נישט בע'טעמ'סטע לעצטע נעמען

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1620 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2053 מאל

נישט בע'טעמ'סטע לעצטע נעמען

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

מיט פיל רעספעקט שטעל איך די פראגע מעגליך א נארישע וועגן לעצטע נעמען וואס אפילו איך אלץ א וויליאמסבורגע געבוירענער האב זיך שוין צוגעוואוינט צו גענוג נעמען וואס קלינגען נישט לעפקאוויטש שווארץ אדער פריעדמאן. ווען מ'לייענט שמחות אין אנדערע געגענטער זעט מען נעמען וואס האט אפילו נישט פשט אבער עט ליעסט מיינט עס נישט עפעס נישט בכבוד'יג, למשל אז איר וועט ארומגיין אין לעיקוואוד און ליינען די טעוולען אויף די הייזער וועט מען רוב נעמען נישט וויסן וויאזוי אפילו ארויסצוזאגן, רוב זענען געשריבן ווי ס'וואלט געווען לשון קודש נעמען און די צוגעלייגטע שימוש אותיות (א,ע, יי) אן קיין באדייט ווי מ'איז געוואונט מיט כמעט אלע היימישע נעמען.

נאכדעם זענען דא ביי די היימישע נעמען וואס האט יא א פשט אבער מאכט מיט ווינדערן פארוואס איינער זאל זיך אזוי האבן גערופן. איך וואלט געטוישט נעמען קלאר און דייטליך, עכ"פ אזוי רעד איך זיך איין. פון וואו האט זיך אנגעהויבן און פארוואס האלט מען עס אן.

למשל, מיט כבוד, אזא נאמען ווי 'קרעש'? דער ערשטער וואס האט זיך אזוי גערופן האט געהאט א אנדערע באדייט מיט 'קרעש'? וואס נאך קען מיינען קרעש אין אן אנדערע שפראך?
און דער נאמען 'שטויב', וואס איז אזוי גוט מיט שטויב?
'שלעפעריג'? ווי לאנג קען מען זיין שלעפעריג?
'שימל'? פארוואס ?
ליגט עפעס טיפער אין די נעמען?

נאר מיט כבוד ביטע.
ראדיא באריכטער פאר ק''ש

דער אשכול פארמאגט 138 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר