בלאט 1 פון 1

איז אידיש בלוט הפקר?

נשלח: זונטאג יוני 01, 2014 3:11 pm
דורך יוחנן הסנדלר
חברים יקרים. איך בין נישט אויסן צו פארצימעסן און אויפהעצן פאליטישע געפילן נאר פשוט אויסדרוקן מענטשליכע און תורה'דיקע געפילן. וואיל איז אונז אז מיר האבן אזא טייער ווינקל קאווע שטיבל וואו מען קען הייבן א שטימע אויף אומרעכטן ביי אונזער געזעלשאפט און מאכן א חשבון הנפש ווען ס'פעלט זיך.

שויו איבער דריי יאר וואס אין שטעטל קרית יואל, דורך די אפיציעלע קהלה אין שטאט, ווערט פארגאסן אידיש בלוט אויף א מואס'ן און נידריק אויפן וואס איז שווער צו טרעפן א ביישפיל מאז היתה ישראל לגוי. פאר פאליטישע חשבונות ווערן ערליכע פאר פעלקער באשמוצט אז זיי וואינען אן חופה קידושין. קליינע קינדער שלא טעמו טעם חטא ווערן פארצייכנט וואו נישט כשרע קינדער און זייערע נעמען ווערט ארומגעשיקט אין אלע גאסן און זייערע יום הולדת'ן יערליך אפגעצייכנט מיט א כמו נאצישן פונקטליכקייט.

לאמיר לייגן די פאליטישע ברילן אין א זייט פאר א רגע. זענען אזאלכע מעשים נארמאל פון מענטשליכן און תורה'דיגן פערספעקטיוו? לו יצויר די פאר פעלקער לעבן טאקע אן חופה קידושן, האט מען אין היסטאריע פון כלל ישראל מפרסם געווען קינדער ברבים אלס נישט כשר? זייער גאנצער פנקס מושג איז א גרייזיגער, נישט דאס איז געווען א פנקס לא מיניה ולא מקצתיה. איז אבער דא ערנסטע מורה הוראות וואס זאגן קלאר עס איז דא קיין שום חשש דער גאנצער זאך איז ריין פאליטיש, נו וואס האסטו א רעכט יענעם צו פארגיסן בלוט?

רבותי אז דאס קען היינט געשען מדי יום ביומו לעיני השמש ואין פוצה פה די אלע כלל ישראל פארזארגער, האלטן מיר ביים אלף אונזער בלוט איז הפקר ווען עס קומט גוט די פירער פארפירער.