סאטמאר רבי קעגן כוללים

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1444
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:45 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1427 מאל

סאטמאר רבי קעגן כוללים

שליחה דורך ממי_שאמרו »

וויילענדיג 2 וואכן צוריק שבת אין קרית יואל ביי א משפחה קרוב, האב איך געזעהן ביים בעל אכסניא אן אינטערעסאנטע ספר וועלכע האט זייער געצויגן מיין נייגער, עס הייסט "ספר היובל - מבצר הכוללים", דער בעל מחבר איז שמואל שלמה טעלער פון קרית יואל.

אודה ולא אבוש, געווענדליך ווען איך לייען זיינע ארטיקלען סיי אינעם בלאט אדער סיי אדורך הערן זיינע דרשות, שפיר איך אסאך מאהל ווי די בלוט קומט מיר ארויף, און רוב מאהל קען איך נישט זיין ווייטער פון זיינע מושגים און מסקנות, עדות זאגן קען מיינע ארטיקלן בנוגע די פאלעסטינער און מדינת ישראל. אבער דאס מאהל האט מיר עס געכאפט אין א שטארקע סורפרייז, אז איך שפיר עס פאר א חיוב ארויפצוברענגען צווישן די שפאלטענעס פון אונזער געשמאקע שטיבל. איך האב פראבירט ככל שידי מגעת צו קענען גוט אריינסקענען די 30 פאפירן, תהלה לא-ל עליון איך מיין אז עס איז גאנץ גוט ארויסגעקומען.

יעדער דא ווייסט אז איינע פון די גרעסטע חורבנות אין כלל ישראל איז די מוסד הידוע לשמצה מיט'ן נאמען "כולל". עס איז דא א באקאנטע ווערטל אז חתונה האבן איז ווי א תפיסה און די רינגל איז די קלענסטע הענדקאפס וואס איז נאר פארהאן. ליידער היינטיגע צייטן איז עס איז שוין ווייט פון א ווערטל. זיצן די מחותנים פאר די חתונה און אזוי נישט-מיר-נישט-דיר זענען זיי מחליט אז אודאי גייט דער טייערער בחור וועלכע איז נפשו חשקה בתורה זיצן פאר אפאר יאר אין כולל, וואס איז בכלל די פראגע.

דער חתן - לאמיר אפילו זאגן א פיינע חתן - וועלכע לערנט שוין יא אין ישיבה נישט ווייל ער דארף ווערן א חתן און ווייל די ישיבה פארלאנגט אזוי, לאמיר איין רגע אריינטראכטן ווי לאנג לערנט ער שוין דען אין ישיבה א טאג? א בחור וועלכע לערנט 4-5 שעה א טאג הייסט שוין פון די טאפ בחורים אין ישיבה, גייט מען און מ'זעצט אים אריין אין תפיסה פאר א שיינע פאר יאר וואס אויב לערנט ער נישט 8 שעה פלוס אין א כולל ערב ובוקר פילט ער זיך ממש נישט אין פלאץ.

שטייט דער אינגערמאן אויף אוי אינדערפרי טויט מיד (נאכן שמועסן מיט די ווייב וועגן פעטער יענקל'ס בחור וועלכע עלטערט זיך אין פריידן און וועגן איר מומע טראנע'ס ניס זיסל וועלכע קען אפשר זיין א פאסיגע שידוך, אדער איז ער גאר מיד וועגן די בעבי וועלכע האט מחליט געווען צו מאכן וואך נאכט שוין די 4'טע נאכט אין א ציה), יאגט זיך אין כולל מיט די נשמה אין די האנט, שימעלט דארט אפ שעות על גבי שעות, ער וויל ווערן אביסל אפדעיטעט אדורך יופאק (ז"ל) אדער טוויטער, קומט צו די ראש הכולל אדער סתם איינער וואס האט זיך מוחל געווען די עבירות: "פאסט נישט פאר א בן תורה צו האבן טעקסט". ווד"פ?

אזוי דארף ער שימעלן פאר א פאר יאר, ביז די פעראול באורד (שוויגער-שווער-שוועגערין) האבן מחליט געווען אז ער מעג שוין ארויסגיין פאר א האלבע טאג, לכתחילה זאל ער לערנען פריוואט מיט א יונגל אדער זיין א שטעל-פארטרעטער פאר א גרופע פון 30 צולאזטע כיתה ח' יונגלעך. ביז ענדליך ווען ער גייט שוין ארויס פון כולל וויל ער נישט וויסן פון קיין שו"ע אדער א גמרא צו זאגן. פארוואס דארף דאס אזוי צו זיין?

פארוואס טאר א אינגערמאן נאך די חתונה נישט מעגן ארבעטן א האלבע טאג אז ער זאל נישט זיין קיין מצטרך לבריות? די מוטב שיפשוט נבילה בשוק גייט שוין נישט אן היינטיגע צייטן? נעמען אינגעלייט און מאכן זיי פילן ווי א פעני אויב ווילן זיי נישט זיצן דארט פאר א פאר יאר איז נארמאל? ווי איז די עם חכם ונבון? עס איז שוין אסאך ענדערש א דור עקש ותפלתול.

לאמיר צוריקגיין צו אונזער נושא. אזוי זעהענדיג די ספר פון שמואל שלמה טעלער ווער איך פלוצלינג געוואר אז די סאטמאר רב בעל קרית יואל האט אויך אזוי געהאלטן. ברוך שכוונתי. ער האט אויך נישט געהאלטן פון קיין כולל, נישט געהאלטן פון שיקן די אינגעלייט אין כולל, אפילו נישט פאר א יאר!

איך דארף מודה זיין נאך א נקודה, איך האב אייביג אנגעקוקט ווי רבינו יואל איז געווען ווייט פון רעאסליטיש און שרעקליך ווייט פון בתוך עמי אני יושב. אנגעהויבן פון ווער עס מאכט א קראץ אויף א רכוש פון די מוסדות בין איך אים נישט מוחל, און געענדיגט ביי ענדערש ביקן טויזענט מאהל צו א צלם ווי זיך לערנען איין ווארט עברית. זעהנדיג די ביכל בין איך געבליבן שטיין ערשטוינט, דער בחור איז נישט געווען אזא ... (פול אן וועלכע ווארט דו ווילסט), ער איז געווען זייער קלוג און פארשטאנען גוט צו זיין פעלדל. און הלוואי וואלט איך געוואוסט דאס אפאר יאר צוריק.

איך ברענג נאך א דוגמא פאר א פאראגראף: "עס איז געווען א מציאות אין יענע יארן אז דער רבי האט בכלל נישט געהאלטן אז מ'זאל בלייבן זיצן בין כותלי הבית המדרש א גאנצן טאג, און לאזן דעם עול הפרנסה אויפן ציבור. נאר אדרבה, אפילו ווען חשוב'ע אידן, לומדים, בנן של קדושים, האבן גערעדט מיטן רב'ין איבער דעם ענין, האט דער רבי זייער קלאר געהייסן אז זיי זאלן גיין ארבעטן און ברענגען פרנסה, וואס דאס איז נישט קיין סתירה מיט'ן לערנען".

וכאן הקריאה יוצאת צו אלע דריי סאטמאר'ע רבי'ס: ענק שלאגן זיך ביי די קעפ ווער עס גייט מער אין די סאטמאר רב'ס וועגן, דא האבן ענק א קלארע ביאור וואס זיין שיטה איז געווען בנוגע כוללים, עס איז געקומען די צייט צו מאכן א טויש אין די גאנצע סיסטעם וואס הייסט כולל. איך זאג ענק בשם אלע חברים דא, מ'קען נאך ראטעווען אסאך דורות און שלום בית, האם החרש תחרישו בעת זאת רווח והצלה יעמוד ליהודים ממקום אחר ואת ובית אביך תאבדו ומי יודע אם לעת כזאת הגעת למלכות.

נ.ב. איך וואונדער מיט טאקע ווי אזוי האבן די חברא 'קדישא' אין קרית יואל אריינגעלאזט אזא חלק, און בעיקר נאך אין א ספר וועלכע דארף צו באשרייבן די כולל.

חלק א'
https://www.dropbox.com/s/hnq47fc8bp17x ... =302761771

חלק ב'
https://www.dropbox.com/s/9d7acftlacbmu ... =302761771

חלק ג'
https://www.dropbox.com/s/d8aaoqtw2inmv ... =302761771
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר