואס די רבי און עלטערן הייסן, גייט מען האבן אזויפיהל שכר אין גן עדן בעסער ווי מיליאן לאליס און קענדיס.

וועריעס מח וואשונג פראצעדורן
און די זעלבע איז געזאגט געווארן לגבי פרומקייטן אדער קנאות. די דאזיגע קאנצעפטן און יסודות מוזן ווערן אריינגעבאקן אין דאס קינד מוח'ל ווען ער איז נאך זייער אינג און לאו דוקא מיט אויסגעבויעטע שיטות וואס מאכן סענס אין עני וועג, ווייל דער קינד איז נאך אין אזא עידזש וואס ער האט נישט אליינס די שכל אפצופרעגן און ניצן זיין ריזענינג. און די אופן וויאזוי די שיטות אים צו סערווירן אונטערשיידן זיך. געווענליך איז עס דורכ'ן אים עס ערקלערן דירעקט אין פנים. פארהאן חדרים וואס ווען עס קומט צו לערנען מיט די קינדער שיין-שרייבן, טיילן זיי אויס פאר די קינדער געדרוקטע קנאישע ליטעראטור וואס די קינדער דארפן דערנאך איבערשרייבן מיט זייער האנטשריפט. עס איז דא אזעלכע עלטערן וואס וועלן אליין אויפקלערן דעם קינד ווי שטאלץ ער דארף זיין נישט בלויז מיט דעם אז ער איז איד, נאר גאר א חסידישע איד. די טעיפס פון רעבע ווייס מאכט א וואונדערליכע דזשאב. און דער הויפט שפילער אין העלפן אויספארעמען די אפטמאל מיינונגען פון אונזערע אינגווארג איז אוודאי די ביכער, געימס און צייטונגען וואס מען קויפט אין די ספרים געשעפטן אדער גראסעריס. און זיי - די שרייבער און שפיהלן ערפינדער, טוען א געטרייע ארבעט מיטן פרובן קאמפיטן ווערן ס'קען וועמען איבערשטייגן מיט'ן ארויסהויבן דעם אידישע אינגעלע וואס האט זיך איינגעהאלטן פון עסן א נישט כשר'ע לאלי איבער דעם גויאישן שיכור (מיט די גראבע שלעכטע נאז) וואס האט שטענדיג געזוכט צו גנבנ'ען פון דעם איד. ווען דאס קינד ווערט עלטער ווערן די ביכער וואס ער לייענט אויך מער מעטשור. אצינד רעדט מען שוין פון מתיוונים וואס האבן צוזאמען מיט די יונים פארברענט אידן אינמיטן שטאט, ציונים וואס האבן געפייניגט תימנ'ע אומשולדיגע קינדער און גענוצט ספר תורה יריעות פאר טעפיכער, און א צווייטע וועלט קריג וואס איז געקומען וויבאלד אידן האבן געוואלט זיין לויערס און דאקטורים און זיך חבר'ן מיט דעם גוי.

אינטעליגענטע קנאות אנטקעגן בורות'דיגע קנאות
ווען א קינד וואקסט אויף נאכ'ן לייענען אזוינע שמאלע, ליידיגע ליטעראטור איז נישט קיין וואונדער אז ער איז אזוי אומוויסנד און פארגרעבט צו אלעס אויסער זיין קאמיוניטי און ד' אמות. עמיצער וואס איז אדורך אזא סארט חינוך סיסטעם, ליכט שטראלן, אידישע ליכט, ביילייכטונגען און מעלות, איז א פארטיגע קנאי שוטה. ער לעבט אין א באקס און אלעס אינדרויסן פון דעם באקס איז חזיר טרייף. זיך ארויסצוזען פון אזא מיינד-סעט אויף די עלטער, נאכ'ן ארויסשפריצן אפאר קינדער מיט עפעס א באמאכטע פרוי, איז שוין כמעט ווי אומ-מעגליך. דאס מיינט א אומאינטעליגענטע קנאי. ער מאכט נישט קיינע פשרות. ער דולדט נישט קיין קאמפראמיסן. ביי אים איז ברור כשמש אז די צווייטע וועלט מלחמה איז געווען א תוצאה פון סעקלוריזם און ער איז בטוח אז די ציונים זענען עוקרי הדת וואס מוזן אונטערגיין אין ארדער פאר משיח צוקומען. פרויען מיט אפענע שייטלעך און קורצע קלייד זענען אויף אן אמת מיאוס און עקלהאפטיג אזש אפ' א גוי לויפט אוועק פון זיי. ער קען נישט פארדייען וויאזוי א איד שיקט זיין קינד אין א פובליק סקול, און דער וואס איז אויפגעקומען מיט דעם מושג פון מאלעסטעישן מוז זיין א בעל עבירה אדער בעל דמיון פון גרעסטן סארט. א אידיש קינד מזרע אברהם יצחק ויעקב קען אויף קיין פאל נישט אויסלאזן א תפילה אדער נכשל ווערן אין א חילול שבת ל"ע.

"מ'זאגט נישט "געשטארבן", מ'זאגט "נפטר געווארן"
און איינע פון די סיבות טאקע פארוואס עס זענען פארהאן אזוי ווייניג אוועקגעפאלענע פון די ערשטע צוויי דורות נאך דעם צווייטן וועלט קריג, טראכט איך, איז וויבאלד די אלטע יידיש לייען מאטריאל איז פארשוואונדן געווארן פון די פאליצעס, ארויסגעשניטן געווארן פון קאנטעקסט, און אנשטאט דעם זענען ארויף געשווימען א פאק נייע הויפן באבע מעשיות געשריבן און גאר א ראדיקאלע עקסענטרישע מהלך המחשבה. ארים אין שפראך און וויסענשאפט. אזאנס וואס העלפט פארבן א פערפעקטע שווארץ און ווייסע בילד איבער אלעס וואס ברויך פאררעכנט ווערן אלס פרעמד פאר די יונגע לייענער - די צוקונפטיגע פאן טרעגער פון חסידיזם. און ווען איך זאג פארשוואנדן געווארן, מיין איך נישט נאר די פרייע ליטעראטור געשריבן אין יידיש פארן קריג. איך רעד אפילו פון די ביכער וואס זענען אין אמת'ן יא אקצעפטירט געווען אין דעם חסידיש'ן לאגער דעמאלט. נאר דאס זעלבסט -- די שפראך און אופן מיט וועלכע זיי זענען געשריבן -- איז "שוין" א געפאר פאר דעם היינטיגן תמימות'דיג קינד. די רייכע ווערטער און אויסדרוקן אין יידיש מאמע-לשון און אפילו די ידיעות, היסטאריע און מושגים וואס ווערן אין די ביכער באשריבן, זענען השמר והזהר פאר א היינטיגן קינד צו לייענען.

פארוואס טאקע? איז מען פלוצלונג פרומער געווארן? איך האב געמיינט אז וואס פריער א דור אלס גרעסערע צדיק..
אה, ביסט נאריש? אמאל איז נישט געווען א פראבלעם אזוי צו רעדן..
וואס איז? די מענטשן אמאל האבן ווייניגער תאוות געהאט? ביי זיי האט די באדייט פון ניבול פה אן אנדערן כאראקטער געטראגן? אדער זענען זיי אפשר מער ערלויבט געווארן ווי אונז און דערפאר האט מען נישט געדארפט אזוי מורא האבן אז זיי וועלן פון לייענען אפאר ביכער אפפארן פון אידישן וועג?

ווען איך בין א קינד געווען האט זיך דערשמוגלט צו מיר א אמאל א ביכל וואס האט געהאט לשון קודש פון אויבן, אידיש פון אונטן; און פון די אלטע-באבע טייטש האב איך געקענט צוזאמשטעלן א זאץ וואס האט זיך געלייענט עפעס ווי, "א נאקעטע גראבע בויך מיט ברוסטן". איך האב נאך דאן נישט פארשטאנען וואס ברוסטן טייטש. זיכער נישט, וואו זיי זענען אין ריעל לייף פלאצירט. אבער איך האב מיך געפרייט ווי א בין און געקוילערט זיך פאר געלעכטער ווי אזוי ס'איז מעגליך אז אין א אידיש געשריבענע ביך זאלן אזעלכע מיאוסע ווערטער דערמאנט ווערן. ציוואס זאג איך עס אייך? אט הערט נאר, און דא קום איך ענדליך צו מיין נקודה מיט וואס איך האב אנגעהויבן.

ווי מער די היימישע עולם פארגרעסערט זיך אזוי פארגרעסערט זיך סיי די יונגלישער שפראך (אמעריקאנער אידיש) און אזוי אויך די שרייבער/ארטיסטן צווישן דעם היימישע עולם און סיי די פארלאנג צווישן די קונים קליענטל - וואס עלטערט זיך כסדר - פאר בעסערע קוואליטעט לייען מאטריאל. און פארשטענדליך אז ווי אייביג, זוכן די פרומע גאטספארכטיגע עלטערן -- וואס ווילן אז אפילו אין זייער פרייע צייט זאלן זיי אנשעפן זיך מיט יר"ש --צוצושטעלן פאר די קינדער די ערליכסטע ביכער. אויב איז עס קנאיש געשטימט איז נאך אוואדאי בעסער. אבער דא קומט ארויס א פארקערטע רעזולטאט פון וואס דער טאטע וואלט זיך אינאמת'ן געוואונטשן פאר'ן קינד. די קנאיש'קייט איז גורם קשיות אינעם קינד'ס קאפ.

-געבליבן אינדרויסן - פארוואס איז ער פארשוואנדן - א צוואה אויף הונדערט יאהר - דער מהרש"א און מאניש -
ווען די בוך "געבליבן אינדרויסן" איז ארויסגעקומען, בערך צוויי יאר צוריק, איז מיר איינגעפאלן אז דער ביך דייקא, ווי שטארק קנאיש זי איז, אזוי שטארק זענען די פראגן און תמיהות וואס זי איז מסוגל מעורר צו זיין און א היימיש אינגל. דער בוך רעדט איבער בן-יהודה'ס ביאגראפיע און דער קאמף וואס ער האט געפירט מיט די ירושלימ'ער רבנים איבער די געלטער פון אייראפע, די מסירות צו די באהערדע, די כסדר'דיגע רייבערייען צווישן אים און די פרומע איבער די חינוך הישן און די עדיוקעישן סיסטעם זייערע וכו'. איך בין בכלל נישט זיכער צו ס'איז טאקע אזוי הארב וויאזוי זיי באשרייבן עס און אויב אלעס וואס שטייט דארט איז אמת, איך האב עס נישט דורכגעטוהן. ס'איז געשריבן אויף א טיפישע סאטמערע סגנון. אבער צו מיר האב איך געטראכט אז דאס איז א צוגעפאסטע ביך וואס זאל פארדארבן א תמימות'דיג קינד'ס ערליכקייט און אים מאכן טראכטן: "איין מינוט, ער איז דאך א פרום אידיש קינד געווען, און פונדעסטוועגן זיך דערטראגן צו אזא מדריגה ביזן אפטוהן אזעלכע מעשים תעתועים? וואו איז זיין תורה און יראת שמים געגאנגען? וואס איז די שכל דערפון געווען? לאמיך גיין לייענען וואס די אנדערע זייט זאגט אויף דעם."

עס איז דער געדאנק אז א איד, געבוירן ביי א אידיש טאטע און מאמע, איז בכלל עלול אפצוטוהן אזאנס. די חינוך סיסטעם ביי אונז איז אזוי שמאל און קליינקעפיג אז מ'קען זיך אפילו נישט ערלויבן צו רעדן פון אידישע רשעים אין היסטאריע כדי מ'זאל זיך אפלערנען וואס נישט צוטוהן, ווייל יעדעס קלייניגקייט איז עלול אויפצוקלערן דעם קינד אז עס עקזעסטירט בכלל א אנדערע דעה. עס זענען געווען אזעלכע וואס האבן זיך דערוואגט צו טאן אנדערש פון וואס מ'האט מיט זיי געלערנט און זיי זענען געשטארבן בעלי עבירה. וואלט דען נישט פיהל בעסער געווען צו ערלויבן דאס קינד פון יונגווייזן אן צו האבן א ברייטערע בליק אויף אידישע היסטאריע און אזוי פארשטיין וויאזוי מיר האבן זיך אנטוויקלט אנצוקומען אהער? אזוי ארום מיט קלוגשאפט אים ערקלערן די עדווענטידזשעס פון אונזער לעבן איבער זייערס?

און דאס איז נישט נאר גילטיג לגבי ליטעראטור, דאס איז נוגע איבעראל. ווען מ'טרייבט איבער מיט די קנאות דארף מען דעם שפעטער דעם גאנצן לעבן אובאכט געבן נישט עקספאוזט צו ווערן צו עטוואס נידריגער, אזוי אז די קנאות זאל בלייבן עז רעדיקולעס עז פאסיבל. אמת טאקע, רוב נארישע קנאים וועלן איינמאל זיי דערגרייכן די עלטער, אהן האבן די געלעגנהייט צו זעהן כאטש א גלאנץ, שוין קיינמאל נישט אויסגעהיילט ווערן. אבער נעם אין באטראכט, איין אינטעליגענטע קנאי וואס גייט קאליע איז מער געפאר ווי עטליכע הונדערט קנאים שוטים וואס גארגלען זיך אין מאנהעטן און וואס זענען פארנומען פרינטן קאלירפולע פאשקעווילן פון רבנים מיט האמערס צעשמעטערנדיג אייפאונס. דאס דערמאנט מיר אין א קשיא איך האב מיך אמאל געפרעגט. "אויב די נאראנים זענען דיע וואס האבן די מיליאן קינדער פארוואס איז די וועלט נאכנישט אונטערגעגאנגען און משיח געקומען?" נאר דער תירוץ איז אז איין געלערנטער איז מער ווערט ווי טויזנט בורים. און ענדע טאג זענען די געלערנטע וואס טרעפן אויס E = mc2. אוודאי טאר דאס נישט זיין די פיינעל הנחה אבער דאס אז איך זיץ נאך דא און בין עיבל צו שרייבן אויף מיין קאמפיוטער איז פארט א שטיקל נחמה. ס'ווייזט אז עפעס אמת ליגט דערין.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
רעאגיר