דורך דולה ומשקה » מאנטאג יוני 09, 2014 6:00 pm
איך ווייס נישט ווער דער פאטער פון דעם יונגערמאן איז, אבער איין זאך ווייס איך יא, דער דער נפטר ע"ה האט גערעדט זייער שטארק פון זיין טאטע און געהאט פאר איהם גרויס דרך ארץ.
געזעצן איז דער נפטר ע"ה בימי בחרותו ציווישען א קבוצה בחורים בישיבת בית התלמיד, ווי רייכערן איז געוועהן גאנץ א נארמאלע זאך, זיץ זיך אזוי א קופקע פון 6 בחורים אלע רייכערן אויסער ר' ישראל חיים ע"ה, איינער דערלאנגט איהם א ציגערטל ער זאגט אפ, בקיצור ס'געווארען א שמועס, ער האט נישט געקענט אפזאגען, מיט זיין איידעלע כאראקטער פון "לא עברתי על דברי חברי", זאגט ער "כ'גלייב נישט מיין טאטע וואלט הנאה געהאט", נו וועלעכע טאטע פון דער קבוצה בחורים וואלטן יא הנאה, האט מען איהם צוגעשטיפט האט ער גענומען דער צוגערטל געבלאזען צוויי מאהל און אויף געהערט, זאגענדיק: כ'האב יוצא געוועהן, כ'האב ענק מהנה געוועהן מיטן אנצינדן און איך ווייס מיינע עלטערן וועלן נאך מער הנאה האבן אז כ'לעש עס אויס".
ס'קיינמאהל נישט געוועהן אז ער זאל האבן גערייכערט מער ווי צוויי פאפס, ווייל ער גלויבט אז זיין טאטע וואלט נישט הנאה געהאט. און דאס איז ווען זיין טאטע האט איהם קיינמאהל נישט געזאגט און זיין טאטע וואלט קיינמאהל נישט אויסגעפונען.
*
ער האט אמאהל געזאגט שוין נעבעך קראנקעהייט: כ'מאך מיט די דריי ערגסטע, פרנסה, רדיפות, אין דעם ביטערע מחלה. איך בין עס מקבל אנשטאט מיינע דריי קינדער, אז קיין איינער פון זיי זאלן נישט וויסען פון די דריי צרות יגון ואנחה, און אויף דעם ארויף האט זיך עס געלוינט.
אוי ווען ער האט גערעדט פון זיינע קינדער, ער האט אזוי געהאפט אין מתפלל געוועהן אויף זייערע עתיד. אפילו ווען מ'האט איהם ליידער נישט פארגינט און צוגענומען פון איהם זיינע טייערסטע ער זאל אפילו קיין בליק נישט כאפן אויף זיינע קינדער.
ער האט אמאהל זיך אויסגעדריקט דער עגמת נפש פון נישט קענען זעהן אדער זיך קענען מטפל זיין מיט זיי הרג'ט מיר, נישט דער מחלה.
*
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך
דולה ומשקה אום מאנטאג יוני 09, 2014 6:11 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע בולשיט"...(קרעדיט: שבת אחים)